|
יוסף רומשינסקי מיט די זינגערס פֿונעם "פֿאַראייניקטן ייִדישן כאָר", ניו־יאָרק, 1930 |
|
יוסף רומשינסקי און זײַן ראָמאַן "דער דריטער דור"
אינעם "פֿאָרווערטס"־אַרכיוו האָבן מיר געפֿונען דעם כּתבֿ־יד פֿונעם ראָמאַן "דער דריטער דור" פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר יוסף רומשינסקי. ער איז געבוירן געוואָרן אין ווילנע אין 1881, און איז אין דער יונגט געוואָרן אַ "נאָטן־פֿרעסער" — דאָס הייסט, געהאַט די פֿעיִקייט און געווען פֿליסיק אין לייענען מוזיק־נאָטן. בײַ זײַנע קנאַפּע 20 יאָר, האָט ער שוין דיריגירט מיט כאָרן, שטודירט קלאַסישע מוזיק און אָנגעהויבן שאַפֿן זײַנע אייגענע ווערק. צוליב דעם פּריזיוו (מיליטער־דינסט) איז ער אַוועקגעפֿאָרן קיין לאָנדאָן אין 1903, און אָנגעקומען קיין אַמעריקע אין 1904. דאָ, ווערט ער אין גיכן איינער פֿון די וויכטיקסטע קאָמפּאָזיטאָרן אין דער געשיכטע פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן טעאַטער. ער האָט אויך געשאַפֿן ליטורגישע ווערק, און בכלל געוואָרן אַן אָנפֿירנדיקער כּוח אינעם אַמעריקאַנער ייִדישן טעאַטער. ער איז געשטאָרבן אין 1956.
יוסף רומשינסקי האָט געדרוקט אַרטיקלען וועגן זײַן לעבן און וועגן ייִדישן טעאַטער אינעם "פֿאָרווערטס" און דערנאָך אין דער צײַטונג "דער טאָג". עס זעט אויס, אַז דער ראָמאַן איז קיין מאָל נישט אָפּגעדרוקט געוואָרן. אינעם קאַפּיטל, וואָס מיר ברענגען הײַנט פֿאַרן לייענער — "דער האָלד־אַפּ" — וועט מען באַלד זען, אַז רומשינסקי, דער גרויסער טעאַטראַל, האָט געשריבן זײַן פּראָזע ווי זי וואָלט געווען פֿאַרן טעאַטער. זײַן סטיל איז זייער סכעמאַטיש, געבויט אויף שמועסן צווישן די כאַראַקטערן און אויף טוּונגען. קיין סך באַשרײַבונגען פֿון די מענטשן, פֿון די ערטער, פֿון אינערלעכע געדאַנקען וועט איר דאָ נישט געפֿינען. הײַנט וואָלט מען אָנגערופֿן אַזאַ סטיל "שונד", ווײַל עס הייבט אַרויס דעם מעלאָדראַמאַטישן און סענסאַציאָנעלן מאָמענט. אָבער דער ברייטערער עולם האָט געוואָלט לייענען דווקא אַזוינע ראָמאַנען. במשך פֿון דער "פֿאָרווערטס"־געשיכטע האָט מען אין דער צײַטונג אָפּגעדרוקט סײַ שונד־ראָמאַנען, סײַ ראָמאַנען פֿון אַ הויכן ליטעראַרישן ווערט — זײַט בײַ זײַט.
(פֿון אונדזער אַרכיוו)
דריטער קאַפּיטל
"דער האָלד־אַפּ"
אין דער לאָבי פֿון אַ ביליקן האָטעל אויף דער צענטער עוועניו וואָס עס האַלטן זיך אויף מענטשן פֿאַרדעכטיקטע... מענטשן פֿון דער אונטערוועלט... אָפּגעלעבטע, וועלכע קויפֿן און פֿאַרקויפֿן ניט קיין כּשׂרה סחורה... און גלאַט מענטשן מיט אַ פֿאַרגאַנגענהייט.
צווישן די אַלע סוביעקטן זיצן אויסגעזעצט אויף אַ סאָפֿע פֿיר פֿאַרשיידענע טיפּן.
דער ייִנגסטער, דאַר ווי אַ שפּאָן מיט אַ קרענקלעך געזיכט, האַלט אין איין דרייען מיט די אויגן.
דער עלטערער, פֿעט מיט אַ רויטן קאַרק און נאָך אַ רויטערער נאָז פֿון טרינקען ביליקע שנאַפּס און ביר. דער עלטסטער פֿון נידעריקן וווּקס, דאַר און גרוי, האַלט אַ באָנטש שליסלען און דרייט מיט זיי — זיי זיצן אַלע אויסגעזעצט און עס איז צו מערקן, אַז זייערע קליידער און די סאָפֿע אויף וועלכער זיי זיצן האָבן געזען בעסערע צײַטן.
צווישן זיי אין מיטן זיצט בענדזשאַמין צעזאַר, אַן עלטערער אַקטיאָר מיט אַ קאָפּ בלאָנדע, שוין גוט־גרויע האָר, אויסגעלאָשענע אויגן. זײַנע קליידער דערמאָנען אָן אַלטע גוטע צײַטן, ער זיצט אין מיטן פֿון די דרײַ וועלכע רייכערן ביליקע מאַכאָרקע. בענדזשאַמין צעזאַר זיצט אין מיטן דער סאָפֿע, דעם קאָפּ פֿאַרריסן, די אויגן האַלב צוגעמאַכט, מיט אַ שמייכל אויפֿן פּנים. עס איז צו מערקן, אַז ער דענקט פֿון אַמאָל, פֿון די גוטע צײַטן.
דער ערשטער: זע, בענדזשאַמין!
בענדזשאַמין ענטפֿערט: מען זאָגט, מ"ר בענדזשאַמין צעזאַר.
דער ערשטער: אָלרײַט, מ"ר בענדזשאַמין צעזאַר. מען זאָגט, אַז דו ביסט געווען אַ גאַנצער קנאַקער אין דער טעאַטער־וועלט.
דער צווייטער: וואָס הייסט אַ קנאַקער: ער איז פֿון די אַמאָליקע גרויסע קינסטלער.
דער דריטער, דער עלטסטער: איך אַליין האָב אים געזען אין אַ פּיעסע — (דענקט נאָך) איך פֿאַרגעסן. דאַכט זיך אַ מעשׂה מיט "צוויי יתומים" אַ! חבֿרה, ער איז געווען זייער, זייער גוט, ער האָט געברענט אַ וועלט, ביז, ביז, זי האָט אים אַוועקגעוואָרפֿן.
בענדזשאַמין איז געזעסן ביז איצט רויִק אַזוי, ווי ער חלומט און דענקט, ביז מען האָט דערמאָנט, אַז זי האָט אים אַוועקגעוואָרפֿן, דאַן האָט ער זיך געגעבן אַ שטעל אויף און אויסגעשריִען:
"רעדט ניט פֿון איר! דערמאָנט זי ניט! איך קען עס ניט הערן, איך קען ניט, איך קען ניט".
זיי האָבן אים באַרויִקט, ער האָט זיך צוריק אַוועקגעזעצט.
דער עלטסטער: עס איז שוין אַ געשיכטע פֿון באַלד צוואַנציק יאָר און ער קען עס נאָך ניט פֿאַרגעסן.
בענדזשאַמין, שוין אַ ביסל באַרויִקט: "און איך וועל עס ניט פֿאַרגעסן, זי האָט מײַן לעבן רויִנירט, מײַן מוט, מײַן טאַלאַנט, מײַן נאָמען. אַלץ, אַלץ, האָט זי צוגענומען. דאָס איז פֿאַר איר ניט געווען גענוג, זי האָט געמאַכט דעם באַנקיר דזשיימס הערינגטאָן מיך צווינגען אונטערשרײַבן אַז דזשוליין איז ניט מײַן טאָכטער. שטעלט אײַך פֿאָר, מײַן איינציק קינד איז ניט מײַנע, נאָר ער איז איר אמתער טאַטע".
דער צווייטער: אַ קלייניקייט, דער באַנקיר דזשיימס הערינגטאָן, אַזאַ מולטי־מיליאָנער.
דער עלטסטער: מאָני טאָקס, מיט מיליאָנען קען מען אַלץ אויפֿטאָן.
בענדזשאַמין כאַפּט זיך אויף ווי פֿון אַ שלאָף: "ניין, ניט אַלץ, נאַטור נעמט ראַכע, ער! ער! אויבן וועט זיך פֿאַר מיר אָפּרעכענען".
(אַ ייִנגל לויפֿט אַרײַן מיט צײַטונגען און שרײַט):
"עקסטראַ! עקסטראַ! אַ האָלד־אַפּ אויף דזשוליין הערינגטאָן, אַ האָלד־אַפּ אויף דזשוליין הערינגטאָן".
אַלע כאַפּן די צײַטונגען, איינער לייענט:
"צוויי פֿאַרטאָג האָבן צוויי בויאַנעס באַפֿאַלן דדזשוליין הערינגטאָן, די טאָכטער פֿון דער גרויסער אַקטריסע וויאָלאַ הערינגטאָן מיט דעם יונגן אַקטיאָר אָקטאַוואָס. זיי האָבן אים שטאַרק צעשלאָגן און בײַ איר אַרונטערגעריסן איר אַרמבאַנד, אוירינגלעך, רינגלעך און איר פּאַקעטבוק. די צוויי זײַנען געווען פֿאַרמאַסקירט, זיי זײַנען אַנטלאָפֿן אין אַן אויטאָמאָביל וואָס האָט געוואַרט אויף זיי".
בענדזשאַמין צעזאַר האָט זיי, די דרײַ פֿאַרדעכטיקטע, אָנגעקוקט און האָט זיך צעשריגן: "זאָגט מיר ווער האָט געמאַכט דעם דזשאָב אויף מײַן קינד? איר ווייסט ווער, איר ווייסט. זאָגט ווער? זאָגט?
דער ערשטער: וואָס האָסטו זיך צעשריִען, און ווער האָט עס מורא פֿאַר דיר?
בענדזשאַמין האָט זיך נאָך העכער צעשריגן: "איך וועל ניט שווײַגן, איך וועל ניט לאָזן מען זאָל מײַן איינציק קינד שלעכטס טאָן".
דער ייִנגסטער האָט זיך שטאַרק צעלאַכט: "כאַ־כאַ־כאַ, זײַן קינד? זי אַליין ווייסט ניט, אַז ער איז איר טאַטע? און אפֿשר טאַקע ניט...?"
בענדזשאַמין רײַסט זיך, וויל גיין צו די דרײַ. זיי האַלטן אים אָפּ. ער שרײַט: "לאָזט מיך גיין, איך וויל וויסן וואָס מאַכט מײַן קינד?"
אַלע דרײַ האַלטן אים שטאַרק: דער מיטלסטער זאָגט: "דו וועסט איצט ניט גיין און קיינעם ניט טעלעפֿאָנירן און אויב דו וועסט האָבן אַ גרויס מויל, וועלן מיר דיך מאַכן מיט אַ קאָפּ קירצער".
דער ערשטער: דו מיינסט אַ ביסעלע קירצער, ווײַל קיין קאָפּ האָט ער שוין פֿון לאַנג ניט.
בענדזשאַמין האָט זיך געריסן פֿון זיי און זיך געראַנגלט מיט זיי ביז זיי האָבן אים אַרײַנגעפֿירט אין זײַן צימער, אים געגעבן אַ פּאָר טרונק בראָנפֿן.
די ערשטע צוויי זײַנען אַוועק און איבערגעלאָזט דעם עלטסטן מיט בענדזשאַמין אַז ער זאָל אים ניט לאָזן אַרויסגיין און אויך ניט טעלעפֿאָנירן.
דער עלטסטער האָט אים אויסגעטאָן די שיך, אים אַרײַנגעוואָרפֿן אין בעט... ער האָט זיך באַרויִקט. דער עלטסטער דערלאַנגט אים אַ טרונק בראָנפֿן און פֿרעגט אים:
"זאָג מיר, דערצייל וואָס האָט פּאַסירט צווישן דיר און דער גרויסער אַקטריסע וויאָלאַ הערינגטאָן? דו מיינסט וויאָלאַ צעזאַר, יאָ, יאָ, ווי אַזוי און ווען האָסטו זי באַגעגנט".
בענדזשאַמין ווײַזט אויפֿן פֿלאַש שנאַפּס, ער טרינקט און זאָגט: "איך האָב דאַן געשפּילט די הויפּט־ראָלע אין שעקספּירס ‘האַמלעט’. עס איז דאַן געווען אַ גרויסע פּראָדאָקשן. די אויפֿפֿירונג האָט געפֿאָדערט סטאַטיסטן און סטאַטיסטקעס. דאָס הייסט די עקסטראַס פֿאַר די פֿאָלקס־סצענעס. צווישן די סטאַטיסטקעס, ווי מען רופֿט זיי, איז געווען איינע אַ מיידל וועלכע האָט פֿון מיר די אויגן ניט אַראָפּגענומען. זי איז געווען די לעצטע ווען איך פֿלעג גיין פֿון טעאַטער צו זאָגן אַ גוטע נאַכט. ווען איך פֿלעג אַוועקגיין פֿלעגט זי בלײַבן שטיין און מיר נאָכקוקן ביז איך בין פֿאַרשוווּנדן.
דאָס האָט אָנגעהאַלטן כּמעט יעדע נאַכט ביז מיר זײַנען אַרויסגעפֿאָרן אויף אַ טור, דאָס הייסט, אויף דער פּראָווינץ. זיצנדיק אין טריין איז זי צוגעגאַנגען צו מיר און מיך געפֿרעגט זייער העפֿלעך און שעמעוודיק, אַז זי האָט מיר עפּעס וואָס צו בעטן.
איך האָב זי געבעטן זיך זעצן לעבן מיר. זי האָט קוים אַרויסגערעדט די ווערטער, אַז איך זאָל זי אַנטשולדיקן פֿאַר דער פֿרעכקייט און אויסהערן פֿון איר אייניקע סצענעס פֿון דער ראָלע אָפֿעליאַ, די טאָכטער פֿון פּאָלאָניוס. גאַנץ איינפֿאַך די הויפּט־ראָלע פֿון שעקספּירס ‘האַמלעט’. און אַזוי ווי זי האָט זיך אַוועקגעזעצט לעבן מיר האָט זי גלײַך אָנגעהויבן די ערשטע ווערטער פֿון אָפֿעליאַס ראָלע:
‘Allas, my lord. I have bee so affrighted!’
(מײַן לאָרד, איך בין געווען אַזוי איבערגעשראָקן).
זי האָט אַרויסגעזאָגט די ווערטער מיט אַזוי פֿיל אומשולד, נאַיִווקייט, אַז שעקספּיר אַליין האָט זיך קיין אַנדער אָפֿעליאַ ניט פֿאָרגעשטעלט.
איך האָב מיט איר אײַנשטודירט די גאַנצע ראָלע אָפֿעליאַ to perfection, מיט אַלע איינצלהייטן, שטעלונגען און דעטאַלן.
איך האָב גענומען זוכן אַ געלעגנהייט, אַז זי זאָל כאָטש איין מאָל שפּילן די ראָלע אָפֿעליאַ אויף דער בינע.
און די געלעגנהייט איז געקומען נאָך פֿריִער ווי איך האָב זיך פֿאָרגעשטעלט.
אויף דער פֿערטער וואָך האָט זיך די אַקטריסע, וועלכע האָט געשפּילט אָפֿעליאַ אויסגעלונקען אַ פֿוס און איר פֿאַרטרעטערין, דאָס הייסט, איר סובסטיטוט, איז דאַן אויף אַ טאָג אַוועקגעפֿאָרן, איז דאַן געווען איר ערשטע געלעגנהייט".
"נו, נו", האָט געפֿרעגט מיט נײַגעריקייט דער צוהערער, "וואָס איז געווען? דערצייל ווײַטער".
בענדזשאַמין האָט זיך אַזש פֿאַרקײַכט לאַכנדיק.
"דו פֿרעגסט וואָס און ווי אַזוי זי האָט געשפּילט? עס איז געווען שרעקלעך, עס איז געווען אַן אומגליק־פֿאָרשטעלונג. זי האָט פֿאַר שרעק פֿאַרגעסן די גאַנצע ראָלע וועלכע זי האָט געקענט אַזוי גוט. זי האָט ניט געהערט אין יענער נאַכט וואָס מען רעדט צו איר, און האָט ניט געזען וווּ זי גייט און וווּ זי שטייט.
וווּ איז דאָס געווען אַ פֿאָרשטעלונג. יאָ, דער גרעסטער אומגליק איז עס געווען, אָבער ניט פֿאַר איר, נאָר פֿאַר מיר. ווײַל אַנשטאָט איך זאָל ווערן אויף איר בייז, האָב איך אין יענער נאַכט דערזען אין איר אַז זי איז אַ גרויסע קינסטלערין. איר שרעק, איר מורא, איר רעספּעקט, איר פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט פֿאַרן פּובליקום האָט באַוויזן, אַז זי באַזיצט אַ גרויסן טאַלאַנט. געוויינטלעך דאַרפֿסטו פֿאַרשטיין, אַז איך בין שוין דאַן געווען פֿאַראינטערעסירט אין איר אַליין... און דעם מיידעלע פּערזענלעך... יאָ, איך האָב זיך פֿאַרליבט אין איר ווי אַ ייִנגל פֿון 16־17 יאָר, כאָטש איך בין שוין געווען אַ יאָר 35־36.
זײַט יענער טרויעריקער פֿאָרשטעלונג איז זי געוואָרן ניט נאָר בלויז מײַן געליבטע, נאָר איינפֿאַך אַזוי ווי אַ שקלאַפֿין, ווײַל זי האָט זיך געפֿילט שולדיק אין דעם גרויסן דורכפֿאַל.
איך האָב שוין דאַן געזען אין איר, אַז זי איז אַ גרויסע קאַריעריסטקע, אַז זי וויל דורך מיר ווערן באַרימט און גרויס, און זי איז געוואָרן. אַזאַ גרויסן דורכפֿאַל ווי זי האָט געהאַט אין איר ערשטן אויפֿטריט, נאָך אַ גרעסערן סוקסעס האָט זי געמאַכט אַ יאָר שפּעטער אין איר צווייטן אויפֿטריט.
איר מורא אַז איך זאָל זי ניט אַוועקוואַרפֿן האָט געשטיגן אין איר וואָס מער און זי האָט מיך איינפֿאַך געשלעפּט, איך זאָל מיט איר חתונה האָבן, און טאַקע באַלד איז געקומען אונדזער מיידעלע דדזשוליין".
ער האָט זיך געגעבן אַ שטעל אויף און אויסגעשריגן:
"לאָז מיר גיין זען מײַן מיידעלע דדזשוליין!"
ער האָט אים געגעבן נאָך אַ טרונק בראָנפֿן און אים אַרײַנגעוואָרפֿן צוריק אין בעט.
ער האָט גערעדט מיט אָפּגעהאַקטע קורצע פֿראַזעס, האַלב פֿאַרשלאָפֿן... "מײַן מיידעלע... מײַן גרויסע קינסטלערין וויאָלאַ..." ביז ער איז אײַנגעשלאָפֿן.