ליטעראַטור
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
"מעכליס. דער שאָטן פֿונעם פֿירער"
"מעכליס. דער שאָטן פֿונעם פֿירער"

מײַן טאַטע ע"ה האָט שרעקלעך פֿײַנט געהאַט לעוו מעכליסן. אויף וויפֿל איך געדענק, האָט ער אים באַזונדערס ניט געקענט מוחל זײַן די טויזנטער אומגעקומענע רויטאַרמייער אין דער שלעכט-דורכגעטראַכטער מיליטערישער אַוואַנטורע אין יאָר 1942 אין קרים. מעכליס האָט דעמאָלט קאָמאַנדעוועט מיט אַלע קאָמיסאַרן אין דער רויטער אַרמיי, און מײַן טאַטע איז געווען איינער פֿון זיי; פֿון אַ נידעריקן ראַנג, טאַקע אין אַ קאָרפּוס, וואָס האָט אין קרים פֿאַרלוירן אַ גרויסן טייל פֿון זײַנע מיליטער־לײַט. אַ סבֿרא, אַז קיין פּאָפּולערע פֿיגור איז דער מענטש, וואָס איז געשטאַנען בראָש אַלע קאָמיסאַרן, ניט געווען. בכלל, מעכליס איז אַרײַן אין דער געשיכטע ווי איינער פֿון די מיאוסטע פֿיגורן אין סטאַלינס סוויטע.

אָבער לאָמיך אָנהייבן פֿון סאַמע אָנפֿאַנג. איך האָב זיך דערמאָנט וועגן מעכליסן, ווײַל מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָב איך אין אַ ביכער־קראָם דערזען און געקויפֿט אַ בוך וועגן אים: "מעכליס. דער שאָטן פֿונעם פֿירער" (Мехлис. Тень Вождя), אָנגעשריבן דורך יורי רובצאָוו, אַ רוסישן מיליטער-היסטאָריקער. און ס’איז טאַקע אַ בוך, וואָס איז פֿול מיט כּלערליי מיליטערישע פּרטים, וועלכע אינטערעסירן מיך דווקא אַ סך ווייניקער ווי די פּערזענלעכקייט גופֿא פֿון דעם דאָזיקן מענטש — לעוו מעכליס (1889—1953).

געבוירן איז מעכליס געוואָרן אין אָדעס. דאָרטן האָט ער זיך געלערנט אין אַ זעקס-יאָריקער ייִדישער פֿאַך-שול. דערנאָך האָט ער געאַרבעט אין עפּעס אַן אָדעסער געשעפֿט און איז געווען אַקטיוו אין פּועלי-ציון. אין 1911 האָט מען אים גענומען אין דער רוסישער אַרמיי, און ער איז שוין דאָרטן פֿאַרבליבן אויף לאַנגע יאָרן — פֿריִער אין דער ערשטער וועלט-מלחמה, און שפּעטער אין דעם בירגער־קריג. אין 1918 איז מעכליס געוואָרן אַ קאָמוניסט און זיך אויסגעצייכנט ווי אַ קאָמיסאַר אין דער רויטער אַרמיי. דעם טיכטיקן, איבערגעגעבענעם ייִדן האָט באַמערקט סטאַלין און אים גענומען אין זײַן אַפּאַראַט. געווען איז עס אין אָנהייב 1921. פֿון דעמאָלט אָן האָט מעכליס ביז דער לעצטער שעה פֿון זײַן לעבן געטרײַ געדינט סטאַלינען.

פֿון 1930 ביז 1937 איז ער געווען דער הויפּט-רעדאַקטאָר פֿון "פּראַוודאַ", דעם צענטראַלן אָרגאַן פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי. אויף דער דאָזיקער הויכער פּאַרטיייִשער שטעלע, האָט מעכליס געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין אויפֿבויען דעם קולט פֿון סטאַלינען, דעם "געניאַלן פֿירער" פֿונעם סאָוועטישן פֿאָלק. און סטאַלין האָט עס אָפּגעשאַצט. אין 1937 האָט מעכליס פֿאַרנומען אַ גאָר הויכע שטעלע — סטאַלין האָט אים אומגעקערט אין דער אַרמיי, געמאַכט (אין אַ פּאָר יאָר אַרום) פֿאַר אַ 4־שטערנדיקן גענעראַל און דעם אָנפֿירער פֿון דער גאַנצער פּאָליטישער סטרוקטור אין דער רויטער אַרמיי. צו דעם זײַנען צוגעקומען אויך אַנדערע טיטלען און שטעלעס אין דער סאָוועטישער היעראַרכיע.

פֿון רעכטס: ניקאָלאַי ביריוקאָוו און לעוו מעכליס, כאַלכין־גאָל, מאָנגאָליע, 1939
פֿון רעכטס: ניקאָלאַי ביריוקאָוו און לעוו מעכליס, כאַלכין־גאָל, מאָנגאָליע, 1939

דאָס איז געווען אַ שרעקלעכע — אַפֿילו אויף דער סאָוועטישער סקאַלע — צײַט; די צײַט פֿון "רייניקונגען", בפֿרט אין דער רויטער אַרמיי. בלויז אין 1938 זײַנען אין דער אַרמיי "אויסגערייניקט" געוואָרן מער פֿון דרײַ טויזנט קאָמיסאַרן. אַ סך פֿון זיי האָט מען אָדער גלײַך אומגעבראַכט אָדער פֿאַרשיקט אין "גולאַג". מיט דער דאָזיקער טעטיקייט האָט אָנגעפֿירט מעכליס. בכלל, איז שווער אונטערצורעכענען די צאָל מענטשן, וועלכע זײַנען צוליב אים אומגעקומען אין יענער צײַט, אָדער זייער לעבן איז אין גאַנצן חרובֿ געוואָרן.

אין דער צײַט פֿון דער מלחמה האָט מעכליס זיך אויך אויסגעצייכנט מיט מסירות און מיט אַרײַנמישן זיך אין די מיליטערישע פּלענער, כאָטש קיין מיליטערישן טאַלאַנט און קיין מיליטערישע קענטענישן האָט ער ניט געהאַט. סוף-כּל-סוף, נאָך דעם דראַמאַטישן דורכפֿאַל פֿון דער אַוואַנטורע אין קרים, האָט סטאַלין אים באַזײַטיקט, אַראָפּגענומען פֿון זײַנע עפּאָלעטן צוויי שטערן. אַן אַנדער גענעראַל וואָלט נאָך טײַערער באַצאָלט פֿאַר אַזאַ מפּלה. אָבער מעכליסן האָט דער "געניאַלער פֿירער" געגעבן אַ מעגלעכקייט צו דינען ווײַטער, אויף גאַנץ הויכע מיליטעריש-פּאָליטישע שטעלעס. און נאָך דער מלחמה איז מעכליס געווען אַ מיטגליד פֿון דער רעגירונג, און האָט אָנגעפֿירט מיטן מיניסטעריום פֿון קאָנטראָל.

צי האָט דער דאָזיקער מענטש, מעכליס, געהאַט מענטשלעכע מעלות? עס זעט אויס, אַז קיין פּחדן איז ער ניט געווען. און קיין גנבֿ איז ער אויך ניט געווען. זייער גוט האָט ער זיך באַצויגן צו זײַן משפּחה. און דאָך גייט די רייד אין דעם בוך (און, אַ פּנים, אין דער רעאַלקייט) וועגן אַן אויסערגעוויינטלעך פּאַסקודנעם פּאַרשוין, אַ פֿאַרשיכּורטן פֿון דער מאַכט, וואָס דער באָלשעוויסטישער רעזשים האָט אים געגעבן. צום באַדויערן, האָבן טויזנטער אַזעלכע פֿאַרשיכּורטע ייִדן באַפֿעלקערט פֿאַרשיידענע קאַנצעלאַריעס פֿון דער סאָוועטישער מלוכה.

דער מחבר פֿון דעם בוך באַשעפֿטיקט זיך זייער ווייניק מיט מעכליסעס ייִדישקייט. דאָך עפּעס ווערט יאָ דערמאָנט. קודם-כּל, מעכליסעס דערקלערונג: "איך בין ניט קיין ייִד. איך בין אַ קאָמוניסט." אַן ערך אַזוי פֿלעגן מיט אַרום הונדערט יאָר צוריק טענהן ייִדישע סאָציאַליסטן אין אַמעריקע: "מיר זײַנען ניט קיין ייִדן. מיר זײַנען ייִדיש-רעדנדיקע סאָציאַליסטן." מילא, קיין ייִד איז ער, אַ פּנים, שוין ניט געווען. נאָך ערגער איז, אָבער, אַז קיין מענטש איז ער אויך ניט געווען.

עפּעס אַ סימבאָלישקייט איז דאָ אין דער צײַט אַליין, ווען מעכליס איז געשטאָרבן — מיט עטלעכע וואָכן פֿריִער פֿון סטאַלינען. גלײַך ווי דער געטרײַער קנעכט האָט פּשוט ניט געקענט איבערלעבן זײַן באַלעבאָס.