געשיכטע

אַן עפּיזאָד פֿון דעם פֿילם "איך בין געווען דאָרט אין קאָלירן"
אַן עפּיזאָד פֿון דעם פֿילם "איך בין געווען דאָרט אין קאָלירן"
אַזוי ווי אַ ישׂראלדיקע טעלעוויזיע־סטאַנציע האַלט איצט בײַם פֿילמירן אַ דאָקומענטאַרן פֿילם וועגן די נאָך־מלחמהדיקע די־פּי־לאַגערן אין דײַטשלאַנד, און אַזוי ווי מײַן גוטע פֿרײַנדין ליליען געווירצמאַן גיט זיך אָפּ מיט דעם פּראָיעקט דאָ אין ניו־יאָרק, אַזוי אַרום בין איך צוגעצויגן געוואָרן צו דער גאַנצער אונטערנעמונג. האַלט איך אין איין אַנטדעקן וואָס עס טוט זיך אין מײַנע שופֿלאָדן, אַלבאָמען, בילדער, אַרײַנגערעכנט אַ טעזע וואָס איך האָב אַמאָל געשריבן אויף דער זעלבער טעמע פֿאַר קאָלומביע־אוניווערסיטעט. מײַן אַרבעט איז געווען אָנגעפּיקעוועט מיט פֿאָרשאַרבעטן וועגן דער עקזיסטענץ פֿון די פּליטים־לאַגערן, פֿול מיט טאַבעלעס, דאָקומענטאַציעס, באַשרײַבונגען און וועגן קולטור־לעבן פֿון די פּליטים אין משך פֿון די פֿינף יאָר לאַגער־לעבן אין דײַטשלאַנד.
הײַנט, אַז ס׳איז געקומען דערצו, האָב איך געעפֿנט אויך אַ שופֿלאָד וווּ עס האָבן זיך געפֿינען מײַן טאַטנס באַשרײַבונגען, שילדערונגען, אָבסערוואַציעס, פֿעליעטאָנען וואָס זײַנען דערשינען אין דער ייִדישער מינכענער פּרעסע וווּ מײַן טאַטע, חיים שמולעוויטש, האָט געשריבן און באַשריבן אונדזער לאַגער־לעבן אַזוי ווי מײַן טאַטע האָט עס געקענט. איך וועל אײַך מכבד זײַן מיט אַ סעריע פֿון מײַן טאַטנס באַשרײַבונגען וואָס וועלן זיכער דערשינען אינעם דאָקומענטאַרן ישׂראלדיקן פֿילם. און אָט וואָס ער שרײַבט:
"1945! דײַטשלאַנד איז געלעגן אין חורבֿות, היטלערס טרוים צו מאַכן אייראָפּע ‘יודנריין,’ איז נישט מקיים געוואָרן. די אָפּגעראַטעוועטע רעשטלעך פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום זײַנען נאָך דער באַפֿרײַונג געבליבן שטעקן אויף דער טמאדיקער דײַטשער ערד, און ווײַטער גענומען חלומען פֿון ממשיך זײַן דאָס לעבן.
"אין דײַטשלאַנד האָט די מיליטערישע מאַכט, צוזאַמען מיטן ‘דזשוינט,’ און די ‘אונראַ,’ זיך אָנגעהויבן צו באַשעפֿטיקן מיט די רעשטלעך, על־פּי נס געראַטעוועטע ייִדן פֿון אָשוויענטשים, בוכענוואַלד און אַנדערע טויטלאַגערן.
"די דײַטשע טעריטאָריע איז צעטיילט געוואָרן צווישן אַמעריקע, ענגלאַנד און פֿראַנקרײַך, און אויף דער אַמעריקאַנער זאָנע האָט מען אויפֿגעשטעלט די פּליטים־לאַגערן. די וואָס האָבן באַזעצט די אַמעריקאַנער זאָנע האָט מען געגעבן דעם קלינגענדיקן נאָמען ‘די־פּי’ (Displaced persons). אין די לאַגערן האָבן זיך געפֿונען נישט נאָר די ייִדישע ‘די־פּיניקעס,’ נאָר אויך אוקראַיִנער, ווײַסרוסן, טשעכן, פּאָליאַקן און אַנדערע.
"די לאַגערן האָט מען צום מײַנסטנס אײַנגעאָרדנט אין געוועזענע דײַטשע מיליטערישע קאַזאַרמעס. עס האָבן אָנגעהויבן צוריק צו קומען די פּוילישע ייִדן וואָס זײַנען אַנטלאָפֿן קיין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אין 1939. די זעלבע ייִדן האָבן זיך פּרובירט אײַנבירגערן צוריק אין פּוילן. זיי האָבן אָבער אײַנגעזען, אַז די לאַגע אין פּוילן פֿאַר די געראַטעוועטע ייִדן איז נישט קיין גינסטיקע — דער אַנטיסעמיטיזם אין פּוילן צו יענער צײַט האָט געבושעוועט. ייִדן וואָס האָבן זיך על־פּי נס אָפּגעראַטעוועט פֿון די קרעמאַטאָריעס און סאָוועטישע לאַגערן, זײַנען ווידער אַ מאָל נישט זיכער געווען מיטן לעבן.
"עס זײַנען פֿאָרגעקומען מאָרדן אין לאָדזש; דער קעלצער פּאָגראָם. מ׳איז געווען אײַנגעשטעלט מיטן לעבן אין די קליינע שטעטלעך. און דאָס האָט גורם געווען די מאַסנווײַזע פּליטה פֿון פּוילן, אויך אונגאַרן און רומעניע. מען האָט געגנבֿעט די גרענעצן און דערווײַל געפֿונען אַ מקום־מיקלט אויף דער בלוט־אײַנגעטונקענער דײַטשער ערד.
"די די־פּי־לאַגערן זײַנען דערווײַל געוואַקסן ווי שוועמלעך נאָך אַ רעגן. און וועגן אָט דער פֿאַזע וויל איך דאָ דערציילן. אונדזער לאַגער איז געשאַפֿן געוואָרן באַלד נאָך דער קאַפּיטולאַציע פֿון היטלערס דײַטשלאַנד. מיר האָבן זיך אויף דערווײַל באַזעצט אין אולם, אַ שטאָט אין דײַטשלאַנד, צווישן אויגסבורג און שטוטגאַרט. אין אולם איז געבוירן געוואָרן דער וועלט־באַרימטער ייִדיש־דײַטשער מאַטעמאַטיקער אַלבערט אײַנשטײַן. אין אולם זײַנען געשאַפֿן געוואָרן 5 לאַגערן, צווישן זיי סעדאַן־קאַסערנע, ראָגאַו־באַסטיאָן, נוי־אולם, בעלקע־קאַסערנע און אויך הינדענבורג־קאַסערנע.
"די הינדענבורג־קאַסערנע, וווּ מיר האָבן זיך געפֿונען, איז באַשטימט געווען פֿון דער ‘אונראַ’ (Unites Rellef Organization) אויך פֿאַר אוקראַיִנער, ווײַסרוסן, פּאָליאַקן און אַנדערע. סוף 1945, האָבן די אויסגעוואָרצלטע ייִדן אָנגעהויבן צו שטראָמען מאַסנווײַז קיין דײַטשלאַנד.
"די פֿירערשאַפֿט פֿון אונדזער לאַגער איז דערווײַל פֿאַרבליבן אין די הענט פֿון די אוקראַיִנער און ווײַסרוסן, וועלכע האָבן געפֿירט די גרענדע. זיי האָּבן פֿאַרטראָטן די פּאָליציי, די קיך. דער דירעקטאָר פֿון לאַגער איז געווען אַן אוקראַיִנער. נאָר ווען דער לאַגער איז פֿאַרפֿולט געוואָרן מיט ייִדן, האָבן די ייִדישע פּליטים אַרויסגעשטעלט אַן אולטימאַטום סײַ צו דער מיליטערישער מאַכט, און סײַ צו דער ‘אונראַ,’ נעמלעך אַז די ייִדן אין הינדענבורג־קאַסערנע ווילן אַליין אָנפֿירן מיטן לאַגער. די ‘אונראַ’ האָט זיך אָפּגעזאָגט פּטור צו ווערן פֿון די אוקראַיִנער. דעמאָלט האָבן די ייִדן דערקלערט אַ הונגער־סטרײַק און די ‘אונראַ’ איז געצוווּנגען געוואָרן נאָכצוקומען די פֿאָדערונגען פֿון די ייִדישע פּליטים.
"די ‘אונראַ’ האָט דאָס מאָל באַשטימט צווישן די ייִדן די פֿירערשאַפֿט פֿון אונדזער לאַגער. צווישן זיי אַ דירעקטאָר, די פּאָליציי מיט אַ פּאָליציי־שעף, צו היטן די אָרדענונג אין לאַגער. מען האָט נישט דערלויבט קיין דײַטשן אַרײַנצוקומען אין לאַגער. די באַפֿעלקערונג אַליין האָט אויסגעוויילט אַ לאַגער־פֿאַרוואַלטונג, און זייער עובֿדה איז באַשטאַנען אין אָפּהיטן די פּראָדוקטן וואָס קומען אָן פֿון ‘דזשוינט,’ עס זאָל צעטיילט ווערן דעמאָקראַטיש צווישן דער לאַגער־באַפֿעלקערונג.
"מיר האָבן זיך אײַנגעבירגערט אין פֿיר־שטאָקיקע געבײַדעס, צוויי משפּחות אין איין צימער. אין מיטן הויף איז געשטאַנען אַ קלענערער בנין פֿאַר דעם דירעקטאָר און זײַנע אָנגעשטעלטע, די מאַגאַזינען, די קיכן — אַ כּשרע און נישט קיין כּשרע קיך — אַ וואַרשטאַט וווּ עס האָט זיך געפֿונען דער ‘אָרט,’ וווּ יונגע מענטשן האָבן זיך געלערנט פֿאַכן... אין אונדזער לאַגער האָבן זיך געפֿונען אַן ערך נײַן הונדערט ייִדן. דער לאַגער־דירעקטאָר, אַ ווילנער ייִד, האָט אויסגעפֿירט די דירעקטיוון פֿון דער ‘אונראַ.’
"דאָס לעבן אין לאַגער איז געווען אַ קאָכעדיקס. עס האָבן זיך געשאַפֿן פּאָליטישע פּאַרטייען פֿון אַלע מינים, צווישן זיי ציוניסטן, בונדיסטן, קאָמוניסטן, טראָצקיסטן, אַגודה, נטורי־קרתּא און אַנדערע. דאָ האָט אויך פֿונקציאָנירט אַן ‘אונטערוועלט,’ וואָס האָט זיך פֿאַרנומען מיט באַפֿאַלן די דײַטשע בענק. אויב מען האָט אַזאַ איינעם געפּאַקט, און ס׳האָט זיך אַרויסגעוויזן אַז ער איז אַ ייִד, איז ער געמישפּט געוואָרן פֿון דײַטשן געריכטוועזן. די שטראָף איז אַלע מאָל באַשטאַנען פֿון אַוועקשיקן דעם אַרעסטאַנט אויף אומלעגאַלער עליה קיין פּאַלעסטינע.
"די אונטערוועלט האָט געפֿירט אומלעגאַלע אימיגראַנטן קיין פֿראַנקרײַך און אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער. אין הינדענבורג־קאַסערנע האָּט מען אַ סך מאָל אַרײַנגעפֿירט געגנבֿעטע בהמות, זיי געשאָכטן אויף כּשר, און דאָס פֿלייש אַרויסגעפֿירט אָדער פֿאַרקויפֿט אין לאַגער גופֿא.
"וויפֿל די מיליטער־מאַכט האָט זיך נישט געפֿלײַסט צו כאַפּן אָט די חבֿרה גנבֿים, איז זיי קיין מאָל נישט געלונגען. איין מאָל, ווען זיי זײַנען געווען זיכער אַז אין לאַגער געפֿינט זיך אַ געגנבֿעטע קו, זײַנען זיי געקומען מאַכן אַ רעוויזיע. האָבן זיי אַנטדעקט אַ לעבעדיקע קו, געבונדן, מיט אַ טיכל אויפֿן קאָפּ, פֿאַרדעקט מיט אַ שווערער קאָלדרע באַהאַלטן אין בעט. די בעל־הביתטע פֿון שטוב איז געזעסן אויפֿן בעט מיט נאַסע האַנטעכער און געוויינט מיט ביטערע טרערן, ווײַל דער ‘חולה,’ האָט נעבעך געהאַלטן שמאָל. פֿאַרשטייט זיך, אַז מען האָּט די משפּחה אַרעסטירט. אין הינדענבורג־קאַסערנע האָט זיך אויך געפֿונען אַן אָפּזאַצמאַרק פֿאַר פֿאַלשע דאָלאַרן.
"די פֿאַרוואַלטונג איז באַשטאַנען פֿון אַ פּרעזידענט, אַ וווינונגס־אַמט, אַ באַהייצונגס־אַמט, אַ קולטור־לייטער, אַ פּאָליציי־שעף. זיי האָבן זיך אָפֿט געקריגט, זיך געריסן, נישט געקענט אַדורכקומען צווישן זיך. בײַ יעדער צעטיילונג פֿון פּראָדוקטן אָדער באַקליידונג וואָס איז אָנגעקומען פֿון ‘דזשוינט,’ איז דער לאַגער געגאַנגען ווי אויף רעדלעך. די געשרייען און געוואַלטן זײַנען דערגאַנגען ביזן זיבעטן הימל: ‘גנבֿים! באַנדיטן! גזלנים! איר באַראַבעוועט דאָך אונדז, איר נעמט פֿאַר זיך די בעסטע סחורה און אונדז לאָזט איר איבער דאָס אָפּפֿאַלעכץ!’ די כּשרע ייִדן האָבן געטענהט, אַז זיי ווערן כּסדר באַעוולט, אַז זיי קריגן נישט די פֿולע מאָס פּראָדוקטן. זיי האָבן געוואָרנט, אַז זיי וועלן שרײַבן צום פּרעזידענט טרומאַן קיין אַמעריקע און אים לאָזן וויסן, אַז מען גנבֿעט בײַ זיי די פּראָדוקטן.
"אין לאַגער איז אַרויס אַ וואַנטצײַטונג, געווען אַ ראַדיאָ־הילכער וואָס האָט איבערגעגעבן די לעצטע נײַעס. מען האָט אויך געהאַט אַן ‘ערן־געריכט.’ אין לאַגער זײַנען געקומען געבן לעקציעס דײַטשע פּיאַנע־לערער, ענגלישע לערער צו לערנען ענגליש און זייער געהאַלט איז באַשטאַנען פֿון פּראָדוקטן. נאָך דער מלחמה האָבן די דײַטשן שטאַרק געליטן פֿון הונגער, און ווען אַ לערערין האָט אויסגעלערנט אַזאַ ייִדן צו שרײַבן אַן ענגלישן בריוו אין אַמעריקאַנער קאָנסולאַט, איז צוריקגעקומען אַן ענטפֿער: ‘אויף וואָס פֿאַר אַ שפּראַך איז עס געשריבן?’
"אין לאַגער איז געווען אַ שענק אין אַ קעלער וווּ די אונטערוועלט האָט פֿאַרברענגט טעג און נעכט. עס איז געווען אַ לאַגער־שפּיטאָל מיט צוויי דאָקטוירים, ביידע אונגאַרישע ייִדן. איינער פֿון זיי אַ דאָקטער און דער צווייטער — אַ ‘ווייס־איך־וואָס.’ ווען מען האָט דעם ‘ווייס־איך־וואָס’ אַמאָל גערופֿן צו אַ פֿרוי וועלכע האָט געחלשט, האָט ער בײַ איר גענומען ציִען אַ צאָן.
"אין לאַגער איז פֿאָרגעקומען אַ געלט־זאַמלונג פֿאַר ישׂראל. די לאַגער־ייִדן האָבן געגעבן פֿרײַוויליק. אין אונדזער לאַגער זײַנען פֿאָרגעקומען צוגרייטונגס־מאַנעוורעס פֿאַר דער ישׂראל־אַרמיי. די הינדענבורגער האָבן זיך געפֿונען אויפֿן ‘עקזאָדוס.’ מיר האָבן פֿאַרמאָגט אַן אַדוואָקאַט פֿון לאָדזש, אַ דאָקטער פֿון אונגאַרן, אַ פֿעליעטאָניסט פֿון לאָדזש (מײַן טאַטע) וואָס האָט אויף אַ לײַכטן אופֿן אָפּגעשפּיגלט אַלע אַספּעקטן פֿון דעמאָלטיקן ייִדישן לעבן אין די לאַגערן.
"אויף אַ וואַנט פֿון אַ הינדענבורגער תּושבֿ האָט אַראָפּגעשײַנט דער פּאָרטרעט פֿונעם חבֿר סטאַלין. ער האָט צוליב סטאַלינס בילד נישט באַקומען קיין וויזע קיין אַמעריקע און אַוועק אַנשטאָט דעם קיין אויסטראַליע. אין הינדענבורג האָט מען זיך געקענט שטעלן באַנקעס, מאַכן אַ קאַנע און שטעלן פּיאַווקעס.
"יעדע טעאַטער־טרופּע וואָס האָט גאַסטראָלירט אין דײַטשלאַנד איז געקומען קיין הינדענבורג־קאַסערנע. עס איז אַמאָל אַפֿילו געקומען צו אַ סטרײַק פֿון אַ גרופּע אַרטיסטן בראָש מיט ריטאַ קאַרפּינאָוויטש און האָּראָוויץ. זיי האָבן געפֿאָדערט מען זאָל זיי באַצאָלן אין פֿאָרויס פֿאַרן שפּילן, ווײַל אויב נישט וועלן זיי נישט שפּילן. מען האָט זיי באַצאָלט, אָבער נאָכן אויפֿטריט.
"צו אונדז אין לאַגער זײַנען געקומען רעדנער פֿון אַלע פּאַרטייען פֿון ישׂראל. גרינבערג, דוד בן־גוריון און אַנדערע. זיי האָבן געטענהט, אַז ווער עס וויל נישט פֿאָרן קיין ישׂראל, וועט מען קיין מאָל קיינעם נישט צווינגען. נאָר, ווען עס וועט אָנקומען דער קאָמיטעט וואָס פֿאָרט אַרום איבער די לאַגערן וועט מען אַדורכפֿירן אַן אַנקעטע, זאָל מען דערקלערן אַז מיר אַלע ווילן אַ ייִדישע מדינה אין ארץ־ישׂראל.
"עס האָבן זיך אָבער אויך געפֿונען אַזעלכע וואָס האָבן אָנגענומען שטרענגע מיטלען קעגן ייִדן וואָס זאָגן זיך אָפּ צו פֿאָרן קיין ארץ־ישׂראל. צוויי נעמען געדענקען זיך מיר. איינער וואָלפֿאָוויטש, און דער צווייטער קאַנטעראָוויטש. זיי האָבן פּשוט מיט כּוח געצוווּנגען מענטשן צו פֿאָרן קיין פּאַלעסטינע און אַליין זײַנען זיי שטילערהייט אַוועק קיין אַמעריקע.
"עס דערמאָנט זיך מיר אַן עפּיזאָד מיט דער משפּחה שמאַלץ, וועלכע האָט געהאַט אַ זון און אַ טאָכטער. דער זון איז געווען אַן ‘אונראַ־אָפֿיציר’ אין דאַגאַו־באַסטיאָן־פּליטים־לאַגער אין אולם, און די טאָכטער איז געווען אין פּריזיוו־עלטער. זיי האָבן זיך געפֿונען אין איינעם פֿון די פּליטים־לאַגערן אין דײַטשלאַנד. האָט מען די טאָכטער געוואָלט נעמען אויפֿס כּוח און אַוועקשיקן קיין פּאַלעסטינע.
"די עלטערן האָּבן פּראָטעסטירט. אויף קיין פֿאַל וועלן זיי נישט דערלויבן דער טאָכטער אַוועקגעשיקט צו ווערן אָן זייער דערלויבעניש אויפֿן פֿראָנט קיין פּאַלעסטינע. האָּט מען די משפּחה אויסגעשטראָכן פֿון אַלע לאַגער־ליסטעס. די זאַך איז דערגאַנגען צום פֿאָרזיצער מיטן נאָמען שטשעקאַטש, וועלכער איז געווען דער פֿאָרזיצער פֿון צענטראַל־קאָמיטעט פֿון די ייִדן אין דײַטשלאַנד. ער האָּט אַרויסגעשיקט שטעקבריוו צו אַלע לאַגערן אין דײַטשלאַנד, מען זאָל די פֿאַמיליע שמאַלץ אויף קיין אופֿן נישט צושרײַבן צו קיין שום פּליטים־לאַגער. ווען די משפּחה איז אָנגעקומען קיין אולם צו זייער זון זוכן הילף, האָט ער זיך דערשראָקן און אָפּגעזאָגט זיי צו העלפֿן צוצשרײַבן די עלטערן מיט זײַן שוועסטער אינעם לאַגער וווּ ער האָט זיך געפֿונען.
"די פֿאַמיליע שמאַלץ איז געקומען אַ צעבראָכענע און פֿאַרוויינטע צו אונדז אין הינדענבורג־קאַסערנע און דאָ איז געשען אַ נס. אונדזער פֿאַרוואַלטער האָט רעוואָלטירט קעגן דעם צענטראַל־קאָמיטעט, און די פֿאַמיליע שמאַלץ איז צוגעשריבן געוואָרן צו אונדזער לאַגער."
צווישן מײַן טאַטנס שריפֿטן האָב איך אויך געפֿונען די טיטלען פֿון די ייִדישע צײַטונגען וואָס האָבן זיך געדרוקט נאָכן חורבן אין דײַטשלאַנד, צווישן זיי:
"אונדזער הײַנט," מינכען.
"אונדזער וועלט," מינכען־פּאַריז.
"נאַציאָנאַלע וואָכנשריפֿט פֿאַרן ייִדנטום אין אייראָפּע."
"וועלט," מינכען.
"אומאָפּהענגיקער זשורנאַל פֿאַר פּאָליטיק, ליטעראַטור, קונסט און ספּאָרט" 1947—1948.
"אונדזער וואָרט," אונגאַריש און רומעניש, מינכען.
"דאָס וואָרט," 1946—1949, מינכען.
"ייִדישע בילדער," 1947—1948, מינכען.
"דאָס ייִדישע וואָרט," פֿעלדאַפֿינג־מינכען, 1946—1949.
"ייִדישע שטימע," מינכען, 1947—1949.
"ייִדישער אינוואַליד," מינכען, 1947.
"ייִדישער סטודענט," מינכען, 1946.
"דער מאָרגן," מינכען, 1949.
"אונדזער וואָרט," אונגאַריש.
"אונדזער וועג," מינכען.
"אַלגעמיינע ייִדישע צײַטונג," מינכען.
"אין גלות־דײַטשלאַנד," אַרויסגעגעבן פֿון צ״ק פֿון די באַפֿרײַטע ייִדן אין דער אַמעריקאַנער זאָנע, מינכען.

״Rumania Tara Noastra, Medina.״
״The Blue and White for Jewish personal of the 3rd Infantry Division.״
״D.P. Express,״ München, in German.
״Jüdische Hefte," Bergen-Belsen.
״Neue Welt,״ München.
״Polska Kronika,״ Frankfurt.


* * *
שטעלט אײַך פֿאָר ליבע ייִדן, וואָס פֿאַר אַ פֿאָלק מיר זײַנען. ערשט אַרויס פֿון די גאַזקאַמערן, באַהעלטענישן, וועלדער, סאָוועטישע שקלאַפֿן־לאַגערן, און שוין איבערגעניצעוועט זיך, צונויפֿגעשטעלט זיך אין אַ פֿאָלק, אין אַן עם־הספֿר. דאָ וועל איך איבעררײַסן די וווּנדערלעכע געשיכטע פֿון טויזנט און איין נאַכט, און וואָס ס׳איז פֿאָרגעקומען אין דײַטשלאַנד מיט די ייִדן נאָכן חורבן.