קולטור
פֿון יצחק ווײַנשעלבוים (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די מאָלערס (פֿון לינקס): רודאָלף ראָזענבלום און גולמאַראַ ציקלאַורי און די קונסט־פֿאָרשערין מאַרגאַריטאַ שקליאַראָווסקי בעת דער אויסשטעלונג
די מאָלערס (פֿון לינקס): רודאָלף ראָזענבלום און גולמאַראַ ציקלאַורי און די קונסט־פֿאָרשערין מאַרגאַריטאַ שקליאַראָווסקי בעת דער אויסשטעלונג
Credit: Arkadiy Yagudaev

דער פֿאַראיין פֿון ייִדישע קינסטלערס, אימיגראַנטן פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, איז געוואָרן אַ וויכטיקע אָרגאַניזאַציע אינעם קולטור־לעבן פֿון ניו־יאָרק. דער פֿאַראיין, אָדער "גילדיע", מערקט הײַיאָר אָפּ איר 10טן יוביליי. אין שײַכות מיט דער דאַטע, ווערן דורכגעפֿירט פֿאַרשידענע אויסשטעלונגען, וואָס זאָגן עדות וועגן דעם וווּקס פֿון די מאָלערס און דעם וואַקסנדיקן אינטערעס צו זייער שאַפֿונג. הײַנט פֿאַראייניקט די "גילדיע" פֿופֿציק מאָלערס, גראַפֿיקערס און מײַסטערס פֿון דעקאָראַטיווער קונסט.

במשך פֿון די 10 יאָר האָט די "גילדיע" געפֿירט אַ פֿאַרשפּרייטע אַרבעט און אָרגאַניזירט אויסשטעלונגען אין פֿאַרשיידענע ראַיאָנען פֿון גרויס־ניו־יאָרק: אין ברוקלין, קווינס און מאַנהעטן. אַ באַזונדערע אויסשטעלונג איז געוויזן געוואָרן בײַם ייִדישן טעאַטער "פֿאָלקסבינע", פּונקט אין די טעג, ווען דאָרט איז, מיט דערפֿאָלג, געשפּילט געוואָרן די פּיעסע "הערשעלע אָסטראָפּאָליער". צווישן די מאָלערס, וועמענס פּייסאַזשן זײַנען אַרויסגעשטעלט געוואָרן, איז אויך געווען אַן אָפּשטאַמיקער פֿונעם שטעטל אָסטראָפּאָל.

לעצטנס איז געעפֿנט געוואָרן אַן אויסשטעלונג פֿון דער "גילדיע" אינעם ניו־יאָרק־קאָלעדזש ASA, אין וועלכער עס באַטייליקן זיך זיבעצן מאָלערס, מיט איבער זעכציק ווערק פֿון פֿאַרשידענע זשאַנערס. די סטודענטן און די אַדמיניסטראַציע פֿונעם קאָלעדזש האָבן וואַרעם אויפֿגענומען און באַגריסט די קינסטלער.

די מיטגלידער פֿון דער "גילדיע" באַגרענעצן נישט זייער שאַפֿונג נאָר מיט ייִדישע טעמעס, הגם דווקא די ייִדישע געשטאַלטן זײַנען די בולטסטע אויף דער אויסשטעלונג. אַזוי, למשל, האָט דער מאָלער רודאָלף ראָזענבלום אַרויסגעשטעלט זײַנע פּאַסטעל־פּאָרטרעטן פֿון שלום־עליכם, טבֿיה דער מילכיקער, און דעם ליובאַוויטשער רבי מנחם־מענדל שנייאירסאָן.

בילדער, געמאַכט פֿון וואַסערפֿאַרב פֿאָדערן אַ באַזונדער מײַסטערשאַפֿט. אויף דער אויסשטעלונג אין קאָלעדזש האָט מען געקאָנט זען נישט ווייניק אַזעלכע בילדער פֿון יורי טאַרלער, מאַרינע פֿאַלקאָוו, זינע טעלעבעיעוו און לודמילע לייבאָוויטש. צווישן אַנדערע ווערק האָבן זיך אויסגעטיילט די גראַפֿישע בילדער פֿון אירע דזעוועל, לאַזאַר טאַרלער, יעווגעני טאָנעוויצקי און אַנדערע.

פֿון דעסטוועגן דאָמינירן אויף דער אויסשטעלונג בילדער, געמאָלט מיט איילפֿאַרבן, אַזעלכע ווי ס׳האָבן פֿאָרגעשטעלט די מאָלער אָראַנסקי, ציקלאַורי און שאַבאָטינאַס. די לערער פֿונעם קאָלעדזש האָבן אונטערגעשטראָכן די וויכטיקייט פֿון דורכפֿירן סײַ אַזעלכע אויסשטעלונגען און סײַ פֿון מײַסטער־קלאַסן; אַזעלכע, ווי ס׳האָט דורכגעפֿירט דער באַקאַנטער מאָלער מאַטוויי באַסאָוו. צום באַדויערן, האָבן נאָך ביז אַהער די מוזייען פֿון ניו־יאָרק נישט געלייגט אַכט אויף די שאַפֿונגען פֿון דער "גילדיע" און ביז הײַנט איז נישטאָ צווישן דער אָרגאַניזאַציע און די מוזיי־אַדמיניסטראַציעס קיין שום פֿאַרבינדונגען. אַ שאָד. צווישן די ווערק פֿון די מאָלערס זײַנען דאָ אַ סך בילדער, געווידמעט אויך דעם חורבן, וועלכע זײַנען דעם אַמעריקאַנער עולם אין גאַנצן נישט באַקאַנט.

די אויסשטעלונג האָט זיך אָנגעהויבן דעם 18טן אויגוסט און וועט אָנגיין ביז מיט־סעפּטעמבער.

קונסט־וועטעראַנען פֿון דער "גילדיע" בײַ דער עפֿענונג פֿון דער אויסשטעלונג, אויגוסט 18, 2011
קונסט־וועטעראַנען פֿון דער "גילדיע" בײַ דער עפֿענונג פֿון דער אויסשטעלונג, אויגוסט 18, 2011
Credit: Arkadiy Yagudaev