שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,
מײַן ברודער און שוועסטער זענען גאַנץ אַנדערש פֿון מיר. זיי האָבן תּמיד געטאָן וואָס אונדזערע טאַטע־מאַמע האָבן געוואָלט זיי זאָלן טאָן. זיי האָבן זיך אויסגעצייכנט אין מיטלשול, געגאַנגען אין גוטע אוניווערסיטעטן, געאַרבעט, געפֿונען אַ מאַן און אַ פֿרוי, חתונה געהאַט, און מײַן ברודער האָט צוויי קינדער. זיי לעבן נישט ווײַט פֿון טאַטע־מאַמע און זענען געטרײַע קינדער. זיי זענען אויך גוט צו מיר.
איך בין אַלע מאָל געווען דאָס נישט געראָטענע קינד אין דער משפּחה. איך בין אַן אָרעמער סטודענט, געגאַנגען אין נישט קיין וואַזשנעם אוניווערסיטעט, אַ ביסל צרות געהאַט מיט דער פּאָליציי (נישט קיין ערנסטע). הכּלל — מײַן שטייגער לעבן איז אַוועק אויף אַן אַנדער וועג.
מײַנע טאַטע־מאַמע זענען געוואָרן אויפֿגערעגט, וואָס איך וויל זיך אַריבערציִען קיין קאַליפֿאָרניע, אויף דער אַנדערער זײַט לאַנד. אַלע קרובֿים אונדזערע וווינען איינער לעבן דעם אַנדערן: מומעס, פֿעטערס, שוועסטערקינדער — אַלע. מײַנע טאַטע־מאַמע מיינען, אַז איך וויל דאָס טאָן זיי וויי צו טאָן. אָבער דער אמת איז, אַז איך האָב ליב מײַן משפּחה. איך פֿאַרשטיי אָבער, אַז מיר וואָלט בעסער געווען ווען איך פֿאָר אַוועק פֿון זיי. איך וואָלט דענצמאָלט געוואָרן מער אומאָפּהענגיק און אויפֿגעהערט זיך צו פֿאַרגלײַכן מיט מײַן שוועסטער און ברודער. ווי קען איך דאָס טאָן, איך זאָל נישט וויי טאָן מײַן משפּחה?


דאַרף אומאָפּהענגיקייט



טײַערער "דאַרף אמאָפּהענגיקייט",
עס זעט מיר אויס, אַז איר האָט זייער אַ לאָגישע, דורכגעטראַכטע סיבה, פֿאַר וואָס איר ווילט זיך אַוועקציִען. רעדט זיך איבער מיט טאַטע־מאַמע און זאָגט זיי פּונקט וואָס איר האָט מיר געשריבן — אַז איר טוט דאָס נישט זיי וויי צו טאָן, נאָר כּדי איר זאָלט קענען ווערן מער אומאָפּהענגיק. איר ווילט מער נישט פֿילן, ווי איר שטייט אין די שאָטנס פֿון אײַער שוועסטער און ברודער. זאָגט זיי, אַז איר ווילט זיי זאָלן קומען צו גאַסט און מאַכט אַ פּלאַן, איר זאָלט אַהיימקומען יום־טובֿ, זיי זאָלן זיך ריכטן אויף אײַך. זאָגט זיי, אַז איר ווילט מיט זיי אָפֿט רעדן און קלינגט זיי טאַקע אָן, זיי זאָלן האָבן צוטרוי צו אײַך. עס וועט אפֿשר נעמען אַ ביסל צײַט, אָבער ווען זיי וועלן זען, אַז איר האָט הצלחה אַ דאַנק אײַער נײַער אומאָפּהענגיקייט וועלן זיי זײַן שטאָלץ מיט אײַך.



טײַערע חזנטע,
אונדזערע אייניקלעך וועלן פֿאַרברענגען פּסח מיט אונדז! מיר פֿרייען זיך אַזוי! זייערע טאַטע־מאַמע פֿאָרן אַוועק אַ וואָך אויף אַ שיף, און מיר קענען הנאה האָבן פֿון זיי. איך זאָרג זיך נאָר וועגן כּשרות. מיר האַלטן אַ שטרענג כּשרע היים, אָבער נישט אונדזער זון און שנור. איך זאָרג זיך, צי אונדזערע אייניקלעך וועלן גוט פֿאַרברענגען, ווײַל זיי וועלן נישט קענען פּסח עסן אַלץ וואָס זיי ווילן. איך האָב אויך נישט ליב זיך צו קריגן מיט זיי. וואָס לייגט איר פֿאָר?


כּשרע באָבע



טײַערע כּשרע באָבע,
רעדט פֿאָרויס מיט אײַערע אייניקלעך וועגן כּשרות און פּסח. זיי דאַרפֿן פֿאַרשטיין, אַז אין אײַער היים דאַרפֿן זיי פֿאָלגן אײַערע תּנאָים. עס זענען פֿאַראַן אַ סך קיכלעך־געמישעכצן, וואָס מע קען קויפֿן פּסח אין די געשעפֿטן, און אײַערע אייניקלעך וועלן געוויס הנאה האָבן בײַם באַקן מיט אײַך. מע קאָן זיי אויך מיטנעמען אײַנצוקויפֿן אינעם כּשרן געשעפֿט, זיי זאָלן אַליין אויסקלײַבן די נאַשערײַען וואָס זיי ווילן עסן. אַ חוץ דעם, פֿאַרברענגט מיט זיי און זאָרגט זיך נישט וועגן עסן.



טײַערע חזנטע,
צי פּאַסט, איך זאָל פֿרעגן בײַ מײַן שנור, צי איך מעג אַרײַנקומען אינעם שפּיטאָל־צימער אין וועלכן זי גייט צום קינד?


שוויגער



טײַערע שוויגער,
ניין, עס פּאַסט זיכער נישט. זי וואָלט אַוודאי אײַך נישט געקאָנט אָפּזאָגן, טאָ פֿרעגט אַפֿילו נישט. אויב זי וויל אײַך לעבן זיך, וועט זי אײַך פֿאַרבעטן. טאָ בלײַבט אינעם וואַרטזאַל און די גוטע בשׂורה וועט אין גיכן קומען.


* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com

אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024