שמואל-ניסן גאָדינער |
אין 1941, ווען גאָדינער איז פֿרײַוויליק אַוועק זיך שלאָגן מיט די דײַטשן, האָט ער געקענט זיך האַלטן פֿאַר אַ דערפֿאַרענעם זעלנער. אַ שינעל האָט ער דאָך אין זײַן יוגנט געטראָגן אין משך פֿון כּמעט אַ יאָרצענדליק. צום אַלעם ערשטן, האָט ער זינט 1912 געדינט אין דער רוסישער אַרמיי, זיך באַטייליקט אין שלאַכטן פֿון דער ערשטער וועלט-מלחמה, און דערנאָך איז ער געווען אין דער רויטער אַרמיי בעתן בירגערקריג. צו סאָציאַליסטישע אידעען האָט ער זיך צוגעכאַפּט נאָך ייִנגלווײַז, געווען איינער פֿון די גרינדער פֿונעם “קליינעם בונד" — די יוגנט-אָרגאַניזאַציע פֿון דעם “דערוואַקסענעם" בונד.
אין די 1920ער יאָרן האָבן די סאָוועטישע ייִדישע ליטעראַטור-קריטיקער זיך מיט גאָדינערן ממש אַרומגעטראָגן. זײַן פּראָזע האָט געהאָלפֿן אַרויסצוגיין פֿונעם קריזיס פֿון די ערשטע יאָרן נאָך דער רעוואָלוציע, ווען פּאָעזיע האָט דאָמינירט אין סאָוועטיש-ייִדישע ליטעראַרישע קרײַזן. דערצו נאָך האָט גאָדינער געשריבן ניט אַבי וועלכע פּראָזע, נאָר דווקא זייער אַ געראָטענע. ס’איז זייער גרינג זיך אין דעם איבערצוצײַגן — לייענט איבער די דערציילונגען, וואָס זײַנען אַרײַן אין דעם זאַמלבוך “פֿיגורן אויפֿן ראַנד", בפֿרט נאָך, אַז דאָס דאָזיקע בוך איז צוטריטלעך אין אינטערנעץ:
http://www.archive.org/details/nybc210657.
איך האָב זייער ליב די דערציילונג “אַ שקלאָווער לבֿנה אויף אַרבאַט".
נאָך מער ווי די דערציילונגען, האָט מען געלויבט גאָדינערס קרוין-ווערק — דעם ראָמאַן “דער מענטש מיט דער ביקס", וואָס האָט אָפּגעשפּיגלט דעם שרײַבערס אייגענע דערפֿאַרונג פֿון דער ערשטער וועלט-מלחמה. דער ערשטער טייל פֿון דעם ראָמאַן איז אַרויס אין יאָר 1928, דער צווייטער — אין 1933. ביידע טיילן זײַנען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אויך אויף רוסיש; און אויף ווײַסרוסיש איז דער ראָמאַן אַרויס אויך. איבערגעזעצט האָט אים דער פֿירנדיקער ווײַסרוסישער שרײַבער זמיטראָק ביאַדוליאַ, וועמענס אמתער נאָמען איז געווען שמואל פּלאַווניק. אַגבֿ, גאָדינער האָט אויך אַ צאָל ביכער איבערגעזעצט פֿון רוסיש אויף ייִדיש.
אין מאָסקווע, וווּ גאָדינער האָט זיך באַזעצט נאָכן בירגערקריג, איז ער געוואָרן אַ טייל פֿון דער קולטור-סבֿיבֿה, אין וועלכער עס האָבן פֿעסט דאָמינירט די “קיִעווער שרײַבער". זיי האָבן אים אָנגענומען ווי אַן אייגענעם, כאָטש שטאַמען האָט ער געשטאַמט פֿון ווײַסרוסלאַנד און זיך געלערנט — דער עיקר, זעלבסט-געלערנט — אין וואַרשע, וווּהין זײַן משפּחה איז אַריבערגעפֿאָרן אין 1908. מאָסקווע איז געוואָרן זײַן היימשטאָט. פֿון מאָסקווע איז ער געפֿאָרן אין אַנדערע געגנט פֿונעם לאַנד. צוויי מאָל האָט ער באַזוכט ביראָבידזשאַן און אָנגעשריבן אַ גרעסערע דערציילונג, “ביראָבידזשאַנער", וועגן די ערשטע איבערוואַנדערער אין דער ווײַט-מיזרחדיקער ייִדישער געגנט. געפֿאָרן איז ער אויך אין די ייִדישע קאָלאָניעס, וואָס זײַנען געווען אין דעם אייראָפּעיִשן טייל פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. ער האָט באַשריבן דעם פֿאַרמעסט צווישן די ייִדישע קאָלאָניסטן און די קריסטן-קאָזאַקן. פֿון דער געשעעניש דערוויסן מיר זיך, לייענענדיק זײַן דערציילונג “דער יום-טובֿ פֿון פֿרײַנדשאַפֿט".
איך האָב געלייענט נאָר אַ קלענערן חלק פֿון גאָדינערס גאַנץ גרויסן קאָרפּוס דערציילונגען, ראָמאַנען, פּיעסעס און עסעען. אָבער פֿון דעם, וואָס איך האָב יאָ געלייענט, האָט זיך בײַ מיר געשאַפֿן אַזאַ בילד: דער טאַלאַנטירטער שרײַבער האָט זיך פֿאַרלוירן אין דעם אידעאָלאָגישן מישמאַש פֿון די 1930ער יאָרן. ניט צופֿעליק האָט מען וועגן גאָדינערן געשריבן, אַז אין זײַנע ווערק האָט מען געקענט זען דעם וועג, וועלכן עס האָט אין דער צײַט פֿון גרויסע איבערקערענישן דורכגעמאַכט אַן אינטעליגענט. אַ סבֿרא, אַז ער אַליין, דער שרײַבער, האָט אויך דורכגעמאַכט אַ דראַמאַטישע טראַנספֿאָרמאַציע. ווי אַ פּועל-יוצא פֿון דעם אַלץ (יעדנפֿאַלס, ווי איך האָב עס דערזען), איז גאָדינערס שאַפֿונג געווען באַזונדערס אינטערעסאַנט דווקא אין די יאָרן פֿון זײַנע “זוכענישן", אָבער אונטער דעם אידעאָלאָגישן דרוק פֿון די 1930ער יאָרן איז זײַן טאַלאַנט אין אַ היפּשער מאָס קינסטלעריש דערשטיקט געוואָרן.
מיט יאָרן צוריק האָב איך איבערגעלייענט גאָדינערס אַנטי־קאַפּיטאַליסטישע פּיעסע “דזשים קופּערקאָפּ" (1930), וועלכע מע האָט אין דער זעלבער צײַט געשטעלט אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און אין ניו-יאָרק — אין דעם ניו-יאָרקער קאָמוניסטישן טעאַטער “אַרטעף". די געשעענישן קומען פֿאָר דווקא אין אַמעריקע, וווּ גאָדינער איז קיין מאָל ניט געווען, אַזוי אַז דער סיפּור-המעשׂה האָט זיך בײַ אים באַקומען אין גאַנצן אַ סכעמאַטישער, און די העלדן זײַנען ניט קיין לעבעדיקע מענטשן, נאָר אידעאָלאָגיש-באַרעכטיקטע סכעמעס.
פֿאַר מיר איז גאָדינער פֿאַרבליבן דערווײַל אַ homo unius libri — אַ מענטש פֿון איין בוך, “פֿיגורן אויפֿן ראַנד". אפֿשר וועט מיר עמעצער אונטערזאָגן: “לייען איבער אַזאַ און אַזאַ זאַך זײַנע, זי איז אויך זייער אַ געראָטענע". אָבער אַפֿילו דאָס איינציקע בוך האָט אים באַזאָרגט מיט אַן אָרט זייער ניט ווײַט פֿון דער מיזרח-וואַנט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.