שפּראַך־פּיטשעווקעס


בדרך-כּלל, נוצט מען דאָס וואָרט צו באַשרײַבן דעם מצבֿ, ווען עס איז ניט געלונגען צו געווינען עפּעס:
“דער שאָכשפּילער האָט געהאַט אַ שווער יאָר — ער האָט פֿאַרשפּילט אין כּמעט יעדן טורניר."
“דוד איז אַן אַזאַרטשפּילער, ער קען זיך ניט אָפּשטעלן, כאָטש ער פֿאַרשפּילט זייער אַ סך געלט."
“די אַרבעטער האָבן זיך לאַנג געהאַלטן, אָבער סוף-כּל-סוף האָבן זיי פֿאַרשפּילט דעם שטרײַק."
“פֿאַרשפּילן" האָט נאָך איין באַטײַט, דהײַנו: אָפּווענדן עמעצנס אויפֿמערק, מע זאָל פֿאַרגעסן וועגן אַנדערע ענינים. למשל:
“דאָס קינד האָט לאַנג געוויינט, אָבער דערנאָך האָט מען אים, אַ פּנים, פֿאַרשפּילט און ס’איז געוואָרן שטיל."