- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
געשפּילט האָט דעם קו־קו קוקאַווקע אין זייגער. פֿון באָריס סאַנדלער כעלעמער חכמים די שיף גייט צום גרונט אַ שיף איז געשוווּמען אויפֿן ים, און פּלוצעם האָט זיך אויפֿגעהויבן אַ שטאַרקער ווינט. די הויכע כוואַליעס האָבן געוואָרפֿן די שיף אָפּ און אויף[1], פֿון זײַט צו זײַט; אָט־אָט וועט די שיף זיך איבערקערן, און דערטרונקען ווערן. די פּאַסאַזשירן שרײַען, וויינען, געזעגענען זיך איינער מיטן אַנדערן. אָבער איין פּאַרשוין, אַ לאַנגער און אַ דאַרער, מיט אַ צילינדער אויפֿן קאָפּ, האָט געוויינט און געשריִען העכער פֿון אַלע אַנדערע. צוויי כעלעמער חכמים זײַנען אויך געווען צווישן די פּאַסאַזשירן אויף דער שיף. פֿרעגט איינער בײַם צווייטן: — זאָג מיר, פֿײַוויש, פֿאַר וואָס שרײַט ער אַזוי, דער לאַנגער מיטן צילינדער? ער איז משוגע געוואָרן, צי וואָס? — וואָס זשע, דו זעסט דען ניט, וואָס עס טוט זיך מיט דער שיף? — ענטפֿערט דער צווייטער חכם. — די שיף איז אין אַ גרויסער סכּנה... — אָבער פֿאַר וואָס שרײַט ער העכער פֿון אַלע? — קאָן זיך ניט באַרויִקן דער ערשטער חכם. — עס איז דען זײַן אייגענע שיף? — נאַר איינער! — האַלט שוין ניט אויס פֿײַוויש. — נאָך עטלעכע מינוט, וועט די שיף גיין צום גרונט... — יאָ, נאָר די שיף איז געוויס פֿאַרסטראַכירט, וועלן מיר אַלע באַקומען אַ גוטע מטבע[2]... אינעם שנעלצוג אַ כעלעמער חכם איז אַרײַנגעגאַנגען אין וואַגאָן, זיך ברייט באַזעצט אויף דער פּאָליצע בײַם פֿענצטער און גענומען באַטראַכטן גאָטס וועלטל. קומט אַרײַן דער קאָנדוקטאָר און בעט אים צו ווײַזן דעם בילעט. — מיטן גרעסטן פֿאַרגעניגן! — זאָגט דער כעלעמער און דערלאַנגט זײַן בילעט. דער קאָנדוקטאָר ווערט באַלד רויט. ער שרײַט בייז אויס אויף דעם פּאַסאַזשיר: — ווער האָט אײַך דערלויבט אַרײַנצוגיין אַהער? איר דאַרפֿט פֿאָרן מיטן פּאָטשטאָוון צוג, און איר האָט זיך געזעצט אויפֿן קוריערסקן. באַצאָלט באַלד שטראָף! — שאַט, פּאַניע קאָנדוקטאָר. שרײַט ניט אַזוי! — זאָגט דער כעלעמער חכם. — וואָס איז דאָ דער אונטערשייד: פּאָטשטאָווע, צי קוריערסקיע? דער קאָנדוקטאָר הייבט אָן שרײַען נאָך שטאַרקער: — וואָס מאַכט איר זיך נאַריש? עס איז זייער אַ גרויסער אונטערשייד! דער קוריערסקיער איז אַ שנעלצוג, און גייט פֿיל גיכער, ווי דער פּאָטשטאָווער. אויך דער בילעט קאָסט דרײַ מאָל טײַערער... — וואָס, ער גייט שנעלער? — זאָגט פֿאַרוווּנדערט דער כעלעמער פּאַסאַזשיר, — בין איך דען אין דעם שולדיק? איך אײַל זיך ניט. איך האָב גענוג צײַט. זאָל ער ניט פֿליִען, ווי אַ ווילדער, וועט פֿאַר אַלעמען זײַן געזינטער. לייען און דערצייל
איך ווייס ניט
כ׳האָב געטראַכט, געטראַכט
האַלט איך זיי אין קעשענע
נעם איך עפּעס טאָן מיט זיי —
"דאָס קעצל ריר ניט אָן!"
אַז מע טאָר גאָרניט אַ ריר טאָן, —
|