שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,
איך האָב זייער אַ פֿײַנעם בחור. פֿאַר אים, האָב איך געהאַט אַנדערע בחורים, אָבער נישט אַזוי גוט ווי ער. סוף־כּל־סוף, דאַכט זיך מיר, האָב איך געפֿונען וואָס איך זוך. אויסצורעכענען אַלע זײַנע מעלות וואָלט געדויערט צו לאַנג.
מײַן מאַמע איז מײַן בעסטע חבֿרטע, און זי און מײַן בחור האָבן שוין פֿאַרבראַכט אַ ביסל צײַט צוזאַמען בײַ אונדז אין שטוב. זי האָט געזען ווי גליקלעך איך בין. האָט זי אים אויך ליב באַקומען און האָט ליב צו פֿאַרברענגען צײַט מיט אים.
אָבער סע דאַכט זיך איר, אַז מײַן בחור האָט זי נישט ליב. דאָס איז פֿאַר מיר געווען אַ חידוש. זי האָט ווײַטער דערציילט, אַז ער הייבט קיין מאָל נישט אָן קיין שמועס מיט איר, און זי האָט דאָס געפֿיל, אַז ער איז העפֿלעך, אָבער האַלט נישט פֿון איר. עס קרענקט מיך, וואָס זי טראַכט אַזוי; איך האַלט נישט, אַז ס‘איז בכלל אמת. זאָל איך רעדן מיט מײַן בחור וועגן דעם, אָדער פֿאַרגעסן אין דעם ענין?


צווישן צוויי נאָענטע




טײַערע "צווישן צוויי נאָענטע",
איך וואָלט גאָרנישט געזאָגט אײַער בחור; ס‘וואָלט נישט געקלאַפּט. אויב אײַער בחור האָט טאַקע ליב אײַער מאַמען, וועט דאָס אים נאָר געבן אַ שטאָך. אויב ער האָט נישט ליב אײַער מאַמען, וועט עס סײַ־ווי־סײַ אים געבן אַ שטאָך. ווען איר וואָלט גערעדט מיט אים וועגן דער פּראָבלעם, וואָלט עס אים נאָר פֿאַרשאַפֿט אַ סך פּראָבלעמען. מסתּמא איז אײַער מאַמע צו סענסיטיוו, און מיט דער צײַט וועלן זיי ביידע זיך פֿילן מער באַקוועם, ווען זיי פֿאַרברענגען צוזאַמען.



טײַערע חזנטע,
מײַן מומע וווינט 20 מינוט פֿון אונדזער הויז. איך האָב זי זייער ליב. אָבער עס דערגייט מײַן מאַן די יאָרן, וואָס זי קומט צו גאַסט אָן צו לאָזן וויסן פֿון פֿריִער. ער דריקט אויף מיר, איך זאָל איר עפּעס זאָגן וועגן דעם. איך וויל זײַן העפֿלעך און איר נישט וויי טאָן. זי בלײַבט שטיין בײַ אונדז, געוויינטלעך, ווײַל זי האָט אַ מתּנהלע צו געבן אונדזער טאָכטער, אָדער אונדז געבן צו פֿאַרזוכן פֿרישע אַליין־געבאַקענע קיכלעך — אָדער צוליב אַנדערע מעשׂים־טובֿים. וואָס זאָל איך טאָן?


אַ גוטע פּלימעניצע




טײַערע "גוטע פּלימעניצע",
כאָטש אײַער מומע האָט די בעסטע כּוונות, דאַרף מען האָבן דרך־ארץ פֿאַר אײַער מאַן אין דעם פֿאַל. ער פֿאָדערט נישט, אַז זי זאָל בכלל נישט אַריבערקומען. ער וויל פּשוט, זי זאָל אָנקלינגען צו ערשט. זאָגט אײַער מומען, אַז איר האָט ליב, ווען זי קומט צו גאַסט, אָבער זי זאָל קודם־כּל אָנקלינגען צו זײַן זיכער, אַז די צײַט איז אַ גוטע. דאָס איז דאָך אַ שׂכלדיקע בקשה.


טײַערע חזנטע,
איך וויל אַרײַנשטעלן אַ "נאַני־קאַם": אַ באַהאַלטענער ווידעאָ־אַפּאַראַט צו האַלטן אַן אויג אויף דער קינד־היטערין פֿון מײַן עופֿעלע. טו איך עפּעס שלעכטס?


פֿאַרזאָרגטע מאַמע




טײַערע פֿאַרזאָרגטע מאַמע,
איך וואָלט פֿאָרגעלייגט, איר זאָלט זאָגן דער קינד־היטערין דעם אמת. מע קען איר דערקלערן, אַז איר ווילט נאָר געבן אַ קוק אויף אײַער קינד, ווען איר זענט בײַ דער אַרבעט. אַזוי וועט זי פֿאַרשטיין, אַז איר קענט זען וואָס זי טוט יעדע מינוט, און, אַזוי אַרום, קען זי טאָן אירע פּריוואַטע זאַכן, ווי פּערזענלעכן טעלעפֿאָן־קלינגען, אויסער דעם ווידעאָ.


* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com

אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024