שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,
מײַן חבֿר וויל אַלץ מער און מער קאָנטראָלירן מײַן לעבן. די ערשטע דרײַ חדשים פֿון אונדזער פֿרײַנדשאַפֿט איז געגאַנגען גלאַטיק. איצט וויל ער פֿאַרברענגען יעדן אָוונט צוזאַמען. עס געפֿעלט אים נישט ווען איך גיי אַרויס מיט אַנדערע פֿרײַנד, און ער קלינגט מיר און שיקט מיר "טעקסטבריוו", אויסצוגעפֿינען וווּ איך געפֿין זיך, און וואָס איך טו.
יענע וואָך האָבן מיר זיך צעקריגט ווען איך האָב אים געכאַפּט בײַם לייענען מײַנע פּריוואַטע בליצבריוו! איך ווייס נישט פֿאַר וואָס ער האָט נישט קיין צוטרוי צו מיר. אַחוץ דעם ענין, איז ער אַ וווּנדערלעכער בחור — אַ זיסער, און האָט ליב צו פֿאַרברענגען מיט מײַן משפּחה. צי איז די באַציִונג ווערט ווײַטער אָנצוהאַלטן?


אומזיכער




טײַערע "אומזיכער",
איך האָב אַ געפֿיל, אַז די באַציִונג וועט זיך נישט אויסאַרבעטן. אָבער, איידער מע כאַפּט זיך צו גיך, און מע ווײַזט אים דעם וועג, לייג איך פֿאָר איר זאָלט מיט אים דורכשמועסן וועגן אײַערע געפֿילן. זאָגט אים, אַז איר דאַרפֿט האָבן אַ ברייטערע "אָרט", אַ געזעלשאַפֿטלעך לעבן מחוץ אים, און אַז ער טאָר נישט נישטערן דורך אײַערע פּערזענלעכע זאַכן. אויב ער בײַט זיך טאַקע אויף אַן ערנסט נאָך אַזאַ שמועס, זאָלט איר ווײַטער אָנהאַלטן די באַציִונג. אויב נישט (און איך גלייב נישט, אַז ער וועט זיך בײַטן), פּאַסט נישט די דאָזיקע חבֿרשאַפֿט פֿאַר אײַך.
אַזוינע בחורים וואָס ווילן האַלטן אַ קאָנטראָל איבער אַלץ קענען לײַכט איבערטרעטן די שוועל און ווערן אַגרעסיוו, סײַ פֿיזיש, סײַ בעל־פּה. ס׳איז בעסער אַוועקצוגיין ווען מע באַמערקט אַזוינע סמנים בײַם אָנהייב, איידער צו בלײַבן מיט אים און זען ווי דער מצבֿ ווערט ערגער.



טײַערע חזנטע,
מײַן זון האָט געמאַכט אַ חתונה־פּליטה און ער האָט פֿאַרוויסט מײַן לעבן. אַ זונס חתונה וואָלט דאָך געדאַרפֿט זײַן דער גליקלעכסטער טאָג אין אַ מאַמעס לעבן, און ער האָט די פֿרייד בײַ מיר צוגערויבט. איך ווייס נישט וואָס צו טאָן מיט מײַן כּעס און טרויער.


אומעטיקע מאַמע




טײַערע אומעטיקע מאַמע,
איך בין זיכער, אַז ס׳איז טאַקע געווען אַ גרויסע אַנטוישונג וואָס איר האָט נישט געקענט פּראַווען אַזאַ יום־טובֿ אין אײַער זונס לעבן. בלי־ספֿק האָט זײַן באַשלוס געשאַפֿן אַן אָנגעווייטיקטן ענין אין אײַער משפּחה. אָבער ס׳איז שוין צײַט פֿאָרויסצוגיין מיטן לעבן. אַ חתונה איז דאָך בלויז איין טאָג, אָבער דאָס זיווג־לעבן, מירטשעם, וועט דויערן נאָך לאַנגע יאָרן. לאָזט נישט דעם כּעס צוליב דער חתונה צעשטערן אײַער באַציִונג מיט זיי, און נישט שטערן אײַער ווערן אַ טייל פֿון זייער לעבן.



טײַערע חזנטע,
מײַן נאָענטסטע חבֿרטע איז דערשלאָגן. איך וואָלט געוואָלט איר העלפֿן אָבער זי וויל נישט רעדן מיט מיר. איך קלינג איר אָן יעדן טאָג און איך ווייס, אַז זי מײַדט אויס מײַנע קלונגען. עס פֿאַרדריסט מיך, וואָס זי וויל מיך נישט לאָזן איר העלפֿן מיט אירע פּראָבלעמען; איך בין אַ גוטע צוהערערין. זאָל איך איר זאָגן, אַז איר איצטיקע באַציִונג צו מיר פֿאַרדריסט מיך אַזוי?


גוטע פֿרײַנד




טײַערע גוטע פֿרײַנד,
דאָס זײַן אַ גוטער פֿרײַנד קען אַ מאָל הייסן זיך צוהערן ווי אַ חבֿרטע רעדט זיך אַראָפּ פֿון האַרצן, און אַ מאָל, הייסט דאָס — זיך נישט אַרײַנמישן. ווער קען וויסן די סיבה פֿאַרוואָס? אָבער אײַער חבֿרטע וויל אַפּנים זיך נישט אַראָפּרעדן פֿון האַרצן פֿאַר אײַך איצט. זאָגט איר נישט וועגן אײַערע אָנגעווייטיקטע געפֿילן, ווײַל איר ווילט אַוודאי נישט זי זאָל רעדן צו אײַך בלויז ווײַל זי פֿילט זיך שולדיק. בעסער וואָלט געווען, ווען איר זאָגט איר, אַז איר פֿאַרשטייט, אַז זי וויל די צײַט דורכמאַכן אָן אײַך, אָבער איר זענט גרייט צו העלפֿן ווען נאָר זי וויל.



טײַערע חזנטע,
מײַן אור־אייניקל רעדט כּסדר אויף דער מאָבילקע־טעלעפֿאָן ווען זי קומט צו גאַסט. מיר דאַכט, אַז זי פֿירט זיך אויף נישט העפֿלעך בנוגע מיר. איר מאַמע איז נישט מסכּים מיט מיר. קען איך רעדן מיט מײַן אייניקל וועגן דעם, אָדער עס פּאַסט נישט דאָס צו טאָן?


אַ באָבע




טײַערע באָבע,
אין אײַער שטוב, זענט איר די באַלעבאָסטע, און איר קענט באַשטימען די כּללים. רעדט מיט אײַער טאָכטער און אייניקל צוזאַמען. מע דאַרף האָבן דרך־ארץ פֿאַר אײַך, און נישט רעדן אויפֿן טעלעפֿאָן די גאַנצע צײַט מיט אַנדערע מענטשן. אויב מע דאַרף צו עמעצן אָנקלינגען צוליב אַ גאָר וויכטיקן ענין, איז אַוודאי מעגלעך. איר ווילט פּשוט מע זאָל פֿאַרברענגען די צײַט מיט אײַך, ווען מע קומט צו אײַך!


* * *

איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024