2 קאַבאַקלעך
2 לעפֿל בוימל
זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער
2 לעפֿל פּוטער
2 טעפּלעך צעשניטענע קרויט
1 טעפּל רעפֿטלעך ציבעלע
1 זיסער רויטער פֿעפֿער,
אין דינע רעפֿטלעך
1 זיסער געלער פֿעפֿער,
אין דינע רעפֿטלעך
שוואַרצער פֿעפֿער
2 טעפּלעך צעשניטענע
קרעמיני־שוועמלעך
2 ציינדלעך קנאָבל
פֿעטאַ־קעז
הייצט אָן דעם אויוון ביז 375 גראַד (190 צעלזיוס). שנײַדט אָפּ ביידע עקן פֿון די קאַבאַקלעך. צעשנײַט זיי אויף דער העלפֿט און לייגט די קערעלעך אַרײַן אין אַ שיסעלע. לייגט די קאַבאַקלעך מיט דער אָפֿענער זײַט אַרויף אין אַ בעקן, באַשפּרענקלט זיי מיטן איילבערט־בוימל, זאַלץ און פֿעפֿער. בראָט זיי אַ האַלבע שעה.
שווענקט אויס און טריקנט אָפּ די קערעלעך, לייגט זיי אַרײַן אין אַ באַזונדערן בעקן, און בראָט זיי אינעם זעלבן אויוון. מישט זיי פֿון צײַט צו צײַט, און נעמט זיי אַרויס נאָך 20 מינוט.
הייצט אָן אַ גרויסע פּאַטעלניע אויף אַ הויכן פֿײַער און צעלאָזט די פּוטער. גיט צו דעם קרויט, ציבעלע און זיסן פֿעפֿער, ביז די קרויט ווערט ווייך, בערך 5 מינוט. גיט צו די שוועמלעך און קאָכט נאָך 3—4 מינוט. מישט אַרײַן דעם קנאָבל, און קאָכט 2—4 מינוט.
הייצט אָן דעם בראָט־אויוון. שטאָפּט אָן יעדע קאַבאַק־העלפֿט מיטן קרויט־געמיש, און באַשיט עס מיט אַ ביסל פֿעטאַ־קעז און די געבראָטענע קערעלעך. בראָט זיי ביז דאָס קעז וואַרעמט זיך צו.