קינאָ

ערן טאָרבינער מיט זײַן נײַ ביכל "סאָציאַליזם אויף ייִדיש און אויף עבֿריתּ, אַ פֿילם און פֿינעף אַרטיקלן"
ערן טאָרבינער מיט זײַן נײַ ביכל "סאָציאַליזם אויף ייִדיש און אויף עבֿריתּ, אַ פֿילם און פֿינעף אַרטיקלן"
Credit: Adi Mahalel
דאָס וואָרט "בונדאים", ווי דאָס וואָרט "אידיתּ", איז אַן אופֿן ווי מע דאַרף כּלומרשט אַרויסרעדן די ‘פֿרעמדע’ ייִדישע ווערטער — "בונדיסטן" און "ייִדיש" — אויף עבֿרית. אפֿשר דערפֿאַר איז "בונדאים" געוואָרן אַ פּאַסיקער נאָמען פֿון אַ דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן דער טעטיקייט פֿון "בונד" אין מדינת-ישׂראל, וואָס זיין שאַפֿער, ערן (עראַן) טאָרבינער, האָט לעצטנס אַרויסגעגעבן צוזאַמען מיט אַ זאַמלונג-ביכל אויף דער טעמע.
וועגן דעם פֿילם האָט מען שוין מער ווי איין מאָל געשריבן אין "פֿאָרווערטס"; אַ פֿילם וואָס טאָרבינער האָט איבער אים געאַרבעט נישט ווייניקער ווי פֿינף יאָר, קוים קריגנדיק גענוג שטיצע אים צו פֿאַרענדיקן. ס׳זעט אויס, אַז דעם לאַנד וואָס מע האָט אויפֿגעבויט אויף ציוניסטישע יסודות, איז ביז הײַנט שווער צו אָנערקענען די ריזיקע ראָלע, וואָס דער "בונד" האָט געשפּילט פֿאַר דער מלחמה אין דעם לעבן פֿון ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע. שוין זשע קאָנען נישט די פֿאַרברענטע ציוניסטן ביז הײַנט מסכּים זײַן מיט דער בונדיסטישער אידעאָלאָגיע, און האַלטן דעם "בונד", ווי ‘אַ געפֿאַר’ פֿאַרן לאַנד, אַז אַפֿילו צו באַקומען אַ שטיצע פֿאַר אַ קונטס־ווערק וועגן "בונד", קומט אָן מיט גרינע ווערעם?
דאָס נײַע ביכל, אונטערן טיטל "בונדאים: סוציאַליזם בייִדיש ובעבֿרית, סרט וחמישה מאמרים" (די ישׂראלדיקע בונדיסטן: סאָציאַליזם אויף ייִדיש און עבֿריתּ, אַ פֿילם און פֿינף אַרטיקלן), באַשטייט פֿון די ווערק פֿון ב. צאַלעוויטש (דער גרינדער פֿונעם ישׂראלדיקן "בונד") און י. אַרטוסקי (דער חשובֿער אידעאָלאָג און פֿאָרזיצער פֿון "בונד" אין ישׂראל) אויף ייִדיש און העברעיִש. דער יונגער פֿאָרשער יעד ביראַן גיט צו איין אַרטיקל; און פֿון יצחק לודען קאָן מען דאָ געפֿינען דעם איינציקן אַרטיקל פֿון אַ בונדיסט, אָנגעשריבן אויף העברעיִש אין 1977. ב. אַרטוסקי ווערט ציטירט אינעם פֿילם פֿון דעם טעקסט, וואָס איז אויך פֿאַראַן אינעם ביכל, און וואָס האָט אַ שײַכות צו דער פּראָבלעם אײַינצופֿרירן דעם "בונד" אין דער ייִדישער מדינה אין 1966.
"די 15 יאָר עקזיסטענץ פֿון דער בונדישער אָרגאַניזאַציע און פֿון די ‘לעבנספֿראַגן’ זענען פֿאַקטיש געווען 15 יאָר פֿון כּסדרדיקן געראַנגל מיט די פֿאַרשידנסטע שוועריקייטן. מיר פֿילן כּסדר אַ מאַנגל אין אינטעלעקטועלע כּוחות, רעדנער, רעפֿערענטן, זשורנאַליסטן, פּאַסיקע אַקטיוויסטן; עס פֿעלן אונדז כּסדר די נויטיקע געלט-מיטלען אויף אויסצוהאַלטן געשאַפֿענע אינסטיטוציעס און לאָקאַלן און אויף אָנצוגיין מיט אַ ברייטערער אַרבעט [...] און אויך געלט-מיטלען אויף צו פֿירן אַן אַרבעט צווישן דער יוגנט, הגם ס׳איז פֿאַרשפּרייט צווישן איר די אַנטוישונג און די קעגנערשאַפֿט צו די ציוניסטישע פּאַרטייען."
וואָס אַרטוסקי רופֿט "אַן אַרבעט צווישן דער יוגנט", איז פּונקט וואָס טאָרבינער איז אויסן מיטן פֿאַרעפֿנטלעכן דאָס ביכל און דעם פֿילם. "איך האָב געוואָלט עס זאָל זײַן וועגן דעם "בונד" עפּעס צוגענגלעכס און הײַנטצײַטיקס — מיט קאָלירן, אין אַ ווייכן טאָוול — און אויף העברעיִש", זאָגט טאָרבינער וועלכער האָט אַליין אַרויסגעגעבן די גאַנצע זאַך. טאָרבינער האַלט, אַז אַרטוסקיס קריטיק פֿון די 1950ער און 1960ער יאָרן איז געבליבן רעלעוואַנט אויך פֿאַר די סאָציאַלע פּראָטעסטן הײַנט אין ישׂראל. "די סאָציאַלע באַוועגונג אין ישׂראל מוז זיך באַקענען מיט דעם ‘בונד’ און מיט זײַנע אידעען, ווײַל דעם ‘בונד’ס סאָציאַליזם האָט גאָרנישט צו טאָן מיטן ייִדישן שאָוויניזם; ווײַל אין דער ‘השומר הצעיר’־באַוועגונג, מיט אירע אידעען פֿון ציוניזם, סאָציאַליזם און ברידערשאַפֿט צווישן פֿעלקער, קומט תּמיד דער טייל פֿון ציוניזם (דער ייִדישער שאָוויניזם) פֿאַר די אַנדערע טיילן, און אַזוי בלײַבן נישט קיין אויסזיכטן צו רעאַליזירן דעם סאָציאַליזם. דער ‘בונד’ איז אי אַ סאָציאַליסטישע, אי אַ ייִדישע באַוועגונג."
טאָרבינער פֿאַרברייטערט זײַן דערהײַנטיקטן בונדיסטישן אַני-מאמין, דערקלערנדיק די פֿילאָסאָפֿיע וואָס פֿירט אים: "ווייל איך בין אַ ישׂראלי, דאָס איז מײַן דאָיִקייט און איך וויל ממשיך זײַן צו לעבן אין עבֿרית. לויט מײַן מיינונג קען דער ‘בונד’ פֿאַרזיכערן דעם קיום פֿון מדינת-ישׂראל — די העברעיִשע שפּראַך וועט ווײַטער עקזיסטירן, און איך וועל קענען ווײַטער לעבן דאָ מיט מײַן מאַמע-לשון; איך וועל קענען לעבן אין מער יושרדיקע באַדינגונגען, מיט ווייניקער עקספּלואַטאַציע און אונטערדריקונג."
אַזעלכע ווערטער דערמאָנען און, פֿאַרשטייט זיך, נישט צופֿעליק (הגם הײַנט-צו-טאָג גלייבט נישט טאָרבינער, אַז מע קען און מע זאָל פֿאַרווירקלעכן די לייזונג פֿון צוויי שטאַטן), די ווערטער וואָס אַרטוסקי האָט געהאַט געשריבן אין 1957:
"דער קאַמף פֿאַר דעם אידעאַל פֿון אַ נישט-ציוניסטישער דעמאָקראַטיש-סאָציאַליסטישער ישׂראל-מדינה, וועלכע זאָל זיך פֿילן ווי אַ נאַטירלעכער באַשטאַנד-טייל פֿון ייִדישן פֿאָלק, וועלכע זאָל העלפֿן שטאַרקן דאָס ייִדישע פֿאָלק אין דער וועלט און וועלכע זאָל פֿירן אַ פּאָליטיק פֿון שלום לגבי דער אַראַבישער וועלט — ליגט אין די לעבנס-אינטערעסן פֿון דער ישׂראל-מדינה. צי וועט דער דאָזיקער אידעאַל פֿאַרווירקלעכט ווערן — ווער ווייסט? די בונדיסטן קאָנען אָבער נישט רעזיגנירן פֿון דאָזיקן קאַמף, פּונקט ווי זיי קאָנען נישט רעזיגנירן פֿונעם קאַמף פֿאַר אַ סאָציאַליסטישער וועלט."
דאָס גאַנצע ביכל, וואָס איז כּולל סײַ דעם פֿילם, סײַ די אַרטיקלען, קאָן מען דירעקט באַשטעלן בײַ ערן טאָרבינער דורך אָט דעם בליצפּאָסט אַדרעס: erantor@gmail.com, אָדער דורך דעם מאָביל-נומער: 972-52-2424489, אָדער דורכן דער פּאָסט:

Eran Torbiner
Israelis 18
Tel-Aviv 64382