|
אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט |
Credit: Bella Bryks-Klein |
מײַן ליבשאַפֿט וועט אויפֿגיין פֿון ס׳נײַ
ווען איך וועל ניט זײַן מער דערבײַ.
מײַן ליבשאַפֿט וועט אויפֿגיין בנס
מיטן ריח פֿון רויזן און בעז.
מײַן ליבשאַפֿט וועט אויפֿגיין פֿון ליד
און גיין פֿון געמיט צו געמיט
פֿאַנאַנדערגעבליט.
אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט
געווען אַ רירנדיקער פֿרימאָרגן אין "צוותּא" בײַ דער פּרעזענטאַציע פֿון "דבֿש־הצער", (פֿון טיטל אין ייִדיש "געטונקען אין האָניק־צער"), פֿון אַלכּסנדר שפּיגלבלאַטס בוך אין דער עמפֿינדלעכער העברעיִשער איבערזעצונג פֿון יהודה גור־אַריה.
דער איבערזעצער אַליין איז נישט געווען בײַ דער פּרעזענטאַציע, נאָר זײַנע ווערטער אויף העברעיִש האָט ער מיר איבערגעגעבן דורכן טעלעפֿאָן, מיט אַ בקשה וואָס מ׳קען נישט אָפּזאָגן, זיי איבערצוזעצן אויף ייִדיש:
"פֿון דעם גרויסן אויסווײַל פֿון שפּיגלבלאַטס לידער, וואָס כּמעט אַלע געפֿעלן מיר און זײַנען מיר צום האַרצן, האָב איך געדאַרפֿט אויסקלײַבן אַ קליינע צאָל צום איבערזעצן און ס׳איז איבעריק צו זאָגן, אַז דאָס זײַנען לידער, וועלכע אויך איך, ווי אַ לייענער און אַ פּאָעט, האָב זיך אידענטיפֿיצירט מיט זיי כּאילו איך האָב זיי אָנגעשריבן.
"כ׳האָב אַפֿילו נישט געלייגט קיין אַכט, אַז אַ סך פֿון זיי פֿאַרנעמען זיך מיט צײַט. בעת דעם אָפּקלײַב בין איך געווען גענייגט זיך צו באַציִען מער צו דער נישט־אָפּטימיסטישער זײַט פֿון וועלט און צער, וואָס אויף דײַטש רופֿט מען עס ‘וועלטשמערץ’. פֿון דעסטוועגן, בין איך איבערצײַגט, אַז שפּיגלבלאַטס יעדעס ליד איז ווי אַ קליינע תּפֿילה נישט געווענדט צו גאָט".
מיט זײַן באַקאַנטער באַהאַוונטקייט אין דער ייִדישער ליטעראַטור ווי אויך אין תּורת־פּאָעזיע, האָט פּראָפֿ׳ אַבֿרהם נאָווערשטערן אַנאַליזירט בײַ דער פּרעזענטאַציע אַלכּסנדר שפּיגלבלאַטס ווערק און דאָס אָרט וואָס עס פֿאַרנעמט זײַן שאַפֿונג הײַנט צו טאָג.
פּראָפֿ׳ נאָווערשטערן קומט צום אויספֿיר, אַז די פּאַסיקע העברעיִשע איבערזעצונג פֿון שפּיגלבלאַטס לידער שטעלט אים פֿאָר פֿאַרן העברעיִשן לייענער ווי אַ פּאָעט וואָס ברענגט צו אַ שלימות דאָס קורצע אינטימע ליד.
דרײַ פּאָעטן האָבן זיך באַטייליקט אין דער פּרעזענטאַציע. רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, וועמען עס פֿאַרבינדט אַ נאָענטע פֿרײַנדשאַפֿט מיטן מחבר, האָט מיט איר שטענדיקער אויפֿריכטיקייט זיך געטיילט מיט דעם עולם ווי אַזוי עס ווירקט אויף איר שפּיגלבלאַטס פּאָעזיע. רבֿקה, מן־הסתּם די איינציקע פֿון די באַטייליקטע פּאָעטן וואָס לייענט ייִדיש, האָט בײַם סוף פֿאָרגעלייענט אויף העברעיִש צוויי לידער פֿון בוך "דבֿש־הצער".
די אַנדערע צוויי העברעיִשע פּאָעטן, רוני סומק און רפֿי ווײַכערט, האָבן זיך נישט געקענט אָפּוווּנדערן פֿון שפּיגלבלאַטס לידער וואָס שטעלן פֿאַר זיי פֿאָר אַ ווייניקער פֿאָרמעלן קלאַנג און בויען מיט זיי אומצאָליקע אײַנפֿאַלערישע השערות. גאָר אַנטציקט זײַנען זיי געווען פֿון יהודה גור־אַריהס פּאַסיקער איבערזעצונג.
סײַ רוני סומק, סײַ רפֿי ווײַכערט האָבן געפֿונען אין דער העברעיִשער ווערסיע פֿון בוך "דבֿש־הצער" נישט ווייניק לידער, וואָס טראָגן אין זיך אַן אינטימסטן סוד. פֿאַר רוני סומק איז דאָס געווען "מײַן טאַטנס זייגערלעך":
"מײַן טאַטנס זייגערלעך / וואַלגערן זיך אין שופֿלאָד / ווי אויסגעדינטע זעלנער / פֿונעם קייסערס חייל.
דער ‘עמעצער’ האָט בראַקירט / מײַן טאַטנס זייגערלעך / משלח געווען פֿון דער צײַט, / מחמת זייערע שפּרוזשינעס / זענען שוין עובֿר־בטל / און טרײַבן די ווײַזערס/ בלויז אויף צוריק.
זיי טיקטאַקעווען נאָך, / מײַן טאַטנס זייגערלעך, / אין מײַנע געבליטן".
רוני סומק זעט אין די אַלטע שפּרוזשינעס וואָס שפּרינגען אַהער און צוריק אַ מין באַלעט, און ס׳איז פֿאַראַן צו מאָל וואָס מ׳פֿילט די צײַט און צו מאָל פֿילט מען האָניק און צו מאָל דעם צער. "נאָר דאָס וואָס פֿאַרוווּנדערט מער פֿון אַלץ ליגט אין דעם פֿאַקט, אַז דאָס ליד הייבט אָן צו ווערן שענער פֿון איין לעקטור צו דער אַנדערער", פֿאַרענדיקט רוני סומק זײַנע ווערטער.
רפֿי ווײַכערט גייט אַרײַן אַ ביסל אין שפּיגלבלאַטס ליטעראַרישער ביאָגראַפֿיע און דערקלערט, אַז ער איז מקנא שפּיגלבלאַטן פֿאַרן אַרויסגעבן די אויסערגעוויינטלעכע מאָנאָגראַפֿיע וועגן לעבן און שאַפֿן פֿון איציק מאַנגער. אַזאַ ניוואָ פֿון שעפֿערישן שרײַבן, פֿון וויסן, פֿון פּאַנאָראַמע ווי דאָס איז שפּיגלבלאַטס "בלויע ווינקלען — לעבן, ליד און באַלאַדע", איז אַ זעלטענע דערשײַנונג, וואָס ער קען נאָך אַלץ זיך נישט אָפּוווּנדערן פֿון דעם.
רפֿי ווײַכערט האָט אויסגעקליבן צוויי לידער דורכצופֿירן זײַן אינטערפּרעטאַציע: "מײַן ליבשאַפֿט וועט אויפֿגיין אויף ס׳ניי", (אין סאַמע אָנהייב פֿון דעם קאָמענטאַר), וואָס ווײַכערט געפֿינט אין דעם אַ געמיש פֿון חסד, אָפּטימיזם, פֿאַרגעבונג, פֿון פֿרייד צום לעבן.
פֿאַרענדיקן וויל ווײַכערט מיטן ליד וועגן דער מוטער "אַזאַ שענקענדיקע נאַכט" וואָס ווײַכערט איז זיך מודה, אַז די לעקטור פֿון דעם ליד ווערט בײַ אים שטענדיק באַגלייט מיט פֿײַכטע אויגן.