קאַנטאָניסטן, 1836—1855 |
דעם האַרבסט לערן איך פֿאַרן ביז-גראַדויִר-עולם אַ קורס פֿון רוסיש-ייִדישער געשיכטע (און כ’האָב דווקא אַ קלאַס פֿון גאָר אַ נישקשהדיקער גרייס). קוק איך, פֿאַרשטייט זיך, אַרײַן אין כּלערליי ביכער, כּדי דערפֿרישן אין מײַן זכּרון פֿאַרשיידענע פּרטים פֿון די געשעענישן אין צאַרישן, סאָוועטישן און הײַנטיקן רוסלאַנד. האָב איך זיך פּלוצעם געכאַפּט, אַז הײַיאָר, און דווקא אין אויגוסט און סעפּטעמבער, קען מען אָפּמערקן אַ שטיקל יוביליי. די רייד גייט וועגן דער ערשטער צעטיילונג פֿון פּוילן, אין יאָר 1772. דאָס הייסט, אַז מין 240 יאָר צוריק האָט זיך, אין תּוך אַרײַן, אָנגעהויבן די רוסיש-ייִדישע געשיכטע. אויב פֿריִער פֿלעגן ייִדן זיך נאָר אַרײַנכאַפּן קיין רוסלאַנד, איז זינט 1772 האָט זיך אין לאַנד באַוויזן אַ שטענדיקע ייִדישע באַפֿעלקערונג.
ווי מיר ווייסן, האָט מען פּוילן צעטיילט נאָך צוויי מאָל, אין 1793 און 1795, און סוף-כּל-סוף האָט אַזאַ לאַנד אויפֿגעהערט צו עקזיסטירן, לכל-הפּחות ווי אַן אומאָפּהענגיקע מדינה. בינו-לבינו איז רוסלאַנד, וואָס האָט תּמיד געציטערט פֿאַר דער “שעדלעכער השפּעה" פֿון ייִדן, באַרײַכערט געוואָרן מיט אַ ריזיקער ייִדישער באַפֿעלקערונג. דאָס הייסט ניט, אַז שוין סוף 18טן יאָרהונדערט האָבן זיך באַוויזן ייִדן, וואָס האָבן זיך געהאַלטן פֿאַר “רוסישע". דאָס איז געווען אַ לאַנגער פּראָצעס; שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס אַ גרויסער חלק ייִדן האָבן זיך קיין מאָל ניט אויפֿגעהערט צו האַלטן פֿאַר פּוילישע. “רוסישע ייִדן" איז, בכלל, אַ טערמין, וואָס שפּיגלט אָפּ ניט אַזוי די געאָגראַפֿיע, ווי די קולטור און די שפּראַך. ס’רובֿ “רוסישע ייִדן" זײַנען דאָך געווען, און בלײַבן, תּושבֿים, געוועזענע צי איצטיקע, פֿון אוקראַיִנע, ווײַסרוסלאַנד, מאָלדאָווע וכ’.
יאָרצענדליקער זײַנען אַדורך זינט די צעטיילונגען פֿון פּוילן ביז עס האָבן זיך אויסגעפּיקט די ערשטע רוסישע ייִדן. געשען איז עס, אין אַ היפּשער מאָס, אַ דאַנק דעם וואָס די צאַרישע רעגירונג האָט געשטעלט פֿאַר זיך דעם ציל צו רוסיפֿיצירן די ייִדן. די ערשטע גרויסע גרופּע, מיט וועלכער מע האָט געמאַכט אַזאַ עקספּערימענט, זײַנען געווען די ייִדישע סאָלדאַטן, וועלכע מע האָט אָנגעהויבן נעמען אין דער אַרמיי זינט 1827. גענומען האָט מען סײַ קינדער — פֿון 12 יאָר און עלטער — און סײַ דערוואַקסענע — 18–25־יאָריקע. די קינדער האָט מען געשיקט אין מיליטערישע (אָדער “קאַנטאָניסטישע", ווי מע האָט זיי גערופֿן) שולן, וווּ מע האָט זיי געהאַלטן ביזן עלטער פֿון 18 יאָר, און נאָר דעמאָלט פֿלעגט זיך אָנהייבן זייער “אמתע" מיליטער-דינסט, וועלכע האָט געדויערט 25 יאָר.
די געשיכטע פֿון ייִדישע קאַנטאָניסטן האָט זיך פֿאַרענדיקט אין די 1850ער יאָרן: אין 1856 איז עס אָפּגעשאַפֿן געוואָרן, אָבער פֿאַקטיש האָט עס געדויערט ביזן יאָר 1859. בסך-הכּל זײַנען דורך דער דאָזיקער סיסטעם דורגעגאַנגען אַרום 40 טויזנט ייִנגלעך. געשטאַמט האָבן זיי, בדרך-כּלל, פֿון אָרעמע משפּחות, ווײַל די פֿירער פֿון קהילות — דאָס הייסט די רײַכסטע — פֿלעגן אויסקלײַבן, וועמען צו שיקן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס באַלעבאַטישע ייִדן (סוחרים, סערטיפֿיצירטע בעל-מלאָכות און כּלי-קודש) זײַנען אַפֿילו געזעצלעך געווען באַפֿרײַט פֿון דער מיליטער-דינסט. אַזוי צי אַזוי, אָבער די אַרמיי איז געוואָרן אַ וויכטיקער רוסיפֿיצירנדיקער אינסטרומענט.
דערווײַל האָט זיך אַנטוויקלט נאָך איין וועג צו רוסיפֿיצירן די ייִדן: בילדונג. בײַם אָנהייב האָט די צאַרישע רעגירונג געמוזט פֿאַרנאַרן ייִדישע קינדער אין רוסישע שולן (כּדי זיי דאָרטן “מאַכן פֿאַר לײַט"). אָבער אין די 1880ער יאָרן האָט מען שוין אין די הויכע רוסישע פֿענצטער זיך איבערגעשראָקן און גענומען באַגרענעצן דעם צוטריט פֿון ייִדישע ייִנגלעך און מענער צו מלוכישע לערן-אינסטיטוציעס. אָבער דער “דזשין" פֿון רוסישער בילדונג איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן פֿון דעם מאַגישן פֿלעשל און אים צוריק אַרײַנצושטעקן האָט זיך בשום-אופֿן ניט באַקומען. אין די סאָוועטישע צײַטן האָט זיך דער פּראָצעס פֿון רוסיפֿיקאַציע פֿאַרענדיקט; פֿאַר אַן אַלץ וואַקסנדיקער, און לסוף דער גרעסטער, צאָל ייִדן איז רוסיש געוואָרן די שפּראַך פֿון זייער טאָגטעגלעכקייט.
אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָבן רוסיש-רעדנדיקע ייִדן גענומען שפּילן עפּעס אַ ממשותדיקע ראָלע זינט די 1880ער יאָרן. אין יענע צײַטן, אָבער, איז רוסיש געווען די שפּראַך פֿון אַ מינאָריטעט, ווײַל ס’רובֿ ייִדישע עמיגראַנטן פֿון דער רוסישער אימפּעריע האָבן פֿון דעסטוועגן גערעדט ייִדיש. איצט איז עס אַנדערש. ס’רובֿ עמיגראַנטן פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד רעדן רוסיש. קלינגט עס אין ניו-יאָרק און אַנדערע שטעט ווי אַן אָפּקלאַנג פֿון די היסטאָרישע געשעענישן, וואָס האָבן זיך אָנגעהויבן מיט 240 יאָר צוריק. ווי אַ טיילצײַטיקער תּושבֿ פֿון ברײַטאָן-ביטש הער איך (און רעד איך) דעם אָפּקלאַנג יעדן טאָג. גלײַכצײַטיק זע איך אויך, ווי רוסיש גייט אַוועק — דער יונגער דור גייט אַריבער אויף ענגליש. דאָס רעדל דרייט זיך: אַן ערך אַזוי (אָבער גאָר ניט אין גאַנצן אַזוי) איז עס געווען אַ מאָל, בפֿרט אין דעם זעלבן ברײַטאָן-ביטש, מיט ייִדיש.