געשיכטע

אינטערעסאַנטע צונויפֿפֿאַלן מאַכן זיך צו מאָל. ערשטנס, האָב איך אין איינעם פֿון די ברײַטאָן-ביטשער רוסישע ביכער-געשעפֿטן געקויפֿט אַ מאָנאָגראַף פֿון באָריס קאָוואַליאָוון. דאָס בוך איז אַרויס אונטערן טיטל Повседневная жизнь населения России в период нацистской оккупации, "דאָס טאָג-טעגלעכע לעבן פֿון דער באַפֿעלקערונג פֿון רוסלאַנד בעת דער נאַציסטישער אָקופּאַציע". אין דער אמתן, גייט אין קאָוואַליאָווס פֿאָרשונג די רייד ניט נאָר וועגן דער "טאָג-טעגלעכקייט", אָבער דעם טיטל האָט מען פּשוט צוגעפּאַסט צו דער גרויסער סעריע ביכער, אָפֿט מאָל געראָטענע, מכּוח דעם שטייגער פֿון עפּעס אַ סבֿיבֿה.
הקיצור, האָב איך עס געקויפֿט און גענומען לייענען אויפֿן וועג קיין טאָראָנטאָ, וווּ אין משך פֿון דרײַ טעג האָט געפֿירט איר אַרבעט די קאָנפֿערענץ, אָרגאַניזירט — דווקא זייער גוט אָרגאַניזירט — דורכן טאָראָנטער אוניווערסיטעט. אַ צאָל אַקאַדעמיקער זײַנען געקומען פֿון עטלעכע לענדער — רוסלאַנד, דײַטשלאַנד, די פֿאַראייניקטע שטאַטן — צו רעדן וועגן כּלערליי אַספּעקטן פֿון דעם סאָוועטיש-ייִדישן לעבן און אומקום אין די יאָרן פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה. ווי מע טוט אָפֿט בשעת אַזעלכע צונויפֿקומענישן, האָבן די אָרגאַניזאַטאָרן אויך געמאַכט מעגלעך צו קויפֿן נײַע, טעמאַטיש שייכדיקע, ביכער.
אַזוי האָב איך געקויפֿט נאָך איין בוך — פֿון דעם האָלענדישן פֿאָרשער קאַרעל בערקהאָף. הייסן הייסט עס Motherland in Danger: Soviet Propaganda During World War II, "מוטערלאַנד אין געפֿאַר: סאָוועטישע פּראָפּאַגאַנדע בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה". אַגבֿ, בערקהאָף, וואָס האָט זיך באַטייליקט אין דער קאָנפֿערענץ, האָט מיר געזאָגט, אַז איך בין געוואָרן דער ערשטער קונה פֿון זײַן בוך — ס׳איז ממש נאָר וואָס אַרויס פֿון דעם פֿאַרלעגערישן אויוון.

דער סוף איז, אַז (כּמעט) צופֿעליק האָב איך איצט אין מײַן ביכער-זאַמלונג צוויי ערנסטע פֿאָרשונגען, וואָס ווײַזן דעם מצבֿ פֿון ביידע זײַטן פֿון דעם פֿראָנט, ווײַל דאָס רוסישע בוך איז, ניט געקוקט אויף דעם "צוגעפּאַסטן" טיטל, אויך אין אַ גרויסער מאָס וועגן דעם זעלבן — דער פּראָפּאַגאַנדע צווישן דער באַפֿעלקערונג. קאָוואַליאָוו שרײַבט (צום באַדויערן זייער האַמעטנע) וועגן דעם אַנטיסעמיטישן כאַראַקטער פֿון די מאַטעריאַלן, וועלכע עס האָבן געטראָגן די נאַציסטישע צײַטונגען און אַנדערע פּובליקאַציעס, געדרוקט פֿאַר דעם רוסישן עולם. שיִער ניט יעדע טעמע פֿלעגט זײַן איבערגעדרייט אויף אַזאַ אופֿן, מע זאָל קענען "אַנטפּלעקן" פֿאַרשיידענע "מעשׂים-רעים" פֿון ייִדן, בפֿרט נאָך אַז די סאָוועטישע מאַכט איז, לויט דער דאָזיקער פּראָפּאַגאַנדע, געווען די מאַכט פֿון ייִדן און פֿאַר ייִדן. אַנטיסעמיטישע פּראָפּאַגאַנדע האָט מען געפֿירט אויך צווישן די געפֿאַנגענע מיליטערלײַט. מע פֿלעגט זיי דערקלערן, אַז היטלער איז אויך אַן אָנהענגער פֿון סאָציאַליזם. אָבער היטלערס סאָציאַליזם איז אַ נאַציאָנאַלער, בעת די ייִדן ווילן פֿאַרשפּרייטן אַן אינטערנאַציאָנאַלן סאָציאַליזם, מחמת זיי ווילן אויף אַזאַ אויפֿן פֿאַרשקלאַפֿן די גאַנצע וועלט.
ס׳איז תּמיד שווער אָפּצושאַצן אויף וויפֿל עפֿעקטיוו עס איז געווען די דײַטשישע פּראָפּאַגאַנדע; ווי שטאַרק זי האָט אָפּגעסמט די מוחות פֿון דעם המון. קאָוואַליאָוו האַלט, אַז די נאַציסטישע פּראָפּאַגאַנדע-מאַשין האָט געאַרבעט בעסער ווי די סאָוועטישע, בפֿרט אין די ערשטע פּאָר יאָר פֿון דער מלחמה. אַקטיוו האָבן זיך אין דער פּראָפּאַגאַנדיסטישער טעטיקייט באַטייליקט די דײַטשן, וועלכע האָבן גוט געקענט רוסיש. קודם-כּל, זײַנען דאָס געווען די לײַט, וואָס זײַנען אויסגעוואַקסן אין אַ רוסיש-רעדנדיקער סבֿיבֿה, למשל, אין די באַלטישע לענדער. געטרײַ האָבן אויך געדינט הונדערטער פּראָפּאַגאַנדיסטן פֿון דער רוסישער עמיגראַציע, ווי אויך געוועזענע סאָוועטישע אינטעלעקטואַלן. אַ ממשותדיקן בײַטראָג האָבן אַרײַנגעטראָגן פּראַוואָסלאַוונע גלחים; אַ סך פֿון זיי האָבן געהאַט געליטן פֿון קאָמוניסטן און זײַנען געווען בלבֿ-ונפֿש איבערגעגעבן דעם נײַעם רעזשים.
די סאָוועטישע פּראָפּאַגאַנדע-מאַשין האָט, פֿאַרקערט, געגעבן די ייִדן-און-חורבן-שייכדיקע אינפֿאָרמאַציע ביסלעכווײַז, ממש אין האָמעאָפּאַטישע פּאָרציעס. בערקהאָף שרײַבט: "אַ סבֿרא, אַז סטאַלין האָט באַשלאָסן, אַז אַ סך בירגער זײַנע האָבן פּאָזיטיוו רעאַגירט סײַ אויף דער אַנטיסעמיטישער פּראָפּאַגאַנדע וואָס די נאַציסטן האָבן געפֿירט וועגן דעם ׳זשידאָ-באָלשעוויזם׳, סײַ אויף דעם אויסהרגענען פֿון ייִדן מצד די נאַציסטן. ... דערפֿאַר האָט ער אין אָנהייב 1942 אַפּנים באַשלאָסן, אַז די ריזיקע וועט זײַן מינימאַל אויב די מעדיאַ וועט ווייניקער רעדן וועגן אומגעבראַכטע ייִדן. דאָס דערמאָנט דעם צוגאַנג פֿון בריטישע און אַמעריקאַנער זשורנאַליסטן: אַ סך פֿון זיי האָבן מורא געהאַט, אַז באַריכטן וועגן ייִדן וועלן אויפֿרודערן, צי מאַכן שטאַרקער, די אַנטיסעמיטישע שטימונגען — די זעלבע מורא, וועלכע עס האָבן גאַנץ אָפֿט געהאַט אויך די בריטישע און אַמעריקאַנער ייִדן." בערקהאָף ברענגט דוגמאָות פֿון צײַטונג-טעקסטן, "אויסגעבעסערטע" דורך סטאַלינען — ווען ער האָט אויסגעמעקט געוויסע ווערטער ("ייִדן", וכ׳), כּדי פֿאַרוואַנדלען די טעקסטן אין אַלגעמיין-סאָוועטישע.
די רייד גייט דאָ, פֿאַרשטייט זיך, וועגן טעקסטן, געשריבן פֿאַר סאָוועטישע לייענער. גלײַכצײַטיק, האָט דער ייִדישער אַנטי-פֿאַשיסטישער קאָמיטעט געגרייט טעקסטן פֿאַר אויסלאַנד. דאָרטן האָט מען וועגן דעם חורבן און וועגן ייִדן בכלל געשריבן אַנדערש. בערקהאָף האָט אויך געמאַכט אַ פֿאַרגלײַכיקן אַנאַליז פֿון דעם ווי אַזוי די סאָוועטישע מעדיאַ האָט, אין פֿאַרשיידענע יאָרן, דערציילט וועגן דעם חורבן אין אויסלאַנד און אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד.
עפּעס אַ לאָגיק האָט געמאַכט אַזוי, אַז די דאָזיקע ביכער זײַנען אַרויס מער אָדער ווייניקער אין דער זעלבער צײַט. איך גלייב, אַז די לאָגיק, אָדער, לכל-הפּחות, אַ טייל פֿון דער לאָגיק, איז אַ פּשוטע: עס זײַנען צוטריטלעך געוואָרן די אַרכיוון, וועלכע מע האָט געהאַלטן פֿאַרשפּאַרט אין משך פֿון יאָרצענדליקער. די דאָזיקע געוועזענע סאָוועטישע אַרכיוון זײַנען ניט נעכטן געעפֿנט געוואָרן, אָבער די ביכער שטעלן דאָך מיט זיך פֿאָר פּראָדוקטן פֿון אַ ריזיקער, פֿיליאָריקער האָרעוואַניע.