לעאָ פֿראַנק |
אויף דער צווייטער זײַט פֿונעם בילד איז מיט אַ בלײַער אָנגעשריבן: "דאָס אויפֿהענגען לעאָ פֿראַנק".
פֿראַנק, וועלכער איז פֿאַרמישפּט געוואָרן צום טויט פֿאַרן דערהרגענען אַ ווײַסע, נישט־ייִדישע אַרבעטאָרין פֿון זײַן פֿאַבריק, די 13־יאָריקע מערי פֿייגען, איז דער איינציקער ייִד, וואָס איז אַמאָל געלינטשט געוואָרן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. פֿון אָנהייב אָן האָבן ס׳רובֿ מענטשן געהאַלטן, אַז פֿראַנק איז אומשולדיק, און אַז אַ שוואַרצער סטרוזש פֿון דער פֿאַבריק, דזשים קאָנלי, האָט דערהרגעט פֿייגען. ווי אַ רעזולטאַט פֿון דער לינטשערײַ, איז מיט דרײַ חדשים שפּעטער, ערבֿ־דאַנק־טאָג, באַנײַט געוואָרן די ראַסיסטישע אָרגאַניזאַציע "קו־קלאָקס־קלאַן", און שפּעטער איז געגרינדעט געוואָרן די "אַנטי־דעפֿאַמאַציע ליגע".
דער פֿאַרקויפֿער פֿונעם בילד, אַ פּריוואַטער זאַמלער אין ניו־יאָרק, וועלכער האָט געבעטן צו בלײַבן אַנאָנים, האָט איבערגעגעבן דעם "פֿאָרווערטס", אַז ער האָט געקויפֿט די פֿאָטאָגראַפֿיע מיט יאָרן צוריק, און זעענדיק, אַז ער וועט עס קיין מאָל נישט אויסשטעלן אין זײַן הויז ("ס׳איז צו מאַקאַבריש," האָט ער באַמערקט), האָט ער זיך געוואָנדן צו די גרעסטע ליציטאַציע־הײַזער, אָבער זיי האָבן זיך אָפּגעזאָגט. "די טעמע איז צו קאָנטראָווערסיעל," האָט ער געזאָגט.
סוף־כּל־סוף, האָט "סאָטביס" מסכּים געווען עס צו ליציטירן. דאַן אַבערנעטי, דער פֿאָרשטייער פֿון "סאָטביס" פּרעסע־ביוראָ, האָט געזאָגט, אַז "סאָטביס" ליציטירט אָפֿט מאָל באַרימטע אימאַזשן פֿון וויכטיקע, טרויעריק־באַרימטע היסטאָרישע געשעענישן, ווי די דאָזיקע פֿאָטאָגראַפֿיע. דאָס איז אָבער נישט געווען דאָס איינציקע בילד אויף אַ ייִדישער טעמע, וואָס מע האָט פֿאַרקויפֿט בײַ דער ליציטאַציע. אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון ראָמאַן ווישניאַק, געמאַכט אין וואַרשע, בערך 1933—1938, איז אויך פֿאַרקויפֿט געוואָרן — פֿאַר 5,000$.
מע האָט געפּרוּווט זיך פֿאַרבינדן מיטן קויפֿער פֿון דער לינטש־פֿאָטאָגראַפֿיע, כּדי צו דערגיין זײַן אידענטיטעט אָדער זײַן סיבה פֿאַר קויפֿן עס, אָבער קיין ענטפֿער האָט מען נישט באַקומען.
די פֿאַלשע פֿאַרמישפּטונג פֿון לעאָ פֿראַנק און די לינטשערײַ מיט צוויי יאָר שפּעטער האָט געמאַכט אַ טראַוומאַטישן אײַנדרוק אויף די אַמעריקאַנער ייִדן, האָט דערקלערט סטיוו אָני, מחבר פֿונעם בוך, Leo M. Frank: The Dead Shall Rise (2003) [לעאָ פֿראַנק: די טויטע וועלן תּחית־המתים זײַן]. בעת פֿראַנקס פֿאַרטיידיקער ווי, למשל, דער גובערנאַטאָר פֿון דזשאָרדזשיע, דזשאָן סלייטין, האָבן זיך באַמיט צו בײַטן דעם טויט־אורטייל אויף אַ לעבן לאַנג אין תּפֿיסה — אַ שריט וואָס האָט, אַגבֿ, געקאָסט סלייטין זײַן קאַריערע, זאָגט אָני — האָבן די ייִדן אין די דרום־שטאַטן געשוויגן.
"95% פֿון די ייִדן אין אַטלאַנטע אין 1915 זענען געווען רעפֿאָרם־ייִדן; זייער אַסימילירט און פּשוט נישט געוואָלט אַרויסווײַזן, אַז זיי זענען ׳צו ייִדישלעך׳."
"ביז דעמאָלט האָבן די ייִדן זיך אפֿשר באַטראַכט פֿאַר ווײַסע, און ווי אַ טייל פֿון דער געזעלשאַפֿט, אָבער דער פֿראַנק־פּראָצעס און די לינטשערײַ האָט זיי דערמאָנט, אַז ס׳איז נישט אַזוי," האָט באַמערקט יונתן סאַרנאַ, פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער געשיכטע אין בראַנדײַס־אוניווערסיטעט.
די ייִדן פֿון די צפֿונדיקע שטאַטן, פֿון דער אַנדערער זײַט, האָבן שטאַרק פֿאַרטיידיקט פֿראַנק, און די "ניו־יאָרק טײַמס" האָט אָפּגעדרוקט אַ סעריע אַרטיקלען וועגן דעם ענין. "ס׳איז קלאָר, אַז דער פֿאַרלעגער פֿון די ׳טײַמס׳, אַדאָלף אָקס, האָט עס באַטראַכט ווי אַ ייִדישע שליחות — האָט סאַרנאַ דערקלערט — אָבער צום סוף, איז די שליחות דורכגעפֿאַלן און די ׳טײַמס׳ איז אַטאַקירט געוואָרן ווי ׳אַ ייִדישע צײַטונג׳. איינע פֿון די סיבות פֿאַר וואָס די ׳טײַמס׳ האָט שפּעטער נישט געשריבן וועגן דעם חורבן, איז זיכער געווען פֿאַרבונדן מיט איר פֿריִערדיקער קאַמפּאַניע לטובֿת לעאָ פֿראַנק."
בעת פֿראַנק איז געזעסן אין תּפֿיסה האָט דער שעף־רעדאַקטאָר פֿונעם "פֿאָרווערטס", אַב קאַהאַן, אָנגעשריבן מער ווי 200 אַרטיקלען אינעם "פֿאָרווערטס", פֿאַרטיידיקט אים און געפֿאָדערט דורכצופֿירן אַן אָביעקטיווע אויספֿאָרשונג. אַב קאַהאַן האָט זיך אַפֿילו געקליבן אָנצושרײַבן אַ בוך וועגן דעם אַמעריקאַנער "בלוט־בילבול".
ס׳רובֿ פֿון די לינטש־קרבנות במשך פֿון דער אַמעריקאַנער געשיכטע זענען געווען שוואַרצע, וואָס באַנדעס פֿון ווילדע יונגע־לײַט פֿלעגן זיי דערהרגענען עטלעכע שעה אָדער טעג נאָך דעם, ווי דער שוואַרצער איז באַשולדיקט אָדער פֿאַרמישפּט געוואָרן אין אַ פֿאַרברעכן קעגן אַ ווײַסן. דאָס מאָל איז געווען אַנדערש. ווי אָני האָט אַנטדעקט נאָך יאָרן פֿון פֿאָרשן דעם ענין, זענען די לינטשער געווען 25 אָנגעזעענע אײַנוווינער פֿון מאַריעטע, די שטאָט, וווּ עס האָט געוווינט פֿייגענס משפּחה. צווישן זיי: אַ געוועזענער דזשאָרדזשיער גובערנאַטאָר, פּאָליציאַנטן, דעמאָלטיקע און געוועזענע בירגערמײַסטער פֿון מאַריעטע, אַ ריכטער, אָרטיקע געשעפֿטסלײַט, אַ דאָקטער, אַ באַנקיר און אַדוואָקאַטן.
"דאָ האָט מען שוין נישט ספּאָנטאַן אַרויסגעשלעפּט פֿראַנק פֿון עפּעס אַ קליין תּפֿיסהלע. פֿאַרקערט, דאָס איז געווען אַ גוט־־אָרגאַניזירטע אָפּעראַציע צו פֿאַרכאַפּן אַן אַרעסטאַנט פֿון אַ גרויסער גוט־באַוואָרנטער שטאַט־תּפֿיסה," האָט אָני דערקלערט. די פֿאַרברעכער האָבן זיך אַרײַנגעגנבֿעט אין דער תּפֿיסה שפּעט בײַ נאַכט און געפֿירט דעם קרבן אין אַן אויטאָ 150 מײַל קיין מאַריעטע, נאָענט צו דער שטוב פֿון די פֿייגענס. "דאָס איז נישט געווען סתּם אַ לינטש־באַנדע, נאָר ממש אַ מיליטערישע מיסיע."
די אַלמנה פֿונעם דערמאָרדעטן לעאָ פֿראַנק |
דער באַשלוס צו לינטשן פֿראַנק אַנשטאָט דעם שוואַרצן קאָנלי איז אויך מערקווערדיק. "די מענטשן האָבן געזען אין פֿראַנק אַ סימבאָל פֿונעם אָנגייענדיקן אַטאַק אויף די דרום־שטאַטן, און אַ סימן פֿון אַלע ווערטן, וואָס זיי האָבן באַקעמפֿט זינט דעם בירגערקריג: אַ ייִד, אַ געשעפֿטסמאַן און אַן אַטאַק אויף די דרומדיקע פֿרויען בכלל," האָט סאַרנאַ דערקלערט. "זיי האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז די פֿאָלקס־רוגזה איז געווען אַזוי שטאַרק, אַז צו לינטשן אַ שוואַרצן סטרוזש וואָלט נישט געווען גענוג אײַנצושטילן זייער כּעס."
די מענטשן וואָס שטייען לעבן דעם קערפּער אויף דער פֿאָטאָגראַפֿיע, זענען נישט די לינטש־דורכפֿירער, האָט אָני דערקלערט, נאָר עטלעכע פֿון די טויזנטער צוקוקער, וועלכע האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אין דער צײַט, ווען מע האָט פֿראַנק אויפֿגעהאָנגען, 7 אַ זייגער אין דער פֿרי, און ווען די אינסטאַנצן האָבן דעם קערפּער אַראָפּגענומען, מיט דרײַ שעה שפּעטער.
דער אונטערשטער טייל פֿון פֿראַנקס קערפּער איז אַרומגעוויקלט מיט אַ לײַוונט־זאַק, כּדי צו באַהאַלטן זײַן נאַקעט לײַב, ווײַל ער איז געווען אָנגעטאָן בלויז אין אַ נאַכטהעמד, ווען מע האָט אים פֿאַרכאַפּט. ער האָט נישט געטראָגן קיין אַרעסטאַנטן־אוניפֿאָרם, האָט אָני דערקלערט, ווײַל מיט עטלעכע וואָכן פֿריִער האָט אַ צווייטער אַרעסטאַנט געהאַט געדראָט אים צו הרגענען, האָט מען איבערגעפֿירט פֿראַנק אינעם שפּיטאָל־אָפּטייל בײַ דער תּפֿיסה, כּדי אים צו באַשיצן, און דאָרט האָבן די אַרעסטאַנטן געטראָגן נאַכטהעמדער.
אין 1986 האָט די "דזשאָרדזשיער קאָמיסיע פֿון באַגנעדיקונג און תּנאי־פֿרײַהייט" אָנגענומען דאָס אַחריות פֿאַר נישט האָבן גענוג באַשיצט פֿראַנק און פֿאַר נישט מישפּטן זײַנע מערדער, הגם זיי האָבן פֿראַנק נישט ריינגעוואַשן. ביזן הײַנטיקן טאָג טראָגן אַ טייל פֿון די גאַסן נאָך אַלץ די נעמען פֿון די לינטשער.
אָני האַלט אָבער נישט, אַז מע דאַרף בײַטן די נעמען פֿון די גאַסן. "מיר קענען נישט איבערשרײַבן די געשיכטע; דאָס וואָלט געווען צו סטאַליניסטיש," האָט ער באַמערקט. "אונדזער ציל איז בלויז איבערצוגעבן די פֿאַקטן."
צו בײַטן די נעמען פֿון די גאַסן וואָלט סײַ־ווי געווען זייער קאָנטראָווערסיעל צוליב אַ צווייטער סיבה: אַ סך פֿון די משפּחות פֿון די לינטש־באַטייליקטע זענען געבליבן אָנגעזעענע מיטגלידער פֿון דער געזעלשאַפֿט. דער ברודער פֿון הערבערט קליי, דער אָרגאַניזירער פֿון דער לינטשערײַ, למשל, איז געווען גענעראַל לושיוס קליי — אַ באַקאַנטער העלד פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. דערצו האָט די געשיכטע אַרויסגעוויזן איר אייגענע איראָניע: נישט ווײַט פֿון מאַריעטע, וואָס איז הײַנט אַ חשובֿע פֿאַרמעגלעכע שטאָט, געפֿינט זיך דער צום־גיכסטן וואַקסנדיקער ייִדישער ייִשובֿ אין דזשאָרדזשיע.
פֿון דעסטוועגן, ווילט זיך פֿאָרט וויסן, ווער ס’האָט איצט געקויפֿט די פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון פֿראַנקס לינטשערײַ, און פֿאַר וואָס האָט ער עס געקויפֿט? "איך האָף, אַז דאָס בילד געפֿינט זיך אין לײַטישע הענט — האָט אָני געזאָגט — און אַז דער איצטיקער אייגנטימער שאַצט אָפּ די וויכטיקייט פֿון דעם מאָמענט, וואָס דאָס בילד שפּיגלט אָפּ."