לכּבֿוד ראָש־השנה, קאָמבינירט די צוויי טראַדיציעס — האָניק מיט עפּל — אין איין לעקעך.
2 טעפּלעך מעל
2 לעפֿעלעך באַקסאָדע
3/4 טעפּל צוקער
2 לעפֿעלעך צימערינג
1/8 לעפֿעלע מושקאַט
3 טעפּלעך צעריבענע עפּל
2 אייער
1/2־1 לעפֿעלעך וואַניל
3/4 טעפּל בוימל
1/3 טעפּל פּאַרעווער קרעם (non-dairy creamer)
1/2 טעפּל האָניק
הייצט אָן דעם אויוון אויף 325 גראַד (162 צעלזיוס). באַשמירט אַ קײַלעכדיקן בעקן אָדער צוויי ברויט־בעקנס מיט שפּריצבוימל.
שיט צונויף דאָס מעל, באַקסאָדע, זאַלץ, צוקער, צימערינג און מושקאַט. דערנאָך מישט אַרײַן די אַנדערע אינגרעדיענטן און גיסט דאָס טייג אַרײַן אינעם בעקן. באַקט עס 45 מינוט אָדער ביז אַ ציינשטעכער אַרײַנגעשטעקט אין מיטן קומט אַרויס ריין. קילט אָפּ דעם לעקעך איידער איר נעמט אים אַרויס פֿון בעקן.