ייִדיש־וועלט

דעם זמן לערן איך אַ קורס מכּוח רוסיש-ייִדישער געשיכטע. איז געקומען די וואָך, וואָס איך האָב אויסגעטיילט פֿאַר דער געשיכטע פֿון ייִדישע צײַטונגען, און פּלוצעם האָב איך דערזען, אַז פּונקט אין דער צײַט קען מען פֿײַערן דעם 150סטן יוביליי פֿון דער ייִדישער פּרעסע: דעם 11טן אָקטאָבער 1862 איז אין אָדעס אַרויס דער ערשטער נומער פֿון דער צײַטונג “קול-מבֿשׂר". אַזאַ יובֿל דאַרף מען, פֿאַרשטייט זיך, אָפּמערקן ניט “צופֿעליק", ווי דאָס האָט זיך באַקומען אין מײַן פֿאַל. אַזוי צי אַזוי, איז עס אַ גוטער תּירוץ זיך דערמאָנען, ווי אַזוי די גאַנצע מעשׂה האָט זיך אָפּגעשפּילט.
געשען איז עס אין אָדעס, וואָס איז בכלל געווען אַ יוצא-מן-הכּלל צווישן רוסישע שטעט, מחמת משׂכּילים האָבן דאָרטן מער ווי אין אַנדערע ייִשובֿים געשפּילט די ראָלע פֿון דעה-זאָגערס. ערשטנס, איז זייער צאָל געווען אַ היפּשע, עס האָבן זיי אַהין צוגעצויגן די עקאָנאָמישע מעגלעכקייטן פֿון דעם נײַעם ים-פּאָרט. צווייטנס, איז אָדעס געווען אַ נײַע שטאָט, געגרינדעט אין יאָר 1794. דאָס האָט געמיינט, אַז קיין שטאַרקער, אַלטגעזעסענער ייִדישער טראַדיציאָנעלער עסטאַבלישמענט איז אין אָדעס ניט געווען.
צווישן די אָנגעפֿאָרענע ייִדן איז געווען אויך אַלכּסנדר צעדערבוים — אַ געבוירענער אין זאַמאָשטש, לובלינער גובערניע. זאַמאָשטש האָט זיך געפֿונען ניט ווײַט פֿון דער דײַטשישער גרענעץ, אַזוי אַז אידעען פֿון דער מענדעלסאָנישער השׂכּלה האָבן געדאַרפֿט דורכמאַכן זייער אַ קליינעם וועג, כּדי אָנשטעקן דעם היגן עולם. צעדערבוימס פֿאָטער איז געווען אַ זייגערמאַכער, אָבער אויך אַ למדן און אַ משׂכּיל. אין דער דאָזיקער סבֿיבֿה האָט אַלכּסנדר באַקומען אַ גוטע צוגרייטונג סײַ אין ייִדישע זאַכן, סײַ אין אַלגעמיינע לימודים. ער האָט גוט זיך אויסגעלערנט פּויליש און דײַטש, האָט אונטערגעכאַפּט אַ ביסל פֿראַנצויזיש, אָבער מער פֿון אַלץ — העברעיִש.
אין אָדעס, וווּ צעדערבוים האָט זיך באַזעצט אין יאָר 1840, איז ער, ווי זײַן פֿאָטער, געוואָרן אַן אַרבעטנדיקער משׂכּיל. תּחילת האָט ער געפֿונען פֿאַר זיך אַ שטעלע ווי אַ בוכהאַלטער, דערנאָך האָט ער געעפֿנט אַ קלייט פֿאַר פֿאַרטיקע בגדים. אַ טיכטיקער יונגער־מאַן, האָט ער זיך אויסגעלערנט צושנײַדן קליידער. אַ סבֿרה, אַז זײַנע געשעפֿטן זײַנען געגאַנגען גוט. אַנדערש וואָלט ער, אַ פּנים, ניט געקענט קריגן פֿאַר זײַן טאָכטער אַזאַ גרויסאַרטיקן איידעם — אַ גאַליציאַנער ייִד מיט אַ מערבֿ-אייראָפּעיִשן אוניווערסיטעטישן דיפּלאָם. דר. אַהרן-יצחק גאָלדענבלום איז געוואָרן דער אָנפֿירער פֿון דער אָדעסער תּלמוד-תּורה און איז אין דער דאָזיקער ראָלע געפֿעלן געוואָרן דעם מענטשן, וואָס האָט געהאָלפֿן דער ייִדישער פּרעסע צו שטעלן זיך אויף די פֿיס.
די רייד גייט וועגן ניקאָלײַ פּיראָגאָוו, וועמענס נאָמען איז גוט באַקאַנט די היסטאָריקער פֿון מעדיצין, ווי אויך פֿון פּעדאַגאָדיק. פּיראָגאָוו האָט זיך אויסגעצייכנט ווי אַ גלענצנדיקער כירורג, בפֿרט בעת דער קרימער מלחמה. די מלחמה, 1854—1855, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן ווען בריטאַניע און פֿראַנקרײַך האָבן געוואָלט אָפּשטעלן רוסלאַנדס עקספּאַנסיע אויפֿן שוואַרצן ים, האָט געוויזן שוואַכקייטן פֿון דער רוסישע מלוכה און סטימולירט פֿאַרשיידענע רעפֿאָרמען. פּיראָגאָוו, וואָס איז געווען פֿול מיט אידעען וועגן אויסבעסערן דעם מצבֿ פֿון בילדונג, איז געשיקט געוואָרן קיין אָדעס, כּדי אָנצופֿירן מיט לערן-אַנשטאַלטן אין דרום-רוסלאַנד.
דער ענין פֿון דער אָדעסער תּלמוד-תּורה האָט פּיראָגאָוון אַזוי שטאַרק פֿאַראינטערעסירט, אַז ער האָט אַפֿילו וועגן דעם אָנגעשריבן אַן אַרטיקל. ער האָט דערציילט, ווי ער איז צום ערשטן מאָל געקומען אַהין און געווען ממש שאָקירט מיטן בילד פֿון אַ שלעכט אָרגאַניזירטן אַנשטאַלט. דאָס צווייטע מאָל האָט ער באַזוכט די תּלמוד-תּורה, ווען זי איז שוין אָנגעפֿירט געוואָרן דורך דר. גאָלדענבלום, און געפֿונען זי אין גאָר אַן אַנדער צושטאַנד. פּיראָגאָוו איז בכלל געווען גרייט צו העלפֿן די משׂכּילים “אויסצומענטשלען" דעם ייִדישן המון. און די פּרעסע האָט געדאַרפֿט ווערן אַ וויכטיקער אינסטרומענט פֿאַר אַזאַ קאַמפּאַניע.
שׂינאה צו ייִדיש איז געווען איינע פֿון די זאַכן, וואָס האָבן פֿאַראייניקט פּיראָגאָוון און די משׂכּילים. פּיראָגאָוו האָט געהאָלפֿן צו קריגן דערלויבענישן אויף אַרויסצוגעבן ייִדישע צײַטונגען אין “ריכטיקע" שפּראַכן: העברעיִש און רוסיש. מיטן העברעיִשן פּראָיעקט האָט זיך באַשעפֿטיקט אַלכּסנדר צעדערבוים, בפֿרט נאָך דעם ווען זײַן קליידער-געשעפֿט איז אונטערגעגאַנגען און ער איז פֿאַרבליבן אָן חיונה. אין 1860 איז ער אין גאַנצן אַוועק פֿון שנײַדערײַ און האָט אָנגעהויבן אַרויסצוגעבן די העברעיִשע צײַטונג “המליץ". אָבער קיין סך לייענער האָט זי ניט געפֿונען, און דעמאָלט האָט צעדערבוים באַשלאָסן זיך אַ קער טאָן פֿון דעסטוועגן צו דער שפּראַך, וואָס ס’רובֿ ייִדן האָבן געקענט. ער האָט אַנאָנסירט זײַן פּלאַן פֿון אַרויסצוגעבן אַ צײַטונג “אויף פּראָסט ייִדיש, כּדי דער פּראָסטער עולם און אַפֿילו ווײַבער זאָלן וויסן וואָס עס טוט זיך אויף דער וועלט".
אַזוי — פֿריִער ווי אַ בײַלאַגע צו “המליץ" און דערנאָך ווי אַ באַזונדערע צײַטונג — האָט זיך באַוויזן “קול-מבֿשׂר", וואָס איז געוואָרן דער אָנהייב פֿון מאָדערנעם זשורנאַליזם אויף ייִדיש. בײַם אָנהייב האָט זיך צעדערבוים גלײַך ווי געשעמט:
“מיר ווייסן דאָך, אַז די הײַנטיקע אויפֿגעקלערטע שרײַען מע זאָל דאָס פֿאָלק אָפּגעוויינען ייִדיש רעדן, און זיי געוויינען צו רעדן דאָס לשון פֿון דער מדינה. אפֿשר זײַנען זיי אויך ניט אין גאַנצן אומגערעכט, וואָרעם אין דער מדינה וווּ מע לעבן דאַרף מען פֿאַרשטיין דאָס לשון. נאָר אויף וואָס פֿאַר אַ לשון זאָל מען מיט דעם פּראָסטן עולם רעדן, זיי זאָלן לערנען וואָס נייטיק איז פֿאַר איטלעכן מענטש, אַז זיי פֿאַרשטייען פֿאָרט ניט מער נאָר ייִדיש."
די צײַטונג איז אַרויסגעגאַנגען אין משך פֿון אַ יאָרצענדליק און געשפּילט אַ גוואַלדיק וויכטיקע ראָלע אין דער אַנטוויקלונג פֿון ייִדיש און ייִדישער קולטור.