כּדי צו מאַכן דעם סאָוס פֿאַרן לאַקס געדיכטער, ניצט מען דאָ קראָכמאַל. איר קענט ניצן קראָמכאַל געמאַכט פֿון קוקורוזע (cornstarch) אָדער פֿון קאַרטאָפֿל (potato starch).
שפּריצבוימל
2 לעפֿעלעך נישט־געזאַלצענע פּוטער
1 גרויס ציינדל קנאָבל, צעהאַקט
1/4 לעפֿעלע רויטע פֿעפֿער־בלעטעלעך
3 לעפֿל קליאָן־סירופּ (maple syrup)
3 לעפֿל לימענע־זאַפֿט
3 לעפֿל סויע־סאָוס מיט ווייניק נאַטריום
1 לעפֿעלע קראָכמאַל
1 לעפֿעלע וואַסער
4 לאַקס־פֿילעען (אָן דער הויט)
2 לעפֿעלעך שוואַרצע סימסום־קערעלעך
הייצט דעם אויוון ביז 400 גראַד (204 צעלזיוס). באַלייגט אַ בעקן מיט זילבער־פּאַפּיר און באַשפּריצט עס מיט שפּריצבוימל.
צעלאָזט די פּוטער אין אַ קליינעם טאָפּ איבער אַ מיטעלן פֿײַער. פּרעגלט אָפּ דעם קנאָבל און די רויטע פֿעפֿער־בלעטער, ביז דער קנאָבל נעמט אָן אַ גאָלדענעם קאָליר. גיסט אַרײַן דעם סירופּ, זאַפֿט און סויע־סאָוס, און קאָכט ביז עס באַווײַזן זיך בלעזעלעך (אַרום דרײַ מינוט).
אין אַ שיסעלע מישט צונויף דעם קראָכמאַל מיטן וואַסער און גיט עס אַרײַן אינעם קנאָבל־סאָוס, מישנדיק 1 מינוט, ביז דער סאָוס ווערט געדיכטער.
לייגט די לאַקס־פֿילעען אַרײַן אין בעקן און באַשמירט זיי מיט ס׳רובֿ פֿונעם סאָוס. בראָט זיי 12 מינוט. נעמט די פֿילעען אַרויס פֿון אויוון, באַשמירט זיי מיטן איבעריקן סאָוס און באַשיט זיי מיט שוואַרצע סימסום־קערעלעך.