די דירעקטאָרן־קאָלעגיע פֿון דער אַשכּנזישער קהילה אין 1950. דער פּרעזידענט, שמשון פֿעלדמאַן, זיצט אין מיטן |
Credit: Manuel Anatolio Tajfed |
הײַיאָר פּראַווען די ייִדן אין מעקסיקע דאָס 90סטע יאָר זינט דער גרינדונג פֿון דער אַשכּנזישער קהילה. הגם די פֿײַערונגען האָבן זיך שוין אָנגעהויבן דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿעברואַר, וועט דער הויכפּונקט פֿאָרקומען אין פֿעברואַר 2012. די פּרטים פֿון יענער אונטערנעמונג האָבן די קהילה־פֿירער נישט פּובליקירט, ווײַל זיי ווילן, עס זאָל זײַן אַ סופּריז, האָט וויווי ביסגאַרד, די פּרעזידענטין פֿונעם קולטור־קאָמיטעט פֿון דער "אַשכּנזישער קהילה פֿון מעקסיקע", איבערגעגעבן דעם "פֿאָרווערטס". "די פֿײַערונג וועט באַווײַזן די טאַלאַנטן פֿון אונדזער אַשכּנזישער קהילה, און וועט ספּעציעל באַטאָנען די צוקונפֿט — די קומענדיקע 90 יאָר — פֿון אונדזער קהילה."
די יוביליי־פּראָגראַם במשך פֿונעם יאָר איז געווען אַ פֿילפֿאַכיקע. אין פֿעברואַר האָט דער ישׂראלדיקער זינגער דודו פֿישער געגעבן צוויי קאָנצערטן. די צוויי ערטער, וווּ ער איז אויפֿגעטראָטן, זענען אַליין געווען אַ באַווײַז פֿונעם אָפּטימיזם, וואָס די ייִדישע כּלל־טוער האָבן אין דער צוקונפֿט פֿאַר דער קהילה. איין קאָנצערט איז פֿאָרגעקומען אין "אַקאַפּולקאָ 70" — אַ ריזיקער ייִדישער קהילה־צענטער, וואָס באַשטייט פֿון אַ שיל, ביוראָען, אַ כּשרן שפּײַזקראָם, אַ רעסטאָראַן פֿון סײַ מילכיקע, סײַ פֿליישיקע מאכלים, אַ חורבן־מוזיי, אַ חתונה־זאַל, און קאָנפֿערענץ־צימערן.
פֿישערס צווייטער קאָנצערט איז פֿאָרגעקומען אין דער 70־יאָריקער שיל "הוסטאָ סיעראַ". די שיל געפֿינט זיך אינעם אַמאָליקן ייִדישן קוואַרטאַל, אין צענטער פֿון דער שטאָט מעקסיקע. הײַנט איז די געגנט פֿול מיט געשעפֿטן און רעגירונג־ביוראָען, און עס וווינען דאָרט ווייניק ייִדן. די קהילה האָט נישט געוואָלט איבערלאָזן די שיל אויף הפֿקר; האָט מען אַרײַנגעלייגט היפּשע געלטער, די שיל צו רעמאָנטירן, און דאָרט קומען איצט פֿאָר פֿאַרשידענע קאָנצערטן פֿון ייִדישע אַרטיסטן.
אַן אינטערוויו מיט דער שרײַבערין מאַרגאָ גלאַנץ (רעכטס) אין אָקטאָבער |
Credit: Monica Unikel |
עטלעכע וואָכן נאָך פֿישערס קאָנצערטן, איז אויפֿגעטראָטן דער ישׂראלדיקער מוזיקער מוש בן־אַרי אויף אַן אַנדער, נישט קיין ייִדיש אָרט. צו דער איבערראַשונג פֿון די אָרגאַניזירער, האָט דער קאָנצערט צוגעצויגן אַ ריזיקן עולם, בפֿרט פֿונעם ייִנגערן דור. "עס זענען געקומען כּמעט 500 יונגע לײַט," האָט וויווי ביסגאַר דערקלערט.
לכּבֿוד דעם יוביליי האָט די קהילה אויך אויפֿגעפֿירט אַן אייגנאַרטיקן נוסח פֿונעם מיוזיקל "דער פֿידלער אויפֿן דאַך", וווּ די אַקטיאָרן זענען אַלע געווען קינדער צווישן 8 און 13 יאָר. די פּיעסע, אונטערן רעזשי פֿון אַניטאַ פֿײַנסאָד, האָט געהאַט 10 פֿאָרשטעלונגען און איז אויך געווען אַ גרויסער סוקצעס.
צווישן די אַנדערע טעטיקייטן לכּבֿוד דעם 90סטן יוביליי: אַ ריי קאָנפֿערענצן מיט אָנגעזעענע ייִדישע עקאָנאָמיסטן און מעדיאַ־לײַט; דער ערשטער קלעזמער־פֿעסטיוואַל אין מעקסיקע; און אַ ליטעראַרישער אָוונט מיט דער ייִדישער שרײַבערין, מאַרגאָ גלאַנץ.
אין יאַנואַר פּלאַנירט מען די אויסשטעלונג פֿון "די ייִדישע לאָטעריע" — אַ קונסטווערק געשאַפֿן פֿון ד״ר אַנעט פּיער, אויפֿן סמך פֿון אַ ייִדישער לאָטאָ־שפּיל.
דודו פֿישער טרעט אויף אין דער רעמאָנטירטער שיל "הוסטאָ סיעראַ" אין פֿעברואַר |
Credit: Monica Unikel |
ד״ר פּיער, אַ טיילצײַטיקע דאָקטערין, וואָס פֿאַרנעמט זיך לעצטנס אַלץ מער מיט שאַפֿן קונסט, האָט דערציילט דעם "פֿאָרווערטס", אַז הגם זי קען נישט פֿליסיק ייִדיש, האָט זי שטאַרק ליב די שפּראַך. איין מאָל האָט זי געזאָגט איר ייִדיש־רעדנדיקער באָבען, אַז זי וויל מאַכן אַ קונסטווערק אויף ייִדיש, וואָס איז פֿאַרבונדן מיט דער מעקסיקאַנער קולטור. פֿון יענעם שמועס איז אַרויסגעוואַקסן דער פּראָיעקט: שאַפֿן אַ לאָטאָ־שפּיל אויף ייִדיש, וואָס אַפֿילו מענטשן, וועלכע פֿאַרשטייען נישט קיין ייִדיש קאָנען אין דעם זיך באַטייליקן.
"מיר האַלטן, אַז די אויסשטעלונג וועט זייער אויסנעמען, נישט בלויז צוליב איר אָריגינעלקייט, נאָר צוליב דעם פּרעכטיקן קונסטווערק," האָט ביסגאַר דערקלערט.
אויך אין יאַנואַר, וועט מען דורכפֿירן, אין איינעם מיט "יד־ושם", די פּיעסע, "דער לעצטער ביציקליסט", אָנגעשריבן פֿון קאַרל סווענק, אַ קאַצעטניק אין טערעזין אין 1944. סווענק איז טאַקע אומגעקומען, אָבער די אַקטריסע, וואָס האָט דעמאָלט געזאָלט שפּילן אין דער פּיעסע, האָט געראַטעוועט דעם סצענאַר און אים באַאַרבעט.
קינדער לערנען זיך אין דער "ייִדישער שול אין מעקסיקע", 1936. פֿון הינטן שטייט דער לערער בנימין קאָוואַלסקי, וועלכער האָט 50 יאָר לאַנג געאַרבעט אין דער שול, און איז אויך געווען אַ זשורנאַליסט אין דער ייִדישער צײַטונג "דער וועג" |
Credit: Manuel Anatolio Tajfed |
הגם די אַשכּנזישע קהילה פּראַוועט איצט איר 90סטן געבוירן־יאָר, איז די געשיכטע פֿון די ייִדן אין מעקסיקע אַ סך עלטער פֿון דעם. די ערשטע ייִדן זענען אַהין אָנגעקומען אינעם 16טן יאָרהונדערט, נאָך דעם ווי הערנאַן קאָרטעס האָט באַזיגט די אָרטיקע אײַנוווינער. די ייִדן זענען, אָבער, געווען מאַראַנען, און קיינער פֿון זיי איז נישט פֿאַרבליבן ווי אַ טייל פֿון דער ייִדישער קייט. אין די 1860ער, האָבן עטלעכע משפּחות דײַטשע ייִדן זיך דאָרט באַזעצט, אויף דער פֿאַרבעטונג פֿונעם מעקסיקאַנער מאָנאַרך, מאַקסימיליאַן דער ערשטער; און דערנאָך אין די 1880ער יאָרן זענען צוגעקומען עטלעכע מיזרח־אייראָפּעיִשע משפּחות.
קיין אָפֿיציעלע קהילה איז אָבער דעמאָלט נישט געווען. ערשט אין 1912 האָבן די ייִדישע כּלל־טוער באַשלאָסן, סוף־כּל־סוף, צו גרינדן אַ שיל, "אַליאַנץ פֿון באַרג סיני", וואָס האָט אַרײַנגענומען די ייִדן פֿון פֿאַרשידענע לענדער — די סירישע ייִדן פֿון אַלעפּאָ, פֿון דמשׂק, ווי אויך די אייראָפּעיִשע ייִדן. אָבער אין מאַרץ 1922 האָבן די אַשכּנזים געגרינדעט זייער אייגענע שיל, "נדחי־ישׂראל". במשך פֿון די יאָרן האָט די קהילה אויפֿגעשטעלט אַ גוט־אָרגאַניזירטע, הצלחהדיקע סיסטעם פֿון טאָגשולן און שילן. אַ סך פֿון די אינסטיטוציעס פֿונקציאָנירן ביזן הײַנטיקן טאָג. הײַנט לעבן אין מעקסיקע בערך 40,000 ייִדן; ס׳רובֿ פֿון זיי אין, אָדער לעבן, דער שטאָט מעקסיקע.
אין 1924 איז עטאַבלירט געוואָרן די ערשטע ייִדישע טאָגשול — "די ייִדישע שול אין מעקסיקע". שפּעטער האָבן די אָנגעזעענע פּעדאַגאָגן אַבֿרהם און רבֿקה גאָלאָמב געעפֿנט די "י.ל. פּרץ שול", וווּ די לערער, לייבל באַיאָן און שאול פֿערדמאַן, האָבן דאָרט געאַרבעט לאַנגע יאָרן, ווי ד״ר עדינה צימעט־זינגער, די מחברטע פֿונעם בוך, Ashkenazi Jews in Mexico (די אַשכּנזישע ייִדן אין מעקסיקע) האָט דערציילט דעם "פֿאָרווערטס".
"חינוך איז געווען אַ וויכטיקע פּריאָריטעט בײַ די ייִדן אין מעקסיקע," האָט צימעט־זינגער געזאָגט, און טאַקע דערפֿאַר זענען מיט דער צײַט אויפֿגעשטעלט געוואָרן 15 ייִדישע טאָגשולן און נאָכמיטאָג־שולן. צווישן זיי: די ספֿרדישע "תּרבות־שול", געגרינדעט פֿון אַבֿנר אַליפֿס (וועלכער איז, אַגבֿ, געווען אַן אַשכּנזישער ייִד, וואָס האָט פֿריִער אָנגעפֿירט מיט "השומר־הצעיר" אין פּוילן); די מזרחי־שול "יבֿנה", און "אמונה" — אַ ישיבֿה.
אַ גרופּע תּלמידים פֿון דער זעלבער טאָגשול הײַנט, שטעלט פֿאָר אַ ישׂראלדיקן טאַנץ |
Credit: Manuel Anatolio Tajfed |
עס זענען אויך געווען אַ סך ציוניסטישע אָרגאַניזאַציעס, וווּ די ייִדישע קינדער האָבן פֿאַרבראַכט יעדן סוף־וואָך, ווי, למשל, "בני־עקיבֿא", "ביתר" און "נוער", ווי אויך אַ ייִדישער ספּאָרטצענטער פֿאַרן גאַנצן ייִשובֿ. בערך 50% פֿון די קינדער פֿלעגן זיך באַטייליקן אין די קלובן, און אפֿשר דערפֿאַר איז נישט קיין חידוש, וואָס די קהילה איז הײַנט זייער איבערגעגעבן מדינת־ישׂראל.
"די מעקסיקאַנער קהילה האָט אַ שם פֿאַר זייער ברייטהאַרציקער שטיצע פֿאַר ישׂראל," האָט צימעט־זינגער דערקלערט. הגם די קהילה איז אַ סך קלענער ווי אַנדערע — בלויז 45,000 ייִדן — גיבן זיי ריזיקע געלטער פֿאַר די ישׁראלדיקע שפּיטאָלן, "יד־ושם" און אַנדערע אינסטיטוציעס.
לכתּחילה זענען די משפּחות, וואָס האָבן געשיקט די קינדער אין דער ייִדישער שול, געווען זייער פּאָזיטיוו־געשטימט צום ייִדיש־קוריקולום. אָבער דער אינטערעס האָט שפּעטער זיך ממשותדיק אָפּגעשוואַכט, און אין די 1970ער יאָרן האָט גאָלאָמבס ייִדישער לערער־סעמינאַר געשלאָסן אירע טירן. "ווען עס האָט זיך פֿאַרמאַכט דער ייִדישער לערער־סעמינאַר, איז שוין מער נישט געווען קיין קוואַל פֿון נײַע ייִדישע לערער," האָט צימעט־זינגער געזאָגט.
הײַיאָר וועט זיך שליסן די "י. ל. פּרץ שול", אָנגעפֿירט פֿון פֿרוי וועלע זאַבלודאָווסקי, און אין דער "ייִדישער שול אין מעקסיקע — ORT" לערנט מען הײַנט בלויז העברעיִש. אַרטוראָ קערבל, אַ 23־יאָריקער פּסיכאָלאָגיע־סטודענט, איז געווען דער לעצטער לערער פֿון ייִדיש אין דער הויכשול. "כ׳האָב געהאַט זעקס תּלמידים, און זיי האָבן זיך טאַקע געוואָלט לערנען ייִדיש," האָט קערבל געזאָגט. אָבער נאָך איין יאָר האָט די שול זיי אָפּגעשאַפֿן דעם קלאַס און געבעטן קערבל לערנען אַ קלאַס פֿון ייִדישער געשיכטע אויף שפּאַניש.
הגם קערבל האָט שטאַרק ליב מעקסיקע ("איך אידענטפֿיציר זיך מיט דער מעקסיקאַנער קולטור, מיטן עסן, מיט אַלץ מעקסיקאַנישס"), דריקט ער נישט אויס קיין אָפּטימיזם וועגן דער צוקונפֿט פֿון דער אַשכּנזישער קהילה. "די געגנטן זענען זייער געפֿערלעך, די אַרבעטלאָזיקייט איז גרויס, דער פֿאַרקער און די פֿאַרפּעסטיקונג זענען שרעקלעך," זאָגט ער. "איך וועל נאָך בלײַבן אַ פּאָר יאָר, אָבער די מענטשן פֿון מײַן דור ווילן גיכער עולה זײַן קיין ישׂראל. דאָרטן קענען מיר גיין אין די גאַסן בײַ נאַכט, אָן מורא."
ד״ר פּיער זאָרגט זיך אויך וועגן דער צוקונפֿט פֿון דער קהילה. "איך וועל דאָ בלײַבן, ווײַל דאָס איז מײַן היים, אָבער מײַנע טעכטער שטודירן איצט אין ניו־יאָרק און וועלן זיך מסתּמא נישט אומקערן קיין מעקסיקע, ווײַל ס׳איז פּשוט צו געפֿערלעך," האָט זי געזאָגט.
"ווען מײַנע טעכטער ווילן גיין אין שיל, מוז איך זיי באַגלייטן. איך האָב אַ הויז אין אַקאַפּולקאָ, וווּ איך פֿאַרברענג מיט דער גאַנצער משפּחה עטלעכע מאָל אַ יאָר. פֿונעם באַלקאָן האָבן מיר אַ פּרעכטיקן אַרויסבליק פֿונעם ים, אָבער מיר קענען אַפֿילו נישט גיין שפּאַצירן, ווײַל ס׳איז זייער געפֿערלעך דאָרט."
"די אַשכּנזישע קהילה ווערט כּסדר קלענער," האָט ד״ר פּיער געזאָגט. "יעדעס יאָר שטאַרבן בערך 114 אַשכּנזישע ייִדן, און עס ווערן געבוירן בלויז 90 קינדער. אַ סך אַשכּנזים ציִען זיך איבער קיין קאַליפֿאָרניע און ישׂראל. די ספֿרדים און די סירישע ייִדן בלײַבן אָבער יאָ. זיי זענען פֿאַרמעגלעך, האָבן דינסטן און שאָפֿערן, און זייערע באָבע־זיידעס העלפֿן אויפֿפּאַסן אויף די קינדער. זיי איז זייער באַקוועם דאָ."