פּובליציסטיק

מ׳רעדט און מ׳רעדט ביז מ׳דערעדט זיך. הייבט זיך אָן אַ מעשׂה, אַז מיט הײַנטיקע קינדער קען מען זיך נישט ספּראַווען. די קינדער יאַק די קינדער. אָבער אַז ס׳קומט צו די דערוואַקסענע איז זאָל גאָט שומר־ומציל זײַן. דערציילט מיר מײַנס אַ חבֿרטע, אַז זי האָט אַ ברודער, אַ מאָדנע בריאה, קלוג און געראָטן צו געשעפֿט און אַ גרויסע בהמה. רײַך און פֿאַרגינט זיך נישט דאָס לעבן. געווען באַווײַבט, זיך געגט און זי איבערגעלאָזט מיט צוויי יונגע קינדער, און צום סוף פֿאַרבליבן אַ ווײַבערניק, לויפֿט נאָך ייִדענעס, גויעטעס. ס׳מאַכט גאָרנישט אויס, ער פֿירט זיך אויף ווי אַ כאָלאָסטיאַק. אַ פֿריילעכער בחור פֿון זיבעציק.
האַנדלען, האַנדלט ער מיט הײַזער, איבערן גאַנצן לאַנד, הייסט עס. ווי נאָר אַ הויז באַנקראָטירט, אַזוי שטעלט ער זיך צו צו יענעמס פֿאַרלוסט. דער עיקר דאַרף דאָס הויז, דער קאָנדאָמיניום אַרויסקוקן צום ים, און שטיין אין אַ רײַכער געגנט. דעמאָלט קויפֿט ער עס אָפּ, רעמאָנטירט די דירה פֿון אינעווייניק, מעבלירט זי און דינגט עס אויס אויף אַ וואָך, חודש, און דאָס דירה־געלט פֿליסט ווי וואַסער פֿון אַ קראַן. מיט איין וואָרט, אַ געשיקטער געשעפֿטסמאַן, אַ פּאַסקודנער טאַטע צו די אייגענע קינדער.
זײַן געראָטענער זון, וווינט מיט זײַן פֿרוי און אַן עופֿעלע אין איין צימערל, אַ סטודיאָ־דירהלע, ווײַל דער זון קען זיך נישט פֿאַרגינען אַ גרעסערע דירה. ערשט, האָט ער באַשלאָסן צו מאָלן די ווענט פֿון זײַן קליין דירהלע נאָך דעם ווי די ווענט האָבן זיך גענומען קרישלען און שיילן. ער האָט מורא דאָס קינד זאָל נישט קראַנק ווערן פֿונעם ריח פֿון דער פֿאַרב. בעט ער זיך אײַן בײַם טאַטן:
"טו מיר אַ טובֿה, לאָז אונדז אַרײַן אין איינער פֿון דײַנע דירות אין פּאַלם־ביטש, כאָטש אויף צוויי וואָכן, ווײַל דאָס קינד ווערט ממש דערשטיקט פֿונעם גערוך פֿון דער פֿאַרב."
"נישט מײַן עסק!", זאָגט דער פֿאָטער, "אַזוי ווי מ׳בעט זיך אַזוי שלאָפֿט מען."
אַ רשע־מרושע פֿון אַ מענטשן. זעלטן זעט ער די קינדער מיט די אייניקלעך. ער פֿוילט זיך אַפֿילו אָנצוקוקן אַ נײַ געבוירן אייניקל.
אָט דער דאָזיקער פּאַרשוין איז געבוירן געוואָרן אין אַזערבײַדזשאַן, אונטער שווערע באַדינגונגען. די מוטער האָט זיך געמיט, אָבער די מלחמה האָט געבושעוועט. דער הונגער האָט דערעסן, דאָס לעבן האָט כּסדר זיך געשפּילט אין יאָגעלעך. בײַם סוף פֿון טאָג אַז מ׳האָט עס נישט דערכאַפּט, האָט מען עס אָנגעוווירן.
ווען די משפּחה איז צו זיך געקומען דאָ אין אַמעריקע, איז ער שוין געווען אַ יונגער־מאַנטשיק פֿון אַ יאָר פֿערצן־פֿופֿצן, זיך געביטן זײַן נאָמען פֿון ישׂראל אויף עליאָט, און אָנגעוווירן זײַן שײַכות צו מענטשלעכקייט; שוין אָפּגערעדט, צום פֿאָלק.
אַ סך מענטשן וואַקסן אַרויס פֿון די קינדערשע ליידן און יסורים, דער עיקר ווען ס׳גייט זיי גוט. אָבער דער פּאַרשוין איז אַרומגעגאַנגען מיט אַ טענה, אַז עמעצער איז אים עפּעס שולדיק. איז פֿון איין זײַט האָט ער זיך פֿאַררעכנט פֿאַר אַ גאָון, מיט זײַנע דערפֿינדונגען און עלעקטראָנישע אַנטדעקונגען. פֿון דער אַנדערער זײַט איז ער אויסגעוואַקסן מיט אַ מום. ער האָט אָנגעוווירן די מענטשלעכקייט, די נאָרמאַלע באַציִונג צו זײַן פֿרוי און קינדער און מענטשן אַרום אים.
מאַכט זיך, אַז בײַ דער שוועסטער גרייט מען זיך צו פּראַווען פּסח ווי יעדעס יאָר. אַ טראַדיציאָנעלן, ייִדישן סדר מיט אַלע פּיטשעווקעס: אַ סדר און אַ הסב־בעט, מיט די פֿיר קשיות און די חרוסת, מיט קניידלעך און געפֿילטע פֿיש, מיט חד־גדיא און אַ דיינו. לאַדט מען אײַן דעם ברודער מיט זײַנע אָפּגעפֿרעמדטע קינדער און אייניקלעך צום משפּחה־סדר.
פֿון די אַרבעה בנים פֿון דער הגדה, האָט אונדזער העלד פֿאַרטראָגן דעם שאינו־יודע־לשאול. ער וויל דווקא מיטברענגען צום סדר זײַן לעצטע באַגלייטערין, אַ גויע פֿון טאַדזשיקיסטאַן. זי ווײַזט זיך אַרויס צו זײַן מער מענטש פֿון אים. די שוועסטער זאָגט זיך אָפּ פֿון די גליקן און טענהט לא מיט אַן אַלף. אַזערבײַדזשאַן און טאַדזשיקיסטאַן וועט נישט באַשײַנען איר שׂימחה.
ווײַזט זיך אויך אַרויס, אַז דער געניאַלער תּם־יוניק פֿון דער הגדה, פֿאַרמאָגט אַ געראָטענעם זון, אַן ערנסטן יונגער־מאַן, וועלכער האָט זיך משדך געווען מיט אַן אירלענדיש מיידל, און בײַ זיי איז געבוירן געוואָרן דאָס ייִנגעלע וואָס איז איצט פֿיר חדשים אַלט. ער וויל קומען צום סדר, נאָר ער דאַרף קודם וויסן אַ פּאָר וויכטיקע פּרטים בנוגע דעם סדר.
"מומעשי־לעבן!", פֿרעגט ער זײַן פֿאָטערס שוועסטער טעלעפֿאָניש, "איך וויל קומען צום סדר. ווען מיר זײַנען נאָך געווען קינדער געדענקען זיך מיר די שיינע סדרים וואָס מען האָט געפּראַוועט בײַ דיר פּסח־צײַט. איך וויל דיר לאָזן וויסן, אַז איך בין ערשט געוואָרן אַ טאַטע און וויל דאָס קינד זאָל פֿאַרזוכן דעם טעם פֿון אַ פּסחדיקן סדר."
"מזל־טובֿ!", ווינטשט אים די מומע און ווישט זיך אָפּ אַ טרער. בשעת־מעשׂה טראַכט זי, האָט מען דאָס קינד געמלעט? האָט מען עס אַ נאָמען געגעבן כאָטש אַ ייִדישן נאָמען? צי נעמט אים זײַן אירלענדישע מאַמע יעדן זונטיק אין קלויסטער? וווּ מען האָט דאָס קינד באַשפּריצט מיט אַ באַפּטיסטיש וואַסערל?
אָבער דאָס האָט זי נישט געברענגט איבער די ליפּן. די אַלע פֿראַגעס זײַנען איר געבליבן שטעקן אין האַלדז. דער חורבן איז געווען גרויס, אָט דאָס איז געוואָרן, ברודערס קינדער. און איצט האָט מען זיך דערמאָנט אין פּסח. און אויב דאָס איז נישט גענוג, וויל דעם ברודערס זון וויסן:
"איידער איך ברענג דאָס קינד צו אײַך אַהיים, וויל איך וויסן איין זאַך. איז דאָ אַ מעגלעכקייט, אַז דאָס קינד זאָל זיך אָנשטעקן מיט דער ייִדישקייט אַרום טיש? נאָך אַלעמען, מ׳וועט זינגען, מ׳וועט לייענען די הגדה? מ׳וועט עסן פּסחדיקע מאכלים? איז פֿאַראַן אַזאַ מעגלעכקייט, אַז דאָס פֿיר־חדשימדיקע ייִנגעלע זאָל זיך אָנשטעקן מיט ייִדישקייט?"
מײַן חבֿרטע איז געבליבן שטיין פֿאַרבליפֿט, פֿאַרגאַפּיעט און פֿאַרלוירן נאָכן אויסהערן אַזאַ אויסטערלישע פֿראַגע. הייסט עס, אַז דער יונגער־מאַנטשיק פֿאַרגלײַכט דעם פּסחדיקן סדר צו אַ שווערער קרענק, פֿון וועלכער מ׳קען אָנגעגריפֿן ווערן און, חס־וחלילה, באַשעדיקן דאָס פֿיר־חדשימדיק עופֿעלע.
די פֿראַגע אויף אַ קשיא איז אַזאַ. אויף וויפֿל זײַנען מיר פֿאַרגאַנגען אין עם־הארצות? און דאָ רעדט זיך וועגן אַ קאַלעדזש געענדיקטן יונגער־מאַן. דאָ רעדט זיך וועגן אַן אַמעריקאַנער בחור וועלכער איז געבוירן געוואָרן בײַ צוויי ייִדישע טאַטע־מאַמע. דאָ רעדט זיך וועגן דעם איבעררײַס פֿון שׂכל־הישר. פֿון לאָגיק שוין אָפּגערעדט פֿון אַ קרישקע מענטשלעכקייט. וואָס זשע טוט מען מיט אַזאַ איגנאָראַנטער יוגנט הײַנט צו טאָג? מן־הסתּם איז דאָס נישט קיין פּנים־חדשות אין אונדזער לאַנגער ייִדישער געשיכטע. וואָס שייך די אַמאָליקע גריכן, האָבן מיר בײַ זיי איבערגענומען די נעמען, די קליידונג, דאָס צינדן ליכט, די מאכלים, ווי למשל די אַמאָליקע סעודה וואָס מ׳האָט פּסח־צײַט גערופֿן מיטן גריכישן נאָמען "אַפֿיקומן," און וואָס האָט געדויערט טעג נאָך אַנאַנד. הײַנט איז פֿון דעם פֿאַרבליבן אַ זכר. דאָס שטיקעלע מצה וואָס מען רופֿט "אַפֿיקומן" דאַרפֿן עס די קינדער געפֿינען און באַקומען דערפֿאַר מתּנות.
נישט אַנדערש ווי מיר זײַנען אַן אויסטערליש פֿאָלק, נישט געקוקט אויף דעם וואָס מיר ראַטעווען זיך כּסדר פֿון סדום. אונדזער לעבן ווי אַ פֿאָלק בײַט זיך כּסדר. מיר האַלטן אויף דאָס נײַ אויף דאָס יציאת־מצרים, און ווי אַ מאָל גרייט צו דערקלערן נעשׂה־ונשמע. און דורך די דורות טוען מיר אַ סך מער פֿון "נעשׂה," ווי מיר טוען דעם נשמע, ווײַל צו בלײַבן אַ ייִד איז אַ כּסדרדיקע נעשׂה, אַרבעטן איבער זיך, אַרומטראָגן זיך מיט אַ חובֿ און אַן אַחריות אויפֿצוהאַלטן דאָס פֿאָלק ישׂראל.
און פּרעה האָט זיך בײַ אונדז הײַנט פֿאַרוואַנדלט אין אַן אַכמאַדינעדזשאַד, גרייט אָפּצוּווישן דאָס שטיקעלע לאַנד פֿון דער מאַפּע. און טיף אין האַרצן בעטן מיר זיך אײַן בײַם כּבֿיכול ער זאָל אַנשטאָט שפּאַלטן דעם ים, שפּאַלטן דעם קאָפּ פֿון דעם נײַעם פּרעה.
און אָט איז די סדר־נאַכט מיט די מה־נשתּנות, מיט די ברענענדיקע ליכט, מיטן יום־טובֿדיקן ייִדישן קרעכץ. און כאָטש דער גוי פֿון הײַנט און פֿון מאָרגן, פֿינצטערט נאָך אַלץ מיט די אַלטפֿרענקישע בילבולים און שעמט זיך אַפֿילו נישט צו פֿאַרשפּרייטן די אויסגעזויגענע פֿון פֿינגער ליגנס, די אייערנעכטיקע און פֿאַראַיאָריקע שקרים; אין דער דאָזיקער נאַכט פֿון פּסח, ווען עס הויערן אויף אונדז פֿון אַלע זײַטן סכּנות, זינגען מיר דיינו — גענוג שוין געסטראַשעט מיט אומקום.
מיר, יום־טובֿדיקע ייִדן, פּאַראַדירן איבער די גאַסן אויסגעסטרויעטע אין יום־טובֿדיקן געמיט, צווישן הימלבוי און כמאַרעס. אַ חיות, ס׳איז כּולו פֿרייד, ליבע ייִדן וווּ איר זאָלט נישט זײַן. לאָמיר פֿאַרדרייען גאַנצע שטיקער הגדה, און באַגריסן דעם אָנגעלייגטן יום־טובֿ און ווינטשן דעם כּלל־ישׂראל צו דערלעבן בעסערע צײַטן. אָמן!