רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

ראָש־השנה האָבן מענטשן ליב צו עסן טראַדיציאָנעלע מאכלים. טאָמער פּלאַנירט איר אַ מילכיקע סעודה, לאָזט זיך וווילגיין מיט דעם געשמאַקן לאָקשן־קוגל, וואָס איז זייער גרינג צוצוגרייטן. ס׳איז אויך אַ באַטעמטער מיטל אָפּצופֿאַסטן יום־כּיפּור, נאָך נעילה.
שפּריצבוימל
2 טעפּלעך רויע, ברייטע לאָקשן
3 לעפֿל נישט־געזאַלצענע פּוטער
2 אייער
1 טעפּל צוואָרעך
1/2 טעפּל סמעטענע
1/2 לעפֿעלע זאַלץ
1/4 לעפֿעלע ווײַסער פֿעפֿער

הייצט אָן דעם אויוון ביז 350 גראַד (177 צעלזיוס). באַשפּריצט אַ בעקן מיט שפּריצבוימל.
קאָכט אָפּ די לאָקשן אין געזאָטענעם, געזאַלצענעם וואַסער ביז זיי ווערן ווייך. זיפּט אָפּ די לאָקשן און מישט זיי אויס מיט דער פּוטער.
קלאַפּט צונויף די אייער, צוואָרעך, סמעטענע, זאַלץ און פֿעפֿער, און מישט עס אויס מיט די לאָקשן. גיסט די לאָקשן אַרײַן אינעם בעקן און באַקט דעם קוגל אין אויוון, צווישן 45 מינוט און אַ שעה.