|
דער ספֿר "תּיקון", וווּ שבתי צבֿי ווערט באַטראַכט ווי משיח, געדרוקט אין אַמסטערדאַם, אינעם יאָר 1666 |
|
מיט דרײַ וואָכן צוריק זענען פֿאַרלאָפֿן שוין 12 יאָר פֿונעם נײַעם יאָרטויזנט. פֿאַר אַזאַ לאַנגן טערמין וואָלטן אין דער וועלט געקאָנט געשען אַ סך דראַמאַטישע חידושים איבערקערענישן. די ערשטע יאָרן פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט זענען געווען פֿול מיט גאָר וויכטיקע געשעענישן, וועלכע האָבן געביטן דעם לעבנס־שטייגער פֿון דער גאַנצער מענטשהייט.
אינעם יאָר 1901 האָט מען געשיקט דעם ערשטן ראַדיאָ־סיגנאַל איבער דעם אַטלאַנטישן אָקעאַן. פֿאַר דעם, איז די קאָמוניקאַציע צווישן אייראָפּע און אַמעריקע געווען באַגרענעצט. הגם דער ערשטער טראַנסאַטלאַנטישער טעלעגראַף־קאַבל האָט אָנגעהויבן אַרבעטן נאָך אינעם יאָר 1858, האָט ער אָפּגעאַרבעט בלויז אַ חודש. דורך די שפּעטערדיקע, מער דערפֿאָלגרײַכע קאַבלען האָט מען געקאָנט איבערשיקן בלויז עטלעכע ווערטער אין אַ שעה צו אַ פּאָר אַבאָנענטן. ערשט אינעם 20סטן יאָרהונדערט, צוליב דער אַנטוויקלונג פֿון דער ראַדיאָ־אַפּאַראַטור, איז געוואָרן מעגלעך גיכע און פֿאַרלאָזלעכע פֿאַרבינדונג צווישן די קאָנטינענטן.
אינעם יאָר 1903 האָבן די ברידער אָרוויל און ווילבור רײַט געשאַפֿן דעם ערשטן עראָפּלאַן. דער היסטאָרישער פֿלי האָט פֿאַרלייגט דעם אָנהייב פֿון אַ נײַער תּקופֿה, ווען נישט בלויז אינפֿאָרמאַציע, נאָר די מענטשן אַליין האָבן באַקומען אַ מעגלעכקייט אַרומצופֿאָרן גיך איבער דער וועלט.
נישט געקוקט, וואָס דער וויסנשאַפֿטלעכער פּראָגרעס פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט האָט געמאַכט די מענטשן פֿון פֿאַרשיידענע לענדער נענטער איינער צום צווייטן, זענען די טעכנאָלאָגיעס אויך געוואָרן אַ יסוד פֿון דער טויט־מאַשין, וועלכע האָט אומגעבראַכט צענדליקער מיליאָנען נפֿשות בעת די צוויי וועלט־מלחמות. די ערשטע וועלט־מלחמה האָט זיך אָנגעהויבן נאָכן קאָנפֿליקט אויף די באַלקאַנען, וועלכער האָט אויסגעבראָכן אין 1912, און האָט זיך באַלד פֿאַרוואַנדלט אין אַ ריזיקער אימפּעריאַליסטישער בלוטבאָד. ווײַזט אויס, אַז די זעלבע טעכנאָלאָגיעס, וואָס האָבן געגעבן די יחידים די מעגלעכקייט צו פֿאַרבינדן זיך איבער דער גאַנצער וועלט, האָבן אויך געגעבן די וועלט־מלוכות אַ ריזיקן דעסטרוקטיוון כּוח און אַ סיבה אומצוברענגען גאַנצע מאַסן מענטשן מיטן טויטלעכן גאַז, באַקטעריעס און אַנדערע "פּערל" פֿונעם טעכנישן פּראָגרעס.
דער איצטיקער יאָרהונדערט האָט זיך אויך אָנגעהויבן מיט דראַמאַטישע היסטאָרישע געשעענישן. נאָכן פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, זענען די פֿאַראייניקטע שטאַטן געוואָרן די איינציקע סופּער־מעכטיקע אימפּעריע אין דער וועלט, וועלכע האָט דערקלערט אַ גלאָבאַלע מלחמה קעגן טעראָריזם נאָך דעם טעראָר־אַטאַק פֿונעם 11טן סעפּטעמבער 2001. נאָך דער אַמעריקאַנער מלחמה אין איראַק, זענען אין דער אַראַבישער וועלט אויפֿגעפֿלאַקערט אַ ריי רעוואָלוציעס, וועלכע האָבן אינספּירירט קלענערע רעוואָלציאָנערע באַוועגונגען און מאַסן־פּראָטעסטן אין אַמעריקע און אין אייראָפּע, אַזעלכע ווי די באַוועגונג "אָקופּיר וואָל־סטריט".
דער טעכנאָלאָגישער פּראָגרעס אינעם נײַעם יאָרהונדערט האָט אויך צו טאָן מיט די קאָמוניקאַציע־סיסטעמען: ס׳רובֿ מענטשן אין דער וועלט באַנוצט זיך הײַנט מיט די צעל־טעלעפֿאָנען און מער ווי אַ פֿערטל פֿון דער וועלט־באַפֿעלקערונג האָט אַ צוטריט צו דער אינטערנעץ, וואָס ווערט הײַנט שוין באַטראַכט ווי אַן עיקרדיקע קאָמונאַלע דינסט, כּמעט אַזוי ווי עלעקטרע און וואַסער.
מע קאָן זען אַ צאָל פּאַראַלעלן צווישן דעם אָנהייב פֿונעם 20סטן און 21סטן יאָרהונדערט: אַ נײַער דורכבראָך אין קאָמוניקאַציע־טעכנאָלאָגיע, רעוואָלוציאָנערע שטימונגען, טיפֿע בײַטן אינעם באַלאַנס פֿון די פּאָליטישע וועלט־כּוחות, און מלחמות. האָפֿנטלעך, וועט די ווײַטערדיקע אַנטוויקלונג פֿון געשעענישן נישט ברענגען צו נײַע וועלט־מלחמות...
ס׳איז שווער — אויב מעגלעך בכלל — צו זאָגן אָביעקטיוו, וועלכע היסטאָרישע געשעענישן זענען די וויכטיקסטע, דערפֿאַר קאָן מען טענהן, אַז אין דער געשיכטע איז נישטאָ קיין "כוואַליעס". פֿונדעסטוועגן, מאַכט זיך צומאָל אַן אײַנדרוק, אַז אין דער געשיכטע איז יאָ פֿאַראַן אַ געוויסע פּעריאָדישע סטרוקטור.
דער באַרימטער רוסישער רעוואָלוציאָנער און אַנאַרכיסטישער דענקער פּיאָטר קראָפּאָטקין האָט באַמערקט, אַז כוואַליעס פֿון רעוואָלוציעס פֿלאַקערן אויף אין דער וועלט בערך יעדע 125 יאָר; ער ברענגט אַ סך איבערצײַגנדיקע בײַשפּילן פֿון אַזאַ טענדענץ. אַ צאָל פּראָמינענטע מאָדערנע וויסנשאַפֿטלער ווײַזן אָן, אַז פֿאַרשיידענע סאָציאַלע און עקאָנאָמישע פּראָצעסן אַנטוויקלען זיך טאַקע כוואַליעסווײַז.
קראָפּאָטקין איז געווען אַ פּרינציפּיעלער אומרעליגיעזער מענטש און אַ מאַטעריאַליסט, וועלכער האָט אָפּגעלייקנט די מעטאַפֿיזישע היסטאָרישע טעאָריעס פֿון אַזעלכע פֿילאָסאָפֿן ווי העגעל — דערפֿאַר איז פֿאַר אים די דערמאָנטע היסטאָרישע געזעצמעסיקייט געווען, מסתּמא, בלויז אַ טשיקאַווע אָבסערוואַציע. אין די וועלט־רעליגיעס, בפֿרט אין פֿאַרשיידענע משיחישע באַוועגונגען שפּילט די היסטאָרישע פּעריאָדיזאַציע — "מילעניאַריזם" — גאָר אַ גרויסע ראָלע.
אַ טייל מיסטיש־געשטימטע מענטשן גלייבן, אַז בײַם סוף פֿונעם הײַנטיקן יאָר וועט קומען אַ סוף צו דער גאָרער וועלט אָדער, לכל־הפּחות, עפּעס אַ גלאָבאַלע קאַטאַסטראָפֿע. די דאָזיקע השערה איז באַגרינדעט אויף דער איבערצײַגונג, אַז דער אוראַלטער קאַלענדאַר פֿון די מאַיאַ־אינדיאַנער — אָבער, פּינקלעכער צו זאָגן, אַ געוויסער מעטאָד פֿון אינטערפּרעטירן דעם דאָזיקן קאַלענדאַר — טראָגט אין זיך אַ מיסטישן כּוח פֿאָרויסצוזאָגן די צוקונפֿט.
פֿאַרן אָנהייב פֿונעם יאָר 2000, האָבן פֿאַרשיידענע מיסטישע סעקטעס אויך פֿאָראויסגעזאָגט אַן אַפּאָקאַליפּטישע קאַטאַסטראָפֿע. מע וואָלט געקאָנט מיינען, אַז אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט האָט דאָס דאָזיקע יאָר נישט קיין ווערט — בפֿרט אין די גאָר טראַדיציאָנעלע אולטראַ־אָקטאָדאָקסישע קרײַזן, וווּ מע מײַדט אויס אינגאַנצן דעם ניט־ייִדישן קאַלענדאַר און מע האַלט, אַז מע טאָר נישט אַפֿילו חתמענען דאָקומענטן מיט די "גוייִשע" דאַטעס, אויב מע קאָן זיך באַגיין אָן זיי.
און פֿאָרט, האָט דער באַקאַנטער חרדישער פֿאַרלאַג "יריד הספֿרים" אַרויסגעגעבן אינעם יאָר 2000 אַ נײַע רעדאַקציע פֿונעם קבלה־ספֿר "גליא רזא" ("אַנטפּלעקונג פֿון סודות"), וווּ עס ווערט דערקלערט, אַז דווקא אינעם דאָזיקן יאָר האָט געזאָלט קומען אַ סוף צו דער וועלט און דערנאָך די משיחישע צײַטן פֿאַר די, וואָס זענען זוכה געראַטעוועט צו ווערן פֿונעם אַפּאָקאַליפּטישן מבול.
|
די נײַע אויסגאַבע פֿונעם קבלה־ספֿר "גליא רזא" |
|
דער מחבר פֿונעם ספֿר "גליא רזא" איז אומבאַקאַנט; מע ווייסט בלויז כּמעט אויף זיכער, אַז ער האָט געלעבט אינעם 16טן יאָרהונדערט. די פֿאַרלעגער פֿון דער נײַער אויסגאַבע זענען משער, לויט געוויסע פֿריִערדיקע קוואַלן, אַז ער האָט געהייסן אַבֿרהם אַרובֿץ (האָראָוויץ) — אַ תּלמיד פֿונעם אַריז״ל.
דער מחבר דערקלערט, אַז זײַן ווערק אַנטהאַלט די אינפֿאָרמאַציע, וואָס ער האָט באַקומען מן־השמים אין חלומות פֿונעם מלאך. דער גאַנצער ספֿר איז אָנגעזאַפּט מיט אַפּאָקאַליפּטיש־משיחישע געדאַנקען און מיט "מילעניאַריזם". דאָס קריסטלעכע יאָר 2000 שטימט מיטן ייִדישן יאָר ה׳ תּש״ס (5760). אין אַ כּשרער מיקווה מוזן זײַן, על־פּי־הלכה, צום ווייניקסטן פֿערציק סאָה וואַסער (אַרום 575 ליטערס, על־פּי "חזון־איש"). 40 סאָה איז 5760 ביצים.
די דאָזיקע מאָס — "כּביצה" — איז, לויט געוויסע דעות, די מינימאַלע קוואַנטיטעט ווײַן, וואָס מע מוז אויסטרינקען, ווען מע מאַכט קידוש. פֿונעם דאָזיקן חשבון פֿירט דער מחבר אויס, אַז צום יאָר 5760 וועט די קאָסמישע "מיקווה" זיך אָנפֿילן; עס וועט קומען אַ מבול און בלויז ארץ־ישׂראל, וואָס וועט שווימען ווי נחס תּיבֿה, וועט געראַטעוועט ווערן. עס זעט אויס, אַז דער מחבר האָט געמיינט עפּעס אַ מיסטיש לאַנד, וואָס זײַן "ארץ־ישׂראל" האָט דעם שטח פֿון 400 אויף 400 פּרסה (בערך 1,600 אויף 1,600 קילאָמעטערס). נאָכן דאָזיקן יאָר וועלן די נשמות מער נישט מגולגל ווערן; די לעצטע 240 יאָר פֿונעם 6סטן יאָרטויזנט אויפֿן ייִדישן לוח, די תּקופֿה נאָכן ניט־ייִדישן יאָר 2000, איז שוין משיחס צײַטן.
ווי אַזוי זשע קומט דאָס גוייִשע יאָר 2000 צו אַזאַ טראַדיציאָנעלן ייִדישן מקובל, וועלכער האָט דערצו געוווינט, מסתּמא, אין ארץ־ישׂראל, וווּ דער נישט־ייִדישער עולם האָט זיך באַנוצט, דער עיקר, מיטן איסלאַמישן קאַלענדאַר? עס זעט אויס, אַז דאָס האָט צו טאָן מיט דער טיפֿער אַנטי־קריסטלעכער שטימונג פֿונעם מחבר. ער שרײַבט, אַז שׂטן האָט פֿיר מענטשלעכע קינדער, וועלכע זענען אַלע אויפֿגעהאַנגען געוואָרן: דער שׂר־האופֿים, מיט וועלכן יוסף־הצדיק איז געזעסן אין דער מיצרישער תּפֿיסה; המן־הרשע; ישוע־הנוצרי — יעזוס; און דער בייזער קיניג אַרמילוס, וועלכער וועט זיך באַווײַזן אין דער צוקונפֿט. דאָס הייסט, אַז אין זײַן אַנטי־קריסטלעכער טעאָריע ווערט יעזוס באַטראַכט ווי אַ קינד פֿונעם שׂטן, וועלכער וועט ווידער קומען צו קעמפֿן מיטן עכטן ייִדישן משיח.
ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז זינט דעם 18טן יאָרהונדערט האָבן עטלעכע מקובלים זיך באַצויגן גאַנץ פּאָזיטיוו צו יעזוסן און האָבן אים באַטראַכט ווי אַ גוטן ייִד אַ שומר־תּורה, וועלכער האָט ערנסט געהאָפֿט צו ברענגען די גאולה. אַזוי האָבן געהאַלטן, למשל, רבי יעקבֿ עמדין אין דײַטשלאַנד און רבי אליהו בן־אמוזג אין איטאַליע.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז די באַקאַנטע ייִדישע טענה קעגן יעזוסן, אַז ער האָט זיך נישט געפֿירט על־פּי־הלכה, איז נישט קיין פּראָבלעם פֿאַרן מחבר פֿון "גליא רזא". אַדרבה, ער האַלט, אַז פֿאַרשיידענע וויכטיקע היסטאָרישע פּערזענלעכקייטן און משיחישע פֿיגורן מוזן דווקא ברעכן צומאָל די הלכה, כּדי צו באַקעמפֿן די סיטרא־אַחרא פֿון אינעווייניק. ס׳איז אָבער גאַנץ פֿאַרשטענדלעך, אַז אינעם 16טן יאָרהונדערט, ווען די שײַטערס פֿון אינקוויזיציע האָבן נאָך געברענט און די ייִדן האָבן נאָך געדענקט דעם גירוש־ספֿרד, האָבן די ייִדישע מיסטיקער באַטראַכט דעם גרינדער פֿון דער קריסטלעכער רעליגיע ווי אַ "בן־שׂטן" און "אַנטי־משיח".
פּאַראַדאָקסיש, אָבער, אַז אַזאַ נעגאַטיווע לאָגיק גיט אַ געוויסע ווערט פֿאַרן קריסטלעכן לוח. אייניקע קריסטן האָבן פֿאָרויסגעזאָגט, אַז אינעם יאָר 2000 וועט יעזוס קומען צום צווייטן מאָל; ס׳איז מעגלעך, אַז דער מחבר פֿון "גליא רזא" האָט ערנסט אָנגענומען די דאָזיקע בשׂורה און געגלייבט, אַז אינעם יאָר 5760 וועט פֿאָרקומען אַן אַפּאָקאַליפּטיש געראַנגל צווישן משיחן און דעם "בן־שׂטן".
פֿאַרשיידענע קריסטלעכע סעקטעס האָבן געגלייבט, אַז אינעם יאָר 1666 וועט פֿאָרקומען אַ געראַנגל צווישן יעזוסן און זײַן שׂונא, דעם "אַנטיקריסט", וואָס די צאָל 666 באַווײַזט זיך אינעם "נײַעם טעסטאַמענט" ווי זײַן צייכן. אינעם זעלבן יאָר — ה׳ תּכ״ו (5426) אויפֿן ייִדישן שטייגער — האָט שבתי צבֿי דערקלערט, אַז ער איז משיח; אַ סך ייִדן אַרום דער וועלט האָבן אויפֿגענומען די בשׂורה מיט גרויס ענטוזיאַזם. הגם שבתי צבֿי האָט צומאָל געטאָן מאָדנע מעשׂים קעגן הלכה, האָט עס אים נישט דיסקוואַליפֿיצירט, ווי געזאָגט, פֿון דער משיחישער ראָלע, לויט אַזעלכע ספֿרים, ווי "גליא רזא".
אין דעם פֿאַל, האָבן די ייִדן אויך געפֿונען אַ רמז אויפֿן יאָר 5426, ווי די גימטריא פֿונעם ערשטן וואָרט אין דער באַרימטער פֿראַזע בײַם נבֿיא עובֿדיה: "והיתה לה׳ המלוכה" — און די מלוכה וועט זײַן בײַ דעם אייבערשטן. דער בעל־שם־טובֿ האָט געהאַלטן, אַז שבתי צבֿי האָט טאַקע געהאַט משיחס נשמה און געקאָנט ברענגען די גאולה, אָבער צוליב זײַן גאווה האָט דער שׂטן אים פֿאַרפֿירט. הרבֿ יהושע מונדשײַן, אַ באַקאַנטער הײַנטצײַטיקער חסידישער פֿאָרשער, האַלט דערפֿאַר, אַז די רמזים און גימטריאות וועגן שבתי צבֿי קאָנען זײַן ריכטיק, ווײַל זיי ווײַזן אָן אויף אַ פּאָטענציאַלן משיח־קאַנדידאַט, און לאוו־דווקא אויף דער ענדגילטיקער גאולה־שלמה.
דער באַקאַנטער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער רבֿ אירווינג (יצחק) גרינבערג האָט אַרויסגעזאָגט אַן ענלעכן געדאַנק וועגן יעזוסן: אַז ער איז געווען אַ פּאָטענציאַלער אָדער אַ טיילווײַזער משיח, דערפֿאַר זענען די ערשטע קריסטן געווען גערעכט, אין אַ געוויסן זין. מיר, ייִדן, וואַרטן אָבער אויפֿן ענדגילטיקן, "אַקטיוויזירטן" משיח. אויף אַן ענלעכן אופֿן, האָט רבי צדוק לובלינער, אַ גרויסער חסידישער דענקער, געשריבן, אַז רבי עקיבֿא האָט ריכטיק אָנגענומען בר־כּוכבא פֿאַר משיח, ווײַל ער איז טאַקע געווען אַ משיחישע פֿיגור — משיח בן־יוסף — אָבער נישט משיח בן־דוד.
פֿאַרשיידענע מקובלים און חסידישע רביים באַטראַכטן צענדליקער פּערזענלעכקייטן ווי "משיח בן־יוסף", אַרײַנגערעכנט דעם אַריז״ל און דעם בעל־שם־טובֿ. עס באַקומט זיך, אַז לויט פֿאַרשיידענע מחברים זענען בײַ אונדז פֿאַראַן, אַ סך פֿאַרשיידענע משיחישע, האַלב־משיחישע, כּמו־משיחישע און אַפֿילו אַנטי־משיחישע פֿיגורן — פֿון שטילע מיסטיקער און רבנים ביז אַזעלכע רעוואָלוציאָנערן, ווי יעזוס און בר־כּוכבא. ס׳איז נישט קיין חידוש, אַז האָבנדיק אַזאַ וועלט־באַנעם און קוקנדיק פֿון פֿאַרשיידענע זײַטן אויף דער גאולה, ווי אויף אַ בהדרגהדיקן פּראָצעס און אַפֿילו געראַנגל, נעמט מען אין באַטראַכט אויך אַזעלכע זאַכן, ווי דער ניט־ייִדישער קאַלענדאַר.
אַגבֿ, די חסידים האָבן אויך וואָס צו זאָגן וועגן דעם. ס׳איז פֿאַראַן אַ פּסוק אין תּהילים: "ה׳ יספּור בכתבֿ עמים" — "דער אייבערשטער ציילט לויטן כּתבֿ פֿון די פֿעלקער". מע דערציילט, אַז רבי לוי־יצחק באַרדיטשעווער פֿלעגט ווינטשן אַלעמען ראָש־השנהדיקע ברכות בײַם ניט־ייִדישן נײַעם יאָר. ער האָט דערקלערט, אויפֿן סמך פֿונעם דערמאָנטן פּסוק, אַז דער אייבערשטער קוקט, ווי די ייִדן לערנען און דאַוונען ראָש־השנה, און פֿאַרגלײַכט עס מיט דעם, ווי די גויים שיכּורן און פֿירן זיך ווילד לכּבֿוד זייער נײַ־יאָר — דערפֿאַר איז עס אַ געבענטשטער טאָג פֿאַר ייִדן.
נישט געקוקט אויף דעם "פּאָליטיש־אומקאָרעקטן" כאַראַקטער פֿון דער דאָזיקער מעשׂה, זעען מיר, אַז לוי־יצחק האָט געגלייבט, אַז ווען מענטשן — לאוו־דווקא ייִדן — באַנוצן זיך מיט זייער קאַלענדאַר, האָט עס אויך אַ געוויסן גײַסטיקן באַדײַט.
ווי געזאָגט, האָט נאָך מיט 12 יאָר צוריק געזאָלט אויסברעכן אַ וועלט־קאַטאַסטראָפֿע און אַ מבול, לויטן ספֿר "גליא רזא". עס ווילט זיך האָפֿן, אַז די מענטשהייט וועט אויך בשלום איבערלעבן דעם סוף פֿונעם מאַיאַ־קאַלענדאַר און אַנדערע קומענדיקע פֿינצטערע פֿאָרויסזאָגונגען, און וועט נישט איבערחזרן די טרויעריקע בלוטיקע געשיכטע פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט.