געשיכטע

כאַרקאָוו פֿאַר דער מלחמה
כאַרקאָוו פֿאַר דער מלחמה

(סוף פֿון לעצטער וואָך)

פֿון אַ קליין דערפֿעלע אין אַ גרויסער שטאָט

קיין כאַרקאָוו איז דער צוג אָנגעקומען פֿאַר טאָג. קיינער האָט מיך ניט באַגעגנט, ווײַל ווער האָט עס געקענט וויסן, ווען ס’וועט זיך מיר אײַנגעבן אַרויסצופֿאָרן. אַז מע קען מיטטיילן ניט בלויז מיט אַ בריוו, נאָר אויך מיט אַ טעלעגראַם, האָב איך געהערט; אָבער ניט מער ווי געהערט. אַ פּאַסאַזשיר בין איך געווען אַ לײַכטער. דער באַשליק האָט מיר דאָ אויסגעזען ווילדפֿרעמד, האָב איך זיך מיט אים אַרומגעגאַרטלט הינטערן וואַטאָוון רעקל. אין וואָקזאַל־קלאָזעט האָב איך זיך ווי ניט איז אַרומגעוואַשן, פֿאַרקעמט די האָר, אַ קוק געטאָן אויף אַנדערע, וואָס האָבן זיך דאָ געוואַשן, געגאָלט, דערנאָך אויף זיך אַ קוק געטאָן אין שפּיגל און אַ קלער געטאָן: "ניט ערגער פֿאַר אַנדערע".
כ’האָב פֿאַרהויבן דעם קאָלנער, אַראָפּגעלאָזט די אויערן־לעפּלעך און מיט דער צענטראַלער גאַס אַוועק אַ גאַנג. הויפֿוועכטער אין ווײַסע כאַלאַטן רייניקן דעם שניי און טרײַבן די פֿוסגייער פֿון די טראָטואַרן. אויף דער דורכפֿאָריקער טייל פֿון גאַס שקראַבעט אַ מאַשין דעם אַספֿאַלט און טרײַבט דיך צוריק אויפֿן טראָטואַר. אויטאָמאָבילן הודיען, טראַמווײַען קלינגען, זיי פֿאַרהלושען די אויערן. ממש די שטאָט גייט אויף רעדער. קיין איין באַקאַנט פּנים, קיינער זאָגט דיר ניט קיין גוט־מאָרגן. פֿאַר מיר, אַ דאָרפֿיש בחורל, איז עס סײַ טשיקאַווע, סײַ ווילדפֿרעמד. הײַנט ווי פֿאַרשיידן מע איז געקליידט. ס’איז ניט ווי מײַן מאַמע האָט ליב אַ זאָג טאָן:
"מיר אַ נפֿקא־מינא, אַבי פֿאַרדעקן דעם נאַקעט". ס’הייסט, אויב זיך גוט צוקוקן טראָגט מען אויך קאַצעווייקעס, סוויטקעס, אָדער גאָר ניט לויטן וועטער.
און די מויערן, ס׳אַראַ גרויספֿאַרנעמיקע זיי זײַנען און איינער וויל זײַן העכער פֿונעם אַנדערן. אונדזערע דאָרפֿישע כאַטעס וואָלט מען אַהער אין צענטער נאָענט ניט צוגעלאָזט. צי איז עס מיר אַלץ געפֿעלן? איך ווייס ניט. דערווײַל איז עס וווּנדער איבער וווּנדער. דניעפּראָפּעטראָווסק איז אויך ניט קיין פּראָווינציעלע שטאָט, נאָר דאָרט איז מיר דער קאָפּ געווען ניט דערבײַ און דערצו געפֿין איך זיך איצט ניט אין קיין געגנטלעכן צענטער, און ניט נאָר אין דער קרוינשטאָט פֿון אוקראַיִנע, נאָר אין איינער פֿון די סאַמע גרעסטע אינדוסטריעלע, קולטורעלע און וויסנשאַפֿטלעכע צענטערס פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
ווי געזאָגט, האָבן שוין אין כאַרקאָוו געוווינט מײַנע צוויי עלטערע ברידער און שוועסטער, נאָר קיין אייגן ווינקל האָט נאָך קיינער פֿון זיי ניט פֿאַרמאָגט. אַגבֿ, אַזוי, טאַקע, האָט עס געהייסן, מע פֿלעגט דינגען אַ ווינקל. אַזוינע "ווינקלען" האָבן געקענט זײַן אין איין צימער דרײַ, פֿיר און אַפֿילו מער. אויב צו דיר, דעם כּלומרשטן ווינקל־אייגנטימער, איז געקומען אַ גאַסט, איז ניט מער ווי אויף 3—4 טעג. אָפּהענגיק איז עס געווען ניט נאָר פֿון די באַלעבאַטים. נאָך דעם האָט נאָכגעשפּירט דער הויפֿוועכטער. באַקומען וווינרעכט אין אַ גרויסער שטאָט איז אָנגעקומען אוי, ווי שווער.
ביז דעם נײַעם לערניאָר, כ’זאָל קענען אָנקומען אין ייִדישן מאַשינבוי־טעכניקום, אָדער אין ייִדישן זשורנאַליסטישן טעכניקום איז נאָך געווען העט ווײַט. אויף אַרבעט האָט מען מיך ניט גענומען. אַ פּאָר מאָל האָט זיך מיר אײַנגעגעבן צושטיין צו אַ קאָמפּאַניע, וואָס האָט אויסגעלאָדן געהילץ פֿון אײַזנבאַן־פּלאַטפֿאָרמעס. וואָס שייך געצאָלטס האָט זיי דער אָנדינגער פֿײַן גענאַרט און זיי מיך נאָך מער. מיר איז אויסגעקומען פּוסטעפּאַסטעווען און ווי אַ שאַלאָפּײַ מעסטן די גאַסן.
מײַן ברודער, איזיע, איז אײַנגעשטאַנען, אַז יעדן טאָג, נעענטער צום מיטיק־איבעררײַס, זאָל איך קומען צו אים. ער און מײַן שוועסטער סאָניע האָבן צו דער צײַט פֿאַרענדיקט דעם מאַשינבוי־טעכניקום, געלערנט האָבן זיי אויף איין קורס מיט עמע קאַזאַקעוויטש און טבֿיה גען. זיי ביידע האָבן שוין געהאַלטן בײַם אָפּפֿאָרן קיין ביראָבידזשאַן. מײַן ברודער איז אָנגענומען געוואָרן אויף אַרבעט אין דער צײַטונג "יונגע גוואַרדיע". אָנגעפֿירט האָט ער מיטן אינדוסטריעלן אָפּטייל. מיט מיר איז ער גרייט געווען זיך טיילן מיטן לעצטן ביסן, איך בין נאָך אַלץ געווען ניט צום אָנזעטיקן. נאָר ניט נאָר די אַכילה האָט מיך אַזוי שטאַרק געצויגן אַהין. דאָרט האָט מען כּמעט יעדן טאָג געקענט טרעפֿן ניט איינעם, נאָר עטלעכע ייִדישע שרײַבער — שוין פֿון די סאַמע אָנגעזעענע גרונטלייגער פֿון דער ייִדישער סאָוועטישער ליטעראַטור ביז אַזוינע, וואָס האָבן קוים אָנגעהויבן שטעלן די ערשטע טריט. אויך אויף די אָנהייבער־שרײַבער האָב איך געקוקט, ווי יעדער פֿון זיי וואָלט פֿאַרמאָגט צוויי קעפּ, אַז מיט דער צײַט וועלן אייניקע פֿון זיי און איך אפֿשר ווערן גלײַכבאַרעכטיקטע שרײַבער, אַזוינס האָט אויפֿן געדאַנק ניט געקענט קומען.