פּובליציסטיק

צווישן די זאַכן, וואָס האָבן לעצטנס היפּש געביטן — דווקא צום בעסטן — מײַן לעבן, פֿאַרנעמט זייער אַ בכּבֿודיק אָרט דער "סקײַפּ". הגם איך בין שוין צוגעוווינט געוואָרן צו דעם דאָזיקן "שפּילכל", כאַפּ איך זיך צו מאָל, אַז ס׳איז דאָך באמת אַ נס, וואָס פֿאַראייניקט, דערצו אומזיסט, מענטשן אומאָפּהענגיק פֿון דעם מהלך וואָס ליגט צווישן זיי.
האָב איך טאַקע די טעג גערעדט מיט מײַן שוועסטערקינד, וואָס האָט זיך באַזעצט אין ישׂראל מיט אַ יאָר זעכצן צוריק. ער האָט מיר דערציילט וועגן זײַנע נײַעס, וואָס זײַנען טיילווײַז זייער מעדיציניש, ווײַל ער איז אַ סך עלטער פֿון מיר און האָט אַ לאַנגע קראַנקן־רשימה, וועלכע האָבן זיך פֿעסט צוגעטשעפּעט צו אים. אָבער מײַן שוועסטערקינד איז בטבֿע אַן אָפּטימיסט. אין יעדער זאַך זוכט ער אויס עפּעס גוטס. עס פֿרייט אים, למשל, וואָס זײַן דאָקטער רעדט ייִדיש; אַזוי, אַז, לכל-הפּחות, קיין לינגוויסטישע פּראָבלעמען האָבן זיי ניט.
פֿון די חלאַתן איז ער אַריבער צו פֿריילעכערע ענינים. זײַן (פֿון דעם צווייטן צד) שוועסטערקינדס טאָכטער האָט חתונה געהאַט, און די גאַנצע משפּחה איז, פֿאַרשטייט זיך, געקומען קיין ערד (אַראַד), וווּ זיי וווינען. צווישן זיי איז געווען נאָך איין קרובֿ פֿון דעם צווייטן צד, מישע, הייסט ער. אין מײַנע קינדער־יאָרן פֿלעג איך זיך פֿאַרקוקן אויף מישען. פֿאַר וואָס? ווײַל ער האָט געטראָגן אַ שיינע בלויע אוניפֿאָרם פֿון אַ פּילאָט. פֿליִען איז ער געפֿלויגן מיט אַ העליקאָפּטער, געווען דאָרטן אַן אינזשעניר-מעכאַניקער. און איין מאָל האָט זיך עפּעס צעבראָכן אין דעם דאָזיקן העליקאָפּטער און זיי זײַנען געפֿאַלן.
ס׳איז נאָך גוט געווען, וואָס זיי האָבן נאָר אָנגעהויבן זיך אויפֿצוהייבן און דער אומגליק איז געשען ניט ווײַט פֿון דער ערד. דאָך איז מישע אַרויס פֿון דער מעשׂה אַ קאַליקע — יאָרנלאַנג איז ער געווען אָפּהענגיק פֿון קוליעס און שפּעטער זיך אויסגעלערנט צו גיין מיט אַ שטעקעלע. אַזוי, מיט אַ שטעקעלע, האָט ער חתונה געהאַט און אַ טאָכטער איז בײַ זיי געבוירן געוואָרן.
מיט אַ יאָר צוועלף צי דרײַצן צוריק האָב איך אים באַגעגנט אין ישׂראל, טאַקע אין דעם זעלבן ערד. עפּעס אַ יום-טובֿ האָט זיך דעמאָלט געמאַכט. האָב איך זיך געחידושט צו זען, אַז מישע איז אַרומגעגאַנגען אָן אַ שטעקעלע און האָט אַפֿילו געטאַנצט. אויף מײַן פֿראַגע, ווי אַזוי האָט ער זיך אויסגעהיילט, האָט ער מיר קורץ דערקלערט: "דאָס איז אַלץ פֿון דעם ים-המלח. ער האָט מיך געמאַכט פֿאַר אַ מענטשן." האָב איך זיך דערפֿרייט און פֿון דעמאָלט אָן שוין אַ צענדליק מאָל דערציילט די געשיכטע פֿון דעם היילעוודיקן וואַסער אין ים-המלח.
איצט, ווען מײַן שוועסטערקינד האָט מיר דורכן "סקײַפּ" געזאָגט, אַז מישע איז אויך געווען אויף דער חתונה, האָב איך זיך דערמאָנט וועגן דעם נס פֿון מישעס פּטור ווערן פֿונעם שטעקעלע. אָבער מײַן שוועסטערקינד האָט זיך צעלאַכט:
"דו האָסט אויך עס אויפֿגענומען פֿאַר ריין געלט? דאָס איז דאָך אַ באָבע-מעשׂה. עס האָט גאָרנישט צו טאָן מיטן ים-המלח."
"מיט וואָס זשע האָט עס צו טאָן?"
"מיט דעם וואָס ער איז געזונט געוואָרן נאָך אין אוקראַיִנע, אָבער דאָרטן איז אים בעסער געווען צו זײַן אַן אינוואַליד, ווײַל מע האָט אים אומזיסט געגעבן אַ דירה, אַן אויטאָ, אַ גאַראַזש, געצאָלט אים אַ גוטע פּענסיע. האָט ער זיך געהאַלטן פֿאַרן שטעקעלע. און אין ישׂראל האָט ער עס גלײַך אַוועקגעוואָרפֿן."
אָט אַזוי האָב איך זיך אַרײַנגעפּאַקט! מילא, קיין פֿאַראיבל האָב איך אויף אים ניט. עס פֿאַרדריסט נאָר, וואָס איך האָב דעם "נס" צעפּויקט. אָבער דער דאָזיקער "נס" מײַנער איז סײַ-ווי-סײַ גאָרנישט-מיט-נישט אין פֿאַרגלײַך מיט די ניסים, אויף וועלכע עס ריכטן זיך הונדערטער טויזנטער לײַט אין רוסלאַנד. פֿון גריכנלאַנד האָט מען אַהין געבראַכט אַן אַלטן גאַרטל, זייער אַן אַלטן, ווײַל מע גלייבט, אַז אים האָט געטראָגן די מוטער פֿון ישו הנוצרי.
הקיצור, ס׳איז אַ מעשׂה וואָס איז ניט געשטויגן און ניט געפֿלויגן. אָבער צווישן די פּראַוואָסלאַוונע קריסטן איז אָנגענומען געוואָרן, אַז דער גאַרטל איז אַ סגולה פֿאַר אַ סך זאַכן, און אַז עס העלפֿט באַזונדערס גוט, טאָמער מע האָט ניט קיין קינדער. האָבן די בעזדעטניצעס, ווי אויך אַנדערע לײַט, זיך אויסגעשטעלט אין אַ ריי אויף עטלעכע מײַל. ווי אויף צו להכעיס איז אין מאָסקווע געוואָרן קאַלט, און צו שטיין אין דער ריי האָט מען געדאַרפֿט זייער לאַנג — אַרום אַ מעת-לעת, כאָטש דעם פּראָצעס האָט מען צוויי מאָל ראַציאָנאַליזירט: תּחילת האָט מען דערלויבט אַ קוש טאָן דעם קאָנטיינער פֿונעם גאַרטל, דערנאָך — נאָר זיך צורירן צו אים, און לסוף — דורכגיין אונטער אים. אין עפּעס אַ מאָמענט האָבן זיך אין דער ריי אויסגעשטעלט בערך 80 טויזנט לײַט. הונדערטער פֿון זיי זײַנען קראַנק געוואָרן, און עס האָט זיך, בכלל, אָפּגעטאָן חושך. די גאַנצע מעשׂה מיטן הייליקן גאַרטל איז שוין געוואָרן אַ זײַטל אין דער אַזוי אויך זייער אייגנאַרטיקער געשיכטע פֿון נאָכסאָוועטישן רוסלאַנד.
דער מוסר-השׂכּל איז אַזאַ: ס׳איז גרינג צו פֿאַרפֿירן אַ מענטשן. זייער אַ סך ווערט אויפֿגעבויט אויף קולטיווירן דעם גלויבן אין אַ נס. וואָס זאָלן מיר גיין זייער ווײַט נאָך אַ דוגמא: דער "שוואַרצער פֿרײַטיק", וואָס די אַמעריקאַנער נאַציע האָט די טעג איבערגעלעבט, האָט אויך אין זײַן יסוד אַזאַ מין גלויבן.