אויב איר האָט נאָך ניט אויספּלאַנירט דעם קומענדיקן זומער, איז ניט צו שפּעט זיך צו פֿאַרשרײַבן אין איינער פֿון די ווײַטערדיקע ייִדישע שפּראַך־פּראָגראַמען. די פּראָגראַמען זײַנען ניט נאָר געצילט אויפֿן אָנהייבער־סטודענט, נאָר אויך פֿאַר די וואָס קענען שוין ייִדיש, אָבער ווילן ווײַטער שטודירן אויף אַ העכערער מדרגה. אין די ווײַטהאַלטער־קלאַסן רעדט מען געוויינטלעך בלויז ייִדיש. מע דאַרף זיך אָבער ניט שרעקן פֿאַרן טײַערן שׂכר־לימוד — שטעלט אויס אַן אַפּליקאַציע אויף אַ סובסידיע, ווײַל ס‘איז דאָ אַ גוטע מעגלעכקייט, אַז איר קענט באַקומען אַ געוויסע פֿינאַנציעלע הילף. כּמעט אין אַלע פּראָגראַמען פֿאַרדינט מען קרעדיט פֿאַר קאָלעדזש־קורסן.

ווילנע: דער ווילנער ייִדישער אינסטיטוט

די קורסן וועלן פֿאָרקומען פֿונעם 22סטן יולי ביזן 17טן אויגוסט 2012. די לערערס, וועלכע באַטייליקן זיך דאָס יאָר זײַנען: פּראָפֿ׳ דובֿ־בער קערלער, ד״ר קאַראָלינאַ שימאַניאַק, פּראָפֿ׳ אַבֿרהם ליכטענבוים, און פּראָפֿ׳ אַנאַ ווערשיק.
צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע, גיט אַ קוועטש אויף דער וועבזײַט: http://www.judaicvilnius.com

תּל־אָבֿיבֿ: "נעמי פּראַווער קאַדאַר־זומער־פּראָגראַם"

"די נעמי פּראַווער קאַדאַר אינטערנאַציאָנאַלע זומער־פּראָגראַם פֿאַר ייִדיש" בײַם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט וועט פֿאָרקומען פֿון 25סטן יוני ביזן 19טן יולי 2012. במשך פֿון די לעצטע עטלעכע יאָר איז די פּראָגראַם געוואָרן די גרעסטע פֿון אַלע. דאָס יאָר וועט מען לערנען די שפּראַך אויף פֿינף מדרגות, פֿון אָנהייבער ביז ווײַטהאַלטער. די באַטייליקטע וועלן באַקומען 80 שעה פֿונעם שפּראַך־ און ליטעראַטור־לימוד.
אַחוץ די פֿרימאָרגנדיקע לימודים, וועלן די סטודענטן קענען זיך באַטייליקן אין פֿאַרשיידענע אַקטיוויטעטן נאָך מיטאָג: אַ קורס אויף ענגליש וועגן דער אַנטוויקלונג פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור, שמועס־וואַרשטאַטן, פֿילמען, קינסטלערישע אָוונטן. די אַקאַדעמישע דירעקטאָרן פֿון דער פּראָגראַם זײַנען די פּראָפֿעסאָרן חנה ווירט־נשר און אַבֿרהם נאָווערשטערן.
אַדאַנק דער "נעמי קאַדאַר־פֿונדאַציע", קענען די סטודענטן באַקומען ממשותדיקע סובסידיעס. גיט אַ קוק אויף דער וועבזײַט:
www.naomiyiddish.tau.ac.il


ניו־יאָרק: ייִדיש־זומער־פּראָגראַם א״נ פֿון אוריאל ווײַנרײַך

דער "ייִוואָ", צוזאַמען מיט "באַרד" — די עלטסטע זומערדיקע שפּראַך־פּראָגראַם האָט אויסגעשולט דורות גראַדואַנטן, וועלכע זײַנען שוין אַליין געוואָרן ייִדיש־לערערס. דאָס וועט זײַן דאָס צווייטע יאָר פֿון דער שותּפֿותדיקער פּראָגראַם צווישן דעם ייִוואָ און "באַרד"־קאָלעדזש. די קלאַסן קומען פֿאָר, ווי פֿאַראַיאָרן, אינעם "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר".
די לערערשאַפֿט באַשטייט דעם זומער פֿון חנן באָרדין (ירושלימער אוניווערסיטעט), ברוכה לאַנג (דזשאַנס האָפּקינס־אוניווערסיטי), חנה גאָנשאָר (מאַק׳גיל־אוניווערסיטעט).
דער קורס וועט פֿאָרקומען פֿון 18טן יוני ביזן 27סטן יולי 2012. ד״ר הערשל גלעזער איז דער דירעקטאָר. צו באַקומען מער אינפֿאָרמאַציע, גיט אַ קוק אויף דער וועבזײַט: http://www.yivo.bard.edu/summer


פּאַריז: "זומערקורסן פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור"

דער "פּאַריזער ייִדיש־צענטער/מעדעם ביבליאָטעק" וועט דורכפֿירן די חשובֿע פּראָגראַם פֿון 9טן ביזן 27סטן יולי. די לערערס וועלן זײַן: חיהלע ביר, שרון בר־כּוכבא, רובי מאָנעט, יצחק ניבאָרסקי, סאָניע פּינקוסאָוויטש־דראַטוואַ און אַניק פּרים־מאַרגוליס. מע וועט לערנען פֿיר ניוואָען שפּראַך־קורסן.
אַ "פֿייסבוק"־זײַטל אונטערן נאָמען Parizer zumer kurs האָט מען געשאַפֿן צו העלפֿן געפֿינען דירות אין פּאַריז פֿאַר די סטודענטן וואָס וועלן קומען זיך לערנען. עס זײַנען פֿאַראַן סטיפּענדיעס, דער עיקר, פֿאַר אוניווערסיטעט־סטודענטן.
צו באַקומען פּרטימדיקע אינפֿאָרמאַציע, שרײַבט צו:
annick@yiddishweb.com

ווײַמאַר, דײַטשלאַנד:
"ייִדיש־זומער־ווײַמאַר"

די מוזיק־פּראָגראַם בײַם "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר" האָט כּמעט פֿון אָנהייב אַרײַנגענומען אַ שפּראַך־קאָמפּאָנענט. דאָס יאָר האָט דער דירעקטאָר, אַלען בערן, באַשלאָסן צו פֿאַרברייטערן די שפּראַך־פּראָגראַם און במשך פֿון דרײַ כּסדרדיקע וואָכן וועט מען אינטענסיוו לערנען די שפּראַך. דער אָנהייבער־קורס, פֿונעם 21סטן ביז 28סטן יולי, ווערט געלערנט פֿון דאָראָטעאַ גרעווע. דער מיטנדיקער קלאַס פֿונעם 30סטן יולי ביז 5טן אויגוסט ווערט געפֿירט פֿון יורי וועדעניאַפּין פֿון "האַרוואַרד־אוניווערסיטעט". דער אַוואַנסירטער קלאַס ווערט געלערנט פֿון פּראָפֿ׳ שמעון נויבערג, פֿון טריִער אוניווערסיטעט אין דײַטשלאַנד.
צום ערשטן מאָל וועט פּראָפֿ׳ דיאַנאַ מאַטוט אָנפֿירן מיט אַ וואַרשטאַט וועגן ייִדישע און דײַטשע קינדער־לידער פֿונעם 6טן ביזן 10טן אויגוסט. דער אַוואַנסירטער קלאַס פֿאַר זינגערס וועט זיך טרעפֿן פֿונעם 21סטן יולי ביזן 28סטן יולי. אַן אַלגעמיינער אַרײַנפֿיר צו ייִדישער און דער קלעזמער־קולטור וועט פֿאָרקומען פֿונעם 1טן ביזן 5טן אויגוסט, און דער המשך־קורס פֿונעם 16טן ביזן 21סטן אויגוסט.
צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע:
http://www.yiddishsummer.eu


לאָנדאָן: "אָט אַזוי!"

פֿונעם 12טן אויגוסט ביזן 17טן אויגוסט וועט דער "ייִדישער מוזיק־אינסטיטוט" דורכפֿירן דעם "אָט אַזוי! ייִדישער שפּראַך־ און קולטור־קורס". די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען אויפֿן קאַמפּוס פֿונעם לאָנדאָנער אוניווערסיטעט און דעקן פֿיר שפּראַך־מדרגות, פֿון אָנהייבער־קלאַסן ביז אַוואַנסירטע. די לערערשאַפֿט וועט באַשטיין פֿון חיהלע ביר, סאָניע פּינקוסאָוויטש, העטהער וואַלענסיע און לילי כּהן. די זינגערין שורה ליפּאָווסקי וועט אָנפֿירן מיט געזאַנג. אַ באַזונדערע פּראָגראַם פֿון ייִדיש געזאַנג — "טומבאַלאַ!" — קומט פֿאָר אין דער זעלבער צײַט מיט די לערערינס פּאָלינאַ שעפּהערד, הילדע בראָנשטיין און שורה ליפּאָווסקי.
צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע, גיט אַ קוק אויף דער וועבזײַט פֿונעם Jewish Music Institute.