אין דער פֿאָריקער פּרשה ווערט דערציילט וועגן דעם, ווי אַזוי יצחק האָט געפֿונען זײַן שידוך, מיט דער הילף פֿון זײַן טאַטן, אַבֿרהמען, און האָט חתונה געהאַט מיט רבֿקהן. די הײַנטיקע סדרה הייבט זיך אָן מיטן געבורט פֿון צווילינג־זין בײַ יצחקן און רבֿקהן — יעקבֿ און עשׂו.
במשך פֿון צוואָנציק יאָר, האָט רבֿקה נישט געהאַט קיין קינדער. די תּורה רופֿט זי אָן אַן "עקרה" — אַ פֿרוכטלאָזע פֿרוי. שפּעטער, צוליב יעקבֿ תּפֿילות, האָט זי פֿאַרשוואַנגערט מיט אַ צווילינג — צוויי קינדער מיטאַמאָל. זײַענדיק נאָך אין דער מאַמעס בויך, האָבן די צוויי ברידער זיך אָנגעהויבן קריגן. עשׂו איז געבוירן געוואָרן דער ערשטער. יעקבֿ האָט זיך אָנגעהאַלטן בײַ עשׂוס פּיאַטע בעת זײַן געבורט, פּרוּוונדיק צו ווערן דער בכור.
דער אייבערשטער האָט געזאָגט יעקבֿן, ווען זײַן ווײַב איז געוואָרן אַ מעוברת מיט צוויי זיך־קריגנדיקע קינדער, אַז רבֿקה טראָגט צוויי פֿעלקער אין איר בויך, און אַז צוויי באַזונדערע נאַציעס ("לאומים") וועלן אַרויס פֿון איר; די עלטערע נאַציע וועט באַדינען די ייִנגערע.
ווײַטער ווערט אין דער פּרשה דערציילט וועגן די חילוקים און סיכסוכים צווישן די צוויי ברידער. דער טאַטע האָט מער ליב געהאַט עשׂון, און די מאַמע — יעקבֿן. עשׂו איז אַ "יודע־ציד׳׳, אַ ווילדער ליידיקגייער און אַ רויבער, ווי עס דערקלערן די חז״ל, און יעקבֿ איז אַ "יושבֿ־אוהל", אַ פֿרידלעכער געצעלט־זיצער און תּורה־לערנער.
יצחק, זײַענדיק שוין אַלט און האַלב־בלינד, האָט געוואָלט געבן זײַן באַליבטסטן זון אַ ספּעציעלע ברכה. כּדי זי צו באַקומען, האָט יעקבֿ זיך אָנגעטאָן אין זײַן ברודערס בגדים. צוליב דער שוואַכער ראיה, האָט יצחק געבענטשט יעקבֿן אַנשטאָט עשׂון. אָבער נאָך פֿאַר דעם האָט יעקבֿ געקויפֿט בײַ זײַן ברודער דאָס רעכט צו ווערן אָנגערופֿן ווי דער בכור פֿאַר אַ טעלער זופּ. די דאָזיקע צוויי עפּיזאָדן האָבן אַרויסגערופֿן אַ שטאַרקע טענה מצד עשׂון. כּדי זײַן ברודער זאָל אים נישט דערהרגענען, האָט יעקבֿ געמוזט אַנטלויפֿן אין אַן אַנדער לאַנד.
עשׂו איז געווען דער פֿאָטער פֿון די אדומים — אַן אוראַלט סעמיטיש פֿאָלק. ווי עס ווערט דערציילט אין תּנ״ך, האָבן ייִדן זיך נישט איין מאָל געקריגט מיט די מלכים פֿון אדום. יוחנן הורקנוס, איינער פֿון די ייִדישע מלכים פֿון דער חשמונאָים־דינאַסטיע, האָט מגייר געווען די אדומים בגוואַלד; שפּעטער, האָבן די אייניקלעך פֿון די אדומישע גרים איבערגענומען די מאַכט בײַ די ייִדן. אַזוי אַרום, איז די נבֿואה וועגן יעקבֿס צוויי זיך־קריגנדיקע זין מקוים געוואָרן אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים.
אין דער ייִדישער טראַדיציע ווערט יעקבֿ אַסאָציִיִרט מיט ייִדן און ייִדישקייט, און עשׂו — מיט דער רוימישער אימפּעריע, מיט דער קריסטלעכער רעליגיע און מיט דער אייראָפּעיִשער ציוויליזאַציע. אין קבלה־ספֿרים דינט ער ווי אַ סימבאָל פֿון אַנטיסעמיטן, רשעים און צומאָל סימבאָליזירט ער אַפֿילו דאָס מעטאַפֿיזישע שלעכטס אינעם גאַנצן אוניווערס.
אויפֿן ערשטן בליק, זעט אויס אַזאַ אינטערפּרעטאַציע פֿון דער מעשׂה מיט יעקבֿן און עשׂון גאַנץ פּעסימיסטיש און פֿינצטער. די חז״ל דערקלערן, אַז עשׂו האָט פֿײַנט יעקבֿן; ס׳איז אַ "פּשוטע הלכה". לויט דעם פֿאַרשפּרייטן אָפּטײַטש, מיינט עס, אַז ס׳איז פֿאַראַן אַ טיפֿע מחלוקת צווישן ייִדן און קריסטן אָדער, נאָך ברייטער, צווישן "גוטע" ייִדן און "שלעכטע" נישט־ייִדן, וואָס הייבט זיך אָן נאָך פֿון דער מוטערס בויך.
ווען מע טראַכט זיך אַרײַן אין דער הײַנטיקער פּרשה און אין די קומענדיקע פּרשיות, קאָן מען אָבער באַמערקן, אַז די תּורה לערנט אונדז פּונקט אַ פֿאַרקערטן לימוד. הגם יעקבֿ און עשׂו האָבן זיך לאַנג געקריגט, זענען זיי, סוף־כּל־סוף, געווען צווילינג־ברידער, און האָבן זיך שפּעטער איבערגעבעטן. די קבלה־ספֿרים דערקלערן, אַז דער גײַסטיקער שורש פֿון עשׂון איז העכער, אין אַ געוויסן אַספּעקט, ווי בײַ יעקבֿן, און אַז עשׂו האָט תּמיד געהאַט אַ פֿאַרבינדונג מיט קדושה.
דער מעטאַפֿיזישער קאַמף צווישן דעם אַרכעטיפּ פֿון יעקבֿ און עשׂו, וועלכער ווערט כּסדר דערמאָנט אין קבלה, האָט גאָרנישט צו טאָן מיט קריסטן אָדער אַנדערע פֿעלקער. ווען די ספֿרים, וווּ די דאָזיקע טעמע ווערט דערמאָנט, זענען אָנגעשריבן געוואָרן, זענען ייִדן געווען אונטערטעניק צו אַכזריותדיקע קריסטלעכע מלוכות. דער מאַטאַפֿיזישער "עשׂו" רעפּרעזענטירט די אומיושרדיקע מאַכט און היעראַרכיעס; דער מעטאַפֿיזישער "יעקבֿ" רעפּרעזענטירט דעם פֿאַרפֿאָלגטן "געצעלט־זיצער", וועלכער מוז זיך אויסלעבן אונטער דעם דרוק פֿון די מאַכטהאָבער. אינעם היסטאָרישן קאָנטעקסט פֿון דער אַמאָליקער אייראָפּע, האָט עס אָבער געשטימט מיט די באַציִונגען צווישן דער קריסטלעכער "רומישער" מאַכט און די ייִדן.
יעדער מענטש, אַ ייִד, אַ קריסט, צי נאָך עמעצער, קאָן געהערן צו דער מעטאַפֿיזישער מחנה פֿון יעקבֿ און עשׂו. דער קאַמף צווישן די דאָזיקע מחנות גייט טאַקע אָן ווײַטער, און מע טאָר עס נישט פֿאַרגעסן. די חז״ל וואָרענען אונדז אין פּרקי־אָבֿות, אַז די מאַכטהאָבער האָבן נישט ליב דעם פּשוטן מענטש און פֿירן זיך מענטשלעך צוליב זייערע אייגענע אינטערעסן.
ס׳איז מערקווירדיק, אַז די תּורה דערמאָנט "צוויי נאַציעס" אין שײַכות צו דער קריגערײַ צווישן יעקבֿ און עשׂו. כּל־זמן די מענטשן צעטיילן זיך אויף שטרענג־אָפּגעזונדערטע גרופּעס, וועלכע שטרעבן איבערצונעמען די מאַכט — דאָס לאַנד אָדער די פּריווילעגיעס איינע פֿון דער צווייטער — ווי עס איז געשען צווישן די תּנ״כישע מלכי־אדום און די ייִדישע מלכים — וועט זיכער נישט זײַן שלום אויף דער וועלט.
דער אייבערשטער האָט געזאָגט יצחקן בנבֿואה, אַז דאָס פֿאָלק פֿון זײַן עלטערן זון וועט באַדינען דאָס פֿאָלק פֿון זײַן ייִנגערן זון. ווי דערמאָנט, האָט דער מלך יוחנן הורקנוס, נאָך דעם וווּנדער־נצחון פֿון די חשמונאָים איבער דער מעכטיקער גריכיש־סירישער סעלעוודיקישער אימפּעריע, געצוווּנגען די אדומים זיך מגייר צו זײַן. געוויסע אדומים האָט געשפּילט אַ שליסל־ראָלע אין דער גריכישער מלחמה קעגן ייִדן, דערפֿאַר האָט דער ייִדישער קיניג — אַליין אַ סתּירותדיקער מענטש, וועלכן די חז״ל קריטיקירן פֿאַר אומיושרדיקע אַקציעס — באַשלאָסן צו אַסימילירן דעם שׂונא דורך גוואַלד־מיטלען. ווי אַ רעזולטאַט, זענען די אייניקלעך פֿון די אדומישע גרים געקומען צו דער מאַכט, און האָבן אָנגעהויבן רודפֿן די אַנדערע ייִדן.
די תּורה דערציילט אונדז, אַז יעקבֿ און עשׂו האָבן זיך, נאָך אַ לאַנגן מחלוקת, איבערגעבעטן אויף אַ פֿרידלעכן אופֿן. אַנשטאָט קריגן זיך און צעטיילן זיך, מוזן די מענטשן שטרעבן תּמיד צו אַנטוויקלען ברידערלעכע באַציִונגען איינער מיטן צווייטן. הרבֿ אליהו־פּינחס האָראָוויץ דערקלערט בפֿירוש אין זײַן ספֿר־הברית, אַז ווען ייִדן, קריסטן און אַנדערע מענטשן לעבן און אַרבעטן ברידערלעך צוזאַמען, קאָנען זיי אַלע פֿאַרזוכן אַ טעם פֿון רוח־הקודש — אַ ג־טלעכע אַנטפּלעקונג אין זייערע נשמות. מע קאָן זאָגן, אַז ווען דער פֿיזישער "יעקבֿ" און "עשׂו" — פֿאַרשיידענע פֿעלקער און קולטורן — זענען בשלום, קאָנען זיי ברענגען די מענטשלעכע געזעלשאַפֿט צו אַ מצבֿ, ווען דער קאַמף צווישן דעם פֿרידלעכן "יושבֿ־אהלים" און דעם דאָמינירנדיקן "יודע־ציד" וועט בטל ווערן.