געשיכטע

ייִדישע שול־קינדער אינעם "די־פּי"־לאַגער אין שאַענשטײַן, דײַטשלאַנד, 1946
ייִדישע שול־קינדער אינעם "די־פּי"־לאַגער אין שאַענשטײַן, דײַטשלאַנד, 1946
דער שפּאַציר יעדן אינדערפֿרי איז אַ ברכה סײַ פֿאַר מײַן חבֿרטע ליליען און סײַ פֿאַר מיר. זי האַלט אין איין דערציילן; אָן אויפֿהער דערציילן, וועגן אַלע אירע געשעענישן און איבערלעבונגען, אַלע אירע שווערע און לײַכטע מאָמענטן אין לעבן, און איך האָב אַן אויער וואָס זאַפּט אײַן און בראַקירט נישט. מיר זײַנען, דאַכט זיך, לאַנדסלײַט, נישט ווײַל מיר קומען פֿון זעלבן שטעטל, חלילה, נאָר פֿון דער זעלבער שטאָט אין דײַטשלאַנד נאָכן קריג. נישט געהויזט אין זעלבן פּליטים־לאַגער, נאָר פֿאַרמאָגט די זעלבע לערער אין בית־ספֿר תּרבות, פֿילט מען אַ קרובֿישאַפֿט איינע צו דער אַנדערער. אַ חוץ דעם רעדן מיר דאָס זעלבע לשון, מיר פֿאַרשטייען זיך אויפֿן וווּנק. מיר ענדיקן שוין די זאַצן איינע בײַ דער צווייטער און הערן אויס וואָס מיר טענהן לגבי דער לעצטער פּאָליטיק סײַ אין ישׂראל און סײַ דאָ אין לאַנד.
ביידע זײַנען מיר געווען כּמעט אין זעלבן עלטער. זי מיט אַ צוויי יאָר גערוקט פֿון מיר, איז ווען איך בין געווען עלף איז זי שוין געווען דרײַצן. אַ שיינינקע און אַ זגראַבנע איז זי געוואַקסן מיט אַ דאָרשט צום לערנען זיך, צו לייענען, אַרומפֿאָרן אויף אַ ראָווער און לויפֿן אין קינאָ אין אולם. מיר האָבן זיך אַלע געפּאַשעט אויף די בריטישע פֿילמען. איך ווידער, האָב ליב געהאַט די לידער וואָס מיר קינדער האָבן געזונגען אין לאַגער, געלערנט זיך שפּילן אויף דער פֿאָרטעפּיאַנע, געלייענט און צוגעהערט זיך ווי דער עלטערער דור דערציילט מעשׂיות סײַ פֿונעם חורבן און סײַ פֿון די שטעט און שטעטלעך וווּ זיי האָבן זיך געכאָוועט.
ליליען ווידער האָט זיך שנעל אויסגעלערנט העברעיִש, זיך געגרייט צו ווערן אַ חלוצה און געחלומט פֿון פֿאָרן קיין ארץ־ישׂראל. די לאַגערן זײַנען באַשטאַנען פֿון פֿאַרשיידענע געראַטעוועטע ייִדן, פֿרויען און מענער, סײַ ערלעכע ייִדן און סײַ בלאַטע, אונטערוועלט, הייסט עס. אַ סך פֿון זיי האָבן זיך געראַטעוועט טאַקע צוליב זייער ספּריטנעקייט און קענען דערשנאַפּן געפֿאַר. אַזוי ווי די ביעלסקי־ברידער.
נאָכן חורבן זײַנען אַ סך פֿון די בלאַטע (אונטערוועלט) צוריק אַרײַן אין די זעלבע אומלעגאַלע פּראָפֿעסיעס. די ערלעכע ייִדן האָבן געצילט אויפֿצושטעלן אַ משפּחה־לעבן, דערציִען די קינדער אין פֿריידן, אַרויפֿאַרבעטן זיך און סוף־כּל־סוף דערגרייכן; צו קענען פֿאַרדינען אויף חיונה בײַ זייערע פּראָפֿעסיעס. דער גרעסטער טייל האָט געשטרעבט אָנצושפּאַרן די אַמעריקאַנער ברעגעס.
עס איז געקומען צו רייד וועגן די טויטלאַגערן. דערציילט מיר ליליען ווי אירס אַ קרובֿ האָט זיך געראַטעוועט. אין געטאָ האָט מען אים אָנגעשטעלט אַוועקצושלעפּן דאָס מיסט פֿון די באַראַקן. געטאָן האָט ער עס מיט וויאַדרעס. די געסטאַפּאָ פֿלעגט אויסשפּײַען בעת ער איז אַדורכגעגאַנגען לעבן זיי. איינער פֿון זיי פֿלעגט נאָכשרײַען: ״Du verfluchte Jude!״ און אַרײַנוואַרפֿן אַ זעקל אין זײַן וויאַדרע. ווען דער קרובֿ האָט אויסגעלאָדן דאָס מיסט האָט ער דערזען, אַז דער דײַטש האָט אַרײַנגעוואָרפֿן אַ שטיק ברויט מיט שינקע. יעדעס מאָל וואָס ער איז אַדורך לעבן דעם זעלבן דײַטשן זשאַנדאַרם, פֿלעגט זיך יענער שטאַרק צעשרײַען:
״Du verfluchte Jude!״ און באַגלייטן עס מיט שעלטן און קללות, און ווי נאָר ער האָט אויסגעלאָדן דעם עמער, אַזוי האָט ער געפֿונען אַ זעקעלע מיט ברויט, קעז און אַנדערע שפּײַזן. דער ייִד האָט זיך געראַטעוועט אַ דאַנק יענעם געסטאַפּאָוועץ. דער קרובֿ לעבט אין ניו־יאָרק און ווייסט אַפֿילו נישט ווי יענער דײַטש האָט געהייסן אָדער ווער ער איז געווען. אַ סימן, אַז צווישן די כוליגאַנסקע, ברוטאַלע היטלעריסטן האָט זיך געפֿונען כאָטש איינער וועלכער האָט זיך נישט אַרײַנגעפּאַסט.
די צײַט נאָכן קריג האָט זיך געשלעפּט ווי דזשעגעכץ. ווען די פּליטים־לאַגערן האָבן זיך גענומען ליקווידירן, האָט מען גענומען שליסן די קינדער־שולן אויך. ליליענס משפּחה איז אַריבער אינעם פֿעלדאַפֿינג־פּליטים־לאַגער און דאָרט איז זי אויך געווען צו פֿיל אויסשטודירט פֿאַר יענער תּרבות־שול. ס׳הייסט, זי האָט שוין געקענט די ייִדישע געשיכטע, אָנגעלייענט זיך מיט פּושקינען, טאָלסטויען און דאָסטאָיעווסקין. זי איז שוין געווען אַ יאָר פֿופֿצן. מיידלעך אין איר עלטער האָבן זיך געלערנט אַ פֿאַך אין די "אָרט"־שולן. דערווײַל האָבן גענומען אויספֿעלן ייִדישע לערער. אַ סך פֿון זיי זײַנען אַוועק קיין ארץ־ישׂראל אָדער אין די אַמעריקעס. די יאָרן פֿון 1948 ביז 1951, זײַנען שוין געווען צום איינקלאַפּ. האָט דער לערער פּלאַט, וועלכער איז אויך געווען מײַן מאַטעמאַטיק־לערער אין אולם, פֿאָרגעלייגט זי זאָל איבערנעמען די ייִנגערע קלאַסן מיט קינדער וואָס זייערע עלטערן וואַרטן נאָך אויף זייערע וויזעס אַרויסצופֿאָרן. דער לערער פּלאַט האָט זיך פֿאַרטרויט, אַז זיי נייטיקן זיך אין לערער, בעת אַלע צעפֿאָרן זיך.
די צײַט איז געלאָפֿן און ליליען האָט געמוזט קומען צו אַ טאָלק מיט אירע שטודיעס, געוואָלט שטודירן אין אַ גימנאַזיע, איז די משפּחה אַריבער קיין מינכען, נישט ווײַט פֿון פֿעלדאַפֿינג, וווּ עס האָט נאָך עקזיסטירט אַ ייִדישע גימנאַזיע. זי האָט זיך צוגעשטעלט צו דער לעצטער פֿאַרבליבענער שול און זיך אָנגעשטויסן אין אַ דירעקטאָרשע וועלכע האָט געכאַפּט מיט איר אַ שמועס און אַרויסגעגעבן אַ פּסק, אַז זי קען שוין די גאַנצע תּורה, מיט דער שפּראַך, ליטעראַטור, מאַטעמאַטיק און ס׳רעשט לימודים וואָס זײַנען געווען צו לײַכט פֿאַר איר אין יענער העברעיִשער גימנאַזיע.
אַ פֿרײַנד האָט איר געראַטן צו פֿאַרשרײַבן זיך אין דער דײַטשער גימנאַזיע אין מינכען. נאָך אַלעמען האָט זי שוין געקענט אַ ביסל דײַטש פֿון לייענען די ביליקע דײַטשע זשורנאַלן, געזען די צײַטונגען, געהערט דײַטש אַרום זיך. האָט זי באַשלאָסן פֿאַרוואָס דאָס נישט? וואָס קען דאָ זײַן? נאָך אַלעמען די מלחמה איז שוין אַריבער, ייִדן דאַרפֿן זיך שוין מער נישט באַהאַלטן אין די לעכער. איז זי אַוועק און מען האָט זי גלײַך אָנגענומען אין דער דײַטשער גימנאַזיע אין מינכען.
מ׳קען נישט זאָגן, אַז זי איז אַרײַן מיט אַ לײַכט האַרץ. בעסער געזאָגט — מיט האַרץ־קלאַפּעניש. זי האָט דערזען אין די קלאַסן 16—17־יאָריקע דײַטשע יונגע־לײַט, וואָס בײַ זיי האָבן געפֿעלט אבֿרים, אָפּגעהאַקט אַ פֿוס, אַ האַנט. אַנדערע זײַנען ווידער געווען בײַם פֿולן געזונט־צושטאַנד. זי האָט פֿאַרשטאַנען, אַז בײַ היטלערן האָט די חבֿרה געדינט אין דער "היטלער־יוגנט." פּונקט ווי אַלע דעספּאָטן און טיראַנען, האָט זיך היטלער נישט גערעכנט מיטן עלטער. פֿלייש פֿאַרן האַרמאַט איז געווען די נאָרמע.
עס האָבן אויך שטודירט עטלעכע יונגע ייִדישע סטודענטן פֿון פֿאַרמעגלעכע ייִדישע היימען, וואָס זייערע עלטערן האָבן שוין דעמאָלט געהאַנדלט מיט נישט־לעגאַלער סחורה. זיי איז געלעגן אין זינען די קינדער זאָלן לערנען מעדיצין און טעכנאָלאָגיע.
לילי האָט דעמאָלט געהייסן לאה רייס. אָבער די לערער האָבן זיך געקרימט וואָס זיי דאַרפֿן לערנען מיט די רעשטלעך ייִדישע קינדער וואָס זײַנען ניצול געוואָרן פֿון דער מלחמה; אין זיי האָט נאָך געטליִעט דער פֿונק פֿון אַנטיסעמיטיזם. דאַכט זיך, אַז אַלץ איז צוגעגאַנגען אין אָרדענונג ביז זי איז אָנגעקומען צום הער פּראָפֿעסאָר אַדאָלף שאַומאַכער. יענער האָט בפֿירוש נאָך אַלץ פֿײַנט געהאַט ייִדן מיטן אַמאָליקן האַס, נישט געקוקט דערויף וואָס דײַטשלאַנד האָט פֿאַרשפּילט די מלחמה.
דער ה׳ פּראָפֿעסאָר האָט ליליען גענומען אויפֿן צימבל. ער האָט געלערנט מאַטעמאַטיק און ליליען האָט אונטערגעהינקט דערויף. זי האָט נישט פֿאַרשטאַנען זײַנע מאַטעמאַטישע אויספֿירן און געוואָלט וויסן אין וואָס דאָ האַנדלט זיך.
און אַזוי ווי אין יענעם האָט סײַ ווי סײַ געיוכעט דאָס דײַטשע בלוט, האָט ער זי אָנגעקוקט מיט אַ פּאָר אויסגעשטאַרטע אויגן און אויסגערופֿן:
"אין אַן אַנדער צײַט וואָלסטו בײַ מיר געלעגן אין אַשבעכער."
פֿאַרשטייט זיך, אַז ליליען האָט זיך פֿאַרלוירן אויף אַ מינוט, און ווען זי איז צו זיך געקומען איז זי אַרויס פֿון קלאַס און גלײַך צום דירעקטאָר. צו אים האָט מען געדאַרפֿט אַדורכגיין אַ פּלעיאַדע אָנגעשטעלטע, אָבער ליליען האָט געעפֿנט זײַן טיר און אַרײַן מיט אַ געוויין:
"ווי דערוועגט זיך דער לערער פֿון מאַטעמאַטיק צו רעדן צו איר אַזעלכע דיבורים?"
דער דירעקטאָר האָט זי קודם באַרויִקט, אַוועקגעזעצט און גלײַך צום ענין:
"מוזסט פֿאַרשטיין ליליען, אַז די לערער וואָס מיר פֿאַרמאָגן דאָ האָבן דאָך אויסשטודירט אונטער היטלערס רעזשים, זײַנען זיי פֿאַרבליבן מיט פֿאַרברעכערישע און פֿאַרסמטע השׂגות. וואָס האָבן מיר געקענט טאָן ווען קיין לערער זײַנען נישט געווען בנימצא נאָך דער מלחמה, האָט מען געמוזט צונעמען היטלערס דור לערער."
אינטערעסאַנט צו באַמערקן, צי בלײַבט דער האַס צו ייִדן אייביק אײַנגעפֿלאַנצט אין אַלטן און אפֿשר אויך אין יונגן דור דײַטשן? אַלץ וואָס מיר ווייסן איז, אַז די דײַטשן האָבן זיך מודה געווען אין זייער שולד אַנטקעגן ייִדן. נישט ווי פּאָליאַקן, אוקראַיִנער, ליטווינער, אונגאַרער און אַפֿילו רומענער. אַלע זײַנען פֿאַרבליבן בײַ זיך אומשולדיק אין צולייגן אַ האַנט צו אונדזער אומגליק. ווי עס זאָל נישט זײַן, די דײַטשן וועלן טראָגן עשׂוס צייכן אויפֿן שטערן ביזן סוף פֿון די טעג.