רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

ניצט אויס די לעצטע זומערדיקע יאַגדעס פֿאַר דעם געשמאַקן קוגל, וואָס מע קען סערווירן ווי אַ בײַ־געריכט אָדער ווי אַ זיסן נאָכשפּײַז, מיט קרעם. וואַניל־שויטן קען מען קויפֿן אין די גרעסערע סופּערמערק, אָדער דורך דער אינטערנעץ.


4 טעפּלעך טרוסקאַפֿקעס

4 טעפּלעך אַפֿענעס (blueberries)

4 טעפּלעך אָזשענעס (blackberries)

4 טעפּלעך מאַלינעס

1 טעפּל + 2 לעפֿל צוקער

1/2 טעפּל וואַסער

1 שויט (pod) וואַניל, צעשניטן אויף דער לענג

1 חלה

6 לעפֿל נישט־געזאַלצענע פּוטער

1/2 לעפֿעלע צימערינג

נאָך יאַגדעס אָדער קרעם, אויב איר ווילט


באַלייגט אַ קײַלעכיקן בעקן מיט פּלאַסטיק.

גיט אַרײַן אַלע יאַגדעס, 1 טעפּל צוקער און דאָס וואַסער אין אַ טאָפּ. קראַצט אַרײַן די קערעלעך פֿונעם וואַניל־שויט. קאָכט עס אויף אַ קליינעם פֿײַער, מישנדיק, ביז דער צוקער צעלאָזט זיך. לאָזט עס מליִען 10 מינוט, און דרייט אָפּ דאָס פֿײַער.

צעשנײַדט די חלה אויף רעפֿטלעך מיט אַ דיקקייט פֿון 1 אינטש (2.5 צענטימעטער), און באַשמירט זיי מיט פּוטער. מישט אויס די 2 לעפֿל צוקער און צימערינג אין אַ שיסעלע, און באַשיט די חלה־רעפֿטלעך מיט דעם.

באַגיסט דעם בעקן מיט 1/2 טעפּל פֿונעם יאַגדע־סאָוס, לייגט אַרײַן אַ שיכט פֿון די חלה־רעפֿטלעך, און באַגיסט עס מיט 1/2־1 טעפּלעך יאַגדע־סאָוס. מאַכט נאָך צוויי שיכטן פֿון חלה און סואָס. באַדעקט מיט פּלאַסטיק.

לייגט אַ טעלער איבערן קוגל, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז די חלה־רעפֿטלעך בלײַבן טיף אינעם סאָוס. שטעלט עס אַרײַן אין פֿרידזשידער אויף אַ שעה.

נעמט אַראָפּ דעם טעלער און די פּלאַסטיק, קערט דעם קוגל איבער אויף אַ טעלער, און באַצירט עס מיט נאָך יאַגדעס אָדער קרעם.