פּערזענלעכקײטן

מרדכי דוניץ
מרדכי דוניץ
Credit: Bella Bryks-Klein
אַן אויסדרוק פֿון אָנערקענונג, ליבשאַפֿט און רעספּעקט צום מענטש און וועגווײַזער מרדכי דוניץ איז געווען די פֿאַראַכטאָגיקע באַגעגעניש אין זאַל פֿון דער ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט. וווּ דען אויב נישט טאַקע דאָרט געפֿינט זיך דאָס צוגעפּאַסטע אָרט צו פֿײַערן מרדכי דוניצעס יום־טובֿ? דאָרט וווּ ער האַלט אויף מיט אַלע כּוחות שוין קרובֿ צו 30 יאָר דאָס פֿײַערל פֿון ייִדיש אין ירושלים, דאָרט, וווּ אויב ייִדיש האָט אַן אַדרעס אין דער ישׂראלדיקער הויפּטשטאָט איז עס זיכער אויף דער ירושלימער שלום־עליכם־גאַס.
איבערראַשט מער פֿון אַלע איבער די לויבווערטער איז געווען דער בעל־שׂימחה אַליין. ער איז געזעסן אַ שווײַגנדיקער, ווי אין אַ פֿאַרלעגנהייט, זיך צוגעקוקט פֿאַרוווּנדעט אויפֿן גרויסן עולם וואָס איז געקומען אים אָפּגעבן כּבֿוד ווי נישט גלייבנדיק: און דאָס אַלץ איז פֿאַר מיר?
יאָ דוניץ, פֿאַר דיר. פֿאַר דײַן איבערגעגעבנקייט, פֿאַר האָבן געווידמעט אַ וועלט און מער פֿאַרן ייִדיש, פֿאַר דײַנע שלאָפֿלאָזע נעכט טראַכטנדיק, וואָס נאָך קען געטאָן ווערן און איך האָב עס נאָך נישט געטאָן?
די ייִדישע קולטור־געזעלשאַפֿט איז זיכער די קרוין־דערגרייכונג פֿון זײַן געזעלשאַפֿטלעכער טעטיקייט. דאָרטן פֿאַרווירקלעכט ער פֿאַר די לעצטע 28 יאָר זײַנע השׂגות וועגן וואָס פֿאַר אַ ראָלע דאַרף אויספֿירן דער דאָזיקער אַנשטאַלט לטובֿת דער ייִדיש־רעדנדיקער באַפֿעלקערונג פֿון ירושלים וואָס וויל זיך אויסלעבן קולטורעל אין זײַן שפּראַך. דאָרטן קען געפֿינען יעדע וואָך דער געוויינלעכער אַרײַנגייער רעפֿעראַטן אויף קולטור־טעמעס אויף ייִדיש ווי אויך פֿאַרשיידענע קינסטלערישע אונטערנעמונגען.
די אויטאָביאָגראַפֿישע שטריכן זײַנע האַלט דוניץ נישט בסוד, ער פּראָקלאַמירט זיי אָבער נישט אויף אַלע ווינטן, כאָטש ער האָט שוין עפּעס אויפֿגעטאָן אין זײַן לעבן און האָט דווקא יאָ וואָס צו דערציילן. טאָ ווי אַזוי קען מען דערגיין פּרטים פֿון זײַן לעבנס־געשיכטע? גאַנץ פּשוט: מ׳גייט אַרײַן אין "גוגל", דאָרט איז אַלץ רעגיסטרירט, מ׳דאַרף עס בלויז נעמען.
וועגן זײַן אינסטיטוציע־טעטיקייט הײַנט צו טאָג דאַרף איך נישט לייענען, איך בין דאָך אַן עדות אין זײַן כּמעט טאָג־טעגלעכער אַרבעט פֿאַרן כּלל דורך זײַן אָנפֿירונג פֿון דער ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט. ווייניקער זײַנען מיר באַקאַנט זײַנע פֿריִערדיקע אויפֿטוען, וועלכע מחמת זײַן אײַנגעבוירענער באַשיידנקייט רעדט ער נישט קיין סך וועגן דעם. זאָלן עס דערציילן אַנדערע, טראַכט ער מסתּמא. אויב אַזוי, וועל איך איבערגעבן סינטעטיש זײַנע עיקרדיקע אויפֿטוען בעת דער מלחמה און אויך שפּעטער, ווײַל דאָס זײַנען שוין ווערטפֿולע היסטאָרישע פּרטים וועלכער מ׳וועט נאָך איבערגעבן אין אַ ביאָגראַפֿישן בוך.
מרדכי דוניץ איז געבוירן געוואָרן אין 1922 אין אַ שטעטל אין מערבֿ־ווײַסרוסלאַנד מיטן נאָמען זשעטל, דאָרט האָט ער פֿאַרענדיקט די תּרבות־שול און די גימנאַזיע. פֿון זשעטל זײַנען אַרויס וויכטיקע פּערזענלעכקייטן, איינער פֿון זיי דער חפֿץ־חיים, ווי עס דערציילט דוניצעס בן־עיר, דער דיכטער און אינטעלעקטואַל יצחק גנוז (גאַנאָז), וועלכער איז אויך בײַגעווען דוניצעס יום־טובֿ.
אין דער מלחמה זײַנען אומגעקומען זײַנע עלטערן, און בלויז ער מיט זײַן עלטערער שוועסטער זײַנען אינטערנירט געוואָרן אין מײַ 1943 אין אַן אַרבעטס־לאַגער אין נאָוואָגראָדאָק; דעם 14טן מײַ באַשליסט דוניץ צוזאַמען מיט עטלעכע חבֿרים צו אַנטלויפֿן פֿון לאַגער. ענדלעך איז דוניץ צוזאַמען מיט נאָך צוויי חבֿרים דערגאַנגען צו בעלסקיס פּאַרטיזאַנער־גרופּע און נאָך אַ קורצער צײַט איז ער אַוועק אין די ליפּטשאַנקער וועלדער, וווּ ער האָט זיך אָנגעשלאָסן אין אַ פּאַרטיזאַנער־גרופּע, וואָס איז באַשטאַנען פֿון אַנטלאָפֿענע און געראַטעוועטע פֿון די שחיטות אין זײַן היימשטעטל זשעטל.
נאָך דער מלחמה איז דוניץ געווען טעטיק אין פּליטים־לאַגער אין בערלין, וווּ ער אַרבעט אַלס לערער אין דער העברעיִשער שול און גיט אַרויס די ערשטע ייִדישע צײַטונג "אין וועג", נאָך דער מפּלה פֿון די נאַציס. אין 1947 ווערט דער לאַגער ליקווידירט און די פּליטים ווערן אַריבערגעפֿירט אין ראַיאָן פֿון קאַסעל, מערבֿ־דײַטשלאַנד. דוניץ גרינדעט אַ ייִדישן וואָכנבלאַט "אונדזער האָפֿענונג"; ער אַרבעט דאָרט אַלס הויפּט־רעדאַקטאָר ביז זײַן אויסוואַנדערונג קיין אַמעריקע. אין 1949, אין ניו־יאָרק באַזוכט ער דעם ייִדישן לערער־סעמינאַר און אַרבעט אַלס לערער און דירעקטאָר אין אַ צאָל ייִדישע שולן. גלײַכצײַטיק שטודירט ער אין אוניווערסיטעט און באַקומט דעם צווייטן אוניווערסיטעט־טיטל — מאַסטער.
אין 1978 איז דוניץ עולה און איז ממשיך מיט זײַן פּעדאַגאָגישער און זשורנאַליסטישער אַרבעט. ער ווערט נאָמינירט דורכן דערציִונגס־מיניסטעריום אַלס אינספּעקטאָר פֿאַר דער קליטה פֿון נײַ־געקומענע קינדער אין ישׂראלדיקן שולוועזן און שפּעטער אַלס אינספּעקטאָר פֿאַר די ייִדיש־לימודים.
ס׳איז אַ היסטאָרישער פֿאַקט, אַז ווען מרדכי דוניץ האָט אָנגעהויבן זײַן אַרבעט אויף דעם ספּעציפֿישן פֿעלד האָט מען געלערנט ייִדיש בלויז אין דרײַ שולן, נאָר אין לויף פֿון די יאָרן, ביז זײַן פּענסיע איז ער מצליח געווען אײַנצופֿירן ייִדיש־לימוד אין 50 ישׂראלדיקע שולן איבערן לאַנד, מיט דרײַ טויזנט תּלמידים. קיין מאָל נישט פֿריִער און אויך נישט שפּעטער האָט ייִדיש אין ישׂראל נישט דערגרייכט צו אַזאַ פּרעסטישפֿולן סטאַטוס.
הײַנט צו טאָג איז דוניץ אַ פּאָפּולערער זשורנאַליסט אין ייִדישן "פֿאָרווערטס", וווּ ער דרוקט זײַנע עקסקלוסיווע און אינטערעסאַנטע "בריוו פֿון ירושלים".
אויף זײַן איצטיקן יום־טובֿ, אָנגעפֿירט דורכן געטרײַען מיטאַרבעטער משה־דוד חייט, אין דער אָנוועזנהייט פֿון דוניצעס פֿילצאָליקע פֿרײַנד און פֿאַרערערס, זײַנען אויפֿגעטראָטן מיט אויפֿריכטיקע באַגריסונגען און וווּנטשן אַבא גפֿן, געוועזענער ישׂראל־אַמבאַסאַדאָר אין רומעניע, אַדוו׳ שבתאי זכריה, ד״ר יוסף גורי, אלי ביידער און פֿרוי, יצחק גנוז און בעלא קליין, די "פֿאָרווערטס"־פֿאָרשטייערין אין ישׂראל, אין איר אייגענעם נאָמען און אין נאָמען פֿון "פֿאָרווערטס"־רעדאַקטאָר, באָריס סאַנדלער, אין נאָמען פֿון רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, ווי אויך אין נאָמען פֿון שׂשׂי קשת, דירעקטאָר פֿון "ייִדישפּיל"־טעאַטער און פֿון שמואל עצמון, דירעקטאָר לשם כּבֿוד.
רבֿקה באַסמאַן בן־חיים האָט אויך צוגעשיקט איר אייגענע באַגריסונג אין דער פֿאָרם פֿון אַ ליד:

פֿאַר מרדכי ליום־הולדתו

פֿון יענעם מרדכי, אַ שומר און אַ היטער
פֿאַראַן איז אונדזער מרדכי צו זײַן
דער שומר פֿון די ייִדיש־גיטער.
נאָר ניט קיין פּורים־שפּיל טוט ער שפּילן
ער היט און לערנט קענען
די ייִדישע געפֿילן.
אַ מוטיקער פֿאַרמעסט מיט טעג און יאָרן
אַ טרײַער ניט־פֿאַרגעס דעם ייִדישן זכּרון
איך ווינטש אײַך מרדכי דעם איינציק וויכטיק וווּנטש
זײַט ממשיך אײַער וועג און זײַט געזונט!