פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער הײַנטיקער פּרשה איז משה רבינו ממשיך זײַנע מוסר־דרשות, און וואָרנט די ייִדן, אַז אויב זיי וועלן אָפּהיטן די מיצוות, וועלן זיי באַקומען אַ ברכה; אָבער, אויב זיי וועלן זיך נישט צוהערן צו די מיצוות, וועלן זיי, חלילה, פֿאַרשאָלטן ווערן. ווײַטער ווערן אין דער סדרה דערמאָנט אַ גאַנצע ריי קאָנקרעטע מיצוות.
משה האָט אָנגעזאָגט די ייִדן דורכצופֿירן אַ ספּעציעלן סיבמאָלישן ריטואַל, ווען זיי גייען אַריבער דעם ירדן און קומען אַרײַן קיין ארץ־כּנען. די ייִדן, לויט משהס אָנזאָג, זאָלן דערקלערן די ברכות אויפֿן באַרג גריזים און די קללות — אויפֿן באַרג עיבֿל.
צוויי מאָל ווערט אין דער הײַנטיקער פּרשה באַטאָנט "לא תּעשׂון כּן לה׳ אלוקיכם" — "איר זאָלט נישט טאָן אַזוי פֿאַר אײַער ג־ט". צום ערשטן מאָל, וואָרנט משה רבינו, אַז די ייִדן טאָרן נישט ברענגען די קרבנות פֿאַרן אייבערשטן וווּ מע וויל, ווי עס האָבן געטאָן די געצנדינער. אַדרבה, אַלע ערטער, וווּ די תּושבֿים פֿון ארץ־כּנען האָבן געדינט זייער עבֿודה־זרה, מוזן צעשטערט ווערן, צוזאַמען מיט אַלע געצנדינערישע סימבאָלן. להיפּוך, מעגן די ייִדן ברענגען זייערע קרבנות פֿאַרן באַשעפֿער בלויז אין איין ספּעציעל אויסגעקליבן צענטראַליזירט אָרט, וווּ עס וועט זיך אַנטפּלעקן די הייליקע שכינה, און בלויז אויף אַ ספּעציפֿיש־פֿאָרגעשריבענעם אופֿן.
משה רבינו גיט צו ווײַטער, אַז אינעם נײַעם לאַנד וועלן די ייִדן נישט האָבן דאָס רעכט "צו טאָן, וואָס יעדער מיינט, אַז ס׳איז ריכטיק אין זײַנע אויגן". רש״י דערקלערט, אַז דער דאָזיקער פּסוק מיינט פֿרײַוויליקע קרבנות, נדרים און נדבֿות, וועלכע יעדער ייִד האָט געקאָנט ברענגען אויף אַ צײַטווײַליקן מזבח במשך פֿון די ערשטע יאָרן פֿונעם באַזעצן זיך אין ארץ־כּנען. שפּעטער אָבער, וועט מען מוזן באַגרענעצן די עבֿודת־הקרבנות מיט איין צענטראַליזירט אָרט.
אויב אַזוי, איז דער עצם־געדאַנק צו דינען דעם אייבערשטן אויף אַ פּערזענלעכן אופֿן און אין אַ פּערזענלעך אָרט, בעצם נישט שלעכט. אַדרבה, אַזוי איז געווען דער שטייגער פֿון עבֿודת־השם אין די ערשטע יאָרן, ווען די ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין ארץ־ישׂראל, הגם שפּעטער איז אַזאַ מין עבֿודה פֿאַרווערט געוואָרן. אויב אַזוי, פֿאַרוואָס זשע פֿאַרגלײַכט די תּורה אַזאַ פּערזענלעכן דרך־עבֿודה מיט דער עבֿודה־זרה.
ווײַטער זאָגט משה רבינו ווידער אָן: "לא תּעשׂה כּן לה׳ אלוקיך" — "דו זאָלסט נישט אַזוי טאָן צו דײַן ג-ט", ווײַל די פֿאַרדאָרבענע תּושבֿים פֿון ארץ־כּנען האָבן אַפֿילו פֿאַרברענט זייערע אייגענע קינדער ווי קרבנות פֿאַר עבֿודה־זרה. דער רמב״ם און אַ צאָל אַנדערע קלאַסישע מפֿרשים דערקלערן, אַז דער אייבערשטער האָט געהייסן ייִדן צו ברענגען קרבנות, כּדי צו מאַכן די גײַסטיקע עבֿודה פֿאַרשטענדלעכער פֿאַר די אַמאָליקע ייִדן, ווײַל די אַנדערע פֿעלקער פֿלעגן דעמאָלט מקריבֿ זײַן חיות פֿאַר זייערע אָפּגעטער.
די ייִדישע עבֿודת־הקרבנות איז אָבער געווען באַגרענעצט בלויז מיט איין אָרט; שפּעטער, ווען די ייִדן האָבן אַנטוויקלט אַ מער פֿילאָסאָפֿישן צוגאַנג צו רוחניות, זענען די קרבנות באַזײַטיקט געוואָרן מיט די תּפֿילות, ווי אַ ריין־גײַסטיקע עבֿודה. לויט אַזאַ לאָגיק, הגם דער חורבן־בית־המיקדש איז געווען אַ גרויסע קאַטאַסטראָפֿע פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק, איז דער ענין פֿון בוכשטעבלעכע קרבנות פֿאַרעלטערט געוואָרן.
הגם די פּערזענלעכע עבֿודה איז בעצם אַ גוטע זאַך, און יעדער גײַסטיק־אַנטוויקלטער יחיד דאַרף אויסאַרבעטן זײַן אייגענע מיינונג און טאָן, וואָס איז ריכטיק לויט זײַנע איבערצײַגונגען, איז דער עצם־אופֿן פֿון עבֿודת־הקרבנות — דאָס פֿאַרגיסן דאָס בלוט פֿון בעלי־חיים ווי אַן אויפֿן צו דינען דעם באַשעפֿער — געווען אַ סכּנותדיקער. ווי עס ווערט דערקלערט אין דער הײַנטיקער פּרשה, האָבן די אוראַלטע פֿעלקער, וועלכע האָבן אַמאָל באַוווינט ארץ־ישׂראל, זיך דערטראַכט צו דער אוממאָראַלישער אידעע צו דערהרגענען מענטשן, אַרײַנגערעכנט זייערע אייגענע קינדער, ווי "מתּנות" פֿאַר זייערע געטער. ווען אומאָפּהענגיקע פּערזענלעכע באַשלוסן ווערן אויסגעמישט מיט בלוטפֿאַרגיסונג לשם־השם — אויב אַפֿילו מע שעכט בלויז חיות — באַקומט זיך אַ סכּנותדיקע קאָמבינאַציע.
בײַם אָנהייב פֿון דער פּרשה, דערקלערט די תּורה: "ראה, אנוכי נותן לפֿניכם היום הברכה והקללה" — זעט, איך שטעל פֿאַר אײַך הײַנט די ברכה און די קללה. רש״י דערקלערט, אַז דאָס מיינט דעם קומענדיקן סימבאָלישן ריטואַל, וואָס די ייִדן האָבן געזאָלט דורכפֿירן אויף הר־הגריזים און הר־העיבֿל. לויט דעם בוכשטעבלעכן זין פֿונעם פּסוק, מיינט עס אָבער, אַז משה רבינו האָט גערופֿן ייִדן צו זען אויף אַ גראָדן אויפֿן די ברכה, וואָס שטעקט אין די מיצוות, און די קללה, וואָס שטעקט אין די קללות.
לכאורה, איז דאָס אָבער אַן ענין, וואָס אַ געוויינטלעכער מענטש קאָן נישט זען אַזוי גרינג. אין דער וועלט זענען פֿאַראַן גענוג בעלי־עבֿירות, וואָס פֿירן אַ גוט לעבן, וואָס זעט אויס געבענטשט; און גענוג צדיקים, וואָס ליידן כּסדר און קאָנען קוים דורכמאַכן אַ טאָג.
דער דינאָווער רבי, אַ קלאַסישער טיפֿער חסידישער דענקער, האָט אָפּגעטײַטשט דעם פּסוק "לא תּעשׂון כּן לה׳ אלוקיכם" אויף גאָר אַ ראַדיקאַלן אופֿן. דאָס וואָרט "לא" מיינט "ניין" אָדער, אינעם ברייטערן זין, אַ היפּוכדיקע זאַך, וואָס שטימט נישט מיט די אָנגענומענע כּללים; דאָס וואָרט "כּן" מיינט "יאָ" אָדער אַ קלאָר־באַשטימטן ענין. לויט דעם דינאָווער רבין, טרעפֿן זיך אַמאָל צײַטן, ווען מע מוז צומאָל טאָן אַן עבֿירה לשם־שמים, פֿאַרוואַנדלענדיק זי אין אַ מיצווה. ווען מע טוט עפּעס אינגאַנצן לשם־שמים, ווערט אַ "לא", אַ פֿאַרבאָטענע זאַך, פֿאַרוואַנדלט אין אַ "כּן" — אַ פּאָזיטיווער דרך אין עבֿודת־השם.
למשל, ווען אליהו הנבֿיא האָט געבראַכט אַ קרבן אויפֿן באַרג כּרמל, האָט ער עס געטאָן, כּדי מבֿטל צו זײַן דעם קולט פֿונעם אָפּגאָט בעל, וועלכן עס האָט געדינט דער זינדיקער ייִדישער מלך אַחאבֿ און זײַן ווײַב, איזבֿל, וועלכע האָט אומגעבראַכט אַ סך ייִדישע נבֿיאים; די בייזע קיניגן איז געווען נישט צופֿרידן מיט דעם, וואָס זיי האָבן פֿאַרטיידיקט די רעכט פֿון פּשוטע מענטשן און געשטערט דער קיניגלעכער משפּחה אײַנצושטעלן אַ שטאַרקע צענטראַליזירטע מאָנאַרכיע. למשל, איזבֿל האָט דערהרגעט, דורך אַ געפֿעלשטן מישפּט־פּראָצעס, אַ פֿאַרמער מיטן נאָמען נבֿות, וועלכער האָט זיך אָפּגעזאָגט צו פֿאַרקויפֿן זײַן ווײַנגאָרטן דעם קיניג אַחאבֿ.
כּדי אונטערצורײַסן אַחאבֿס און איזבֿלס מאַכט, האָט אליהו הנבֿיא געמוזט ברענגען אַ קרבן מחוץ דעם בית־המיקדש — אין זעלבן ראַיאָן, וווּ עס האָט זיך פֿאַרשפּרייט דער קולט פֿון בעל. דער אייבערשטער האָט אָנגענומען זײַן קרבן; ס׳איז געקומען אַ פֿײַער פֿון הימל, און עס האָט אָנגעהויבן רעגענען נאָך אַ שטאַרקער טריקעניש. בשעת־מעשׂה, האָט אליהו געהייסן זײַנע געהילפֿן צו דערהרגענען די פֿאַלשע נבֿיאים פֿון בעל, וועלכע האָבן געטראָגן דאָס אַחריות פֿאַר דעם אומיושר און רציחה אינעם לאַנד.
על־פּי־הלכה, האָט אליהו נישט געטאָרט ברענגען אַ קרבן אויפֿן הר־כּרמל. כּדי אָפּצושוואַכן די מאַכט פֿונעם בייזן קיניג און צו מבֿטל זײַן די עבֿודה־זרה, האָט ער געמוזט, פּאַראַדאָקסיש, אויסנוצן קעגן די געצנדינער זייערע אייגענע מיטלען — אינגאַנצן לשם־שמים, צוליב דעם סאָציאַלן יושר — און פֿאַרוואַנדלט זיי אין אַ מיצווה.
ווען דער גײַסטיקער ברען פֿון עבֿודת־השם שטימט מיטן קאַמף פֿאַר סאָציאַלן יושר — צומאָל אַפֿילו אויף אַ פּאַראַדאָקסישן אופֿן, ווי אין דער מעשׂה מיט אליהו הנבֿיא — קאָן מען טאַקע זען קלאָר, ווי משה רבינו האָט באַטאָנט, אַז די מיצוות און מעשׂים־טובֿים ברענגען אַ ברכה.