פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

נאָך אַ סעריע משונהדיקע מכּות, וועלכע זענען זיך אויסגעבראָכן אין מצרים צוליב פּרעהס אכזריות לגבי די ייִדישע שקלאַפֿן, וואָס וועגן דעם ווערט דערציילט אין דער פֿאָריקער פּרשה, האָט דער אייבערשטער געהייסן משה רבינון צו וואָרענעם דעם פֿאַרעקשנטן קיניג, אַז טאָמער וועט ער נישט דערלאָזן די ייִדן צו דינען זייער ג-ט אינעם מידבר, וועט מצרים ווידער באַשטראָפֿט ווערן. די הײַנטיקע סדרה דערציילט וועגן די דרײַ לעצטע מכּות: די היישעריקן, חושך און דער טויט פֿון די בכורים. די לעצטע מכּה האָט, סוף-כּל-סוף, דערשראָקן דעם קיניג, און ער אַרויסגעטריבן די ייִדן פֿון זײַן לאַנד.
דער איזשביצער רבי דערקלערט אין זײַן ספֿר "מי השילוח", אַז דער אָנפֿאַל פֿון היישעריקן אויף די מיצרישע פֿעלדער האָט אין זיך אַנטהאַלטן אַ וויכטיקן לימוד. די מיצרישע געזעלשאַפֿט האָט זיך געהאַלטן אויף דער שטאַרקער אמונה אין אַ היעראַרכישער סאָציאַלער אָרדענונג. די באַרימטע עגיפּטישע פּיראַמידן דעמאָנסטרירן, אַז דער דאָזיקער פּרינציפּ איז געווען אײַנגעוואָרצלט אַפֿילו אינעם סטיל פֿון דער אָרטיקער אַרכיטעקטור. אויפֿן שפּיץ פֿון דער מאַכט-פּיראַמיד איז געזעסן דער קיניג מיט זײַן אַריסטאָקראַטיע, וועלכע האָט זיך געהאַלטן אויף איר אָרט דורכן שטענדיקן דרוק אויף די פֿאַרשקלאַפֿטע מאַסן.
די געאָמעטרישע פֿאָרעם פֿון אַ פּיראַמיד זעט אויס מאַיעסטעטיש, קלאָר און אַפֿילו נאַטירלעך. די אוראַלטע קיניגן האָבן געגלייבט, אַז זייער היעראַרכיע וועט קאָנען אייביק בלײַבן אויפֿן אָרט, צוליב דעם דרוק פֿון זייער "מאַכט-וועקטיקאַל". די היישעריקן זענען, להיפּוך, אַזעלכע באַשעפֿענישן, וואָס באַגייען זיך אָן וועלכע-ניט-איז היעראַרכיעס, מאַכט-סטרוקטורן און גרויסע אָרגאַניזאַציע-חכמות. לויט דער מיצרישער פּאָליטישער שיטה, קאָנען אַזעלכע באַשעפֿענישן נישט צעשעדיקן די מעכטיקע מלוכה-פּיראַמיד.
די מכּה האָט געדינט נישט בלויז ווי אַ שטראָף, נאָר אויך ווי אַ וויכטיקער לימוד. פּרעה האָט דערזען, אַז דער שוואָרעם פֿון היישעריקן קאָן אונטעררײַסן זײַן אימפּעריע, ווײַל אַ פּשוטער סאָלידאַריזירטער קאָלעקטיוו, אָן קיין חכמות און היעראַרכיעס, איז אַ בעסערע און מער עפֿעקטיווע פֿאָרעם פֿון אָרגאַניזאַציע. די שקלאַפֿערײַ־סיסטעם איז געווען סײַ אומיושרדיק, סײַ אומסטאַביל.
די תּורה זאָגט, אַז דער מיסטעריעזער חושך, מיט וועלכן מצרים איז באַשטראָפֿט געוואָרן נאָך די היישעריקן, איז געווען אַזוי געדיכט, אַז מע האָט אים געקאָנט אָנטאַפּן. ווי עס דערקלערן די חז״ל, האָט מען נישט געקאָנט דערין פֿרײַ אומגיין. דער מהר״ל האָט געהאַלטן, ווי ער דערקלערט אין זײַן ספֿר "גבֿורות ה׳", אַז די רעאַליטעט פֿון דער דאָזיקער מכּה איז געווען אַ רעלאַטיווע; פֿאַר די ייִדן האָט געשײַנט ליכט, און פֿאַר זייערע פֿאַרשקלאַפֿער איז געוואָרן פֿינצטער.
מע קאָן זאָגן, אַז די דאָזיקע מכּה האָט אויך געדינט ווי אַ לימוד. די מיצרישע אימפּעריע איז געווען געבויט אויף דעם פּרינציפּ, אַז די וועלט האַלט זיך אויף דער שטרענגער דיסציפּלין און אָרדענונג. די, וואָס זענען געזעסן אויפֿן שפּיץ פֿון דער סיסטעם, האָבן זיך געפֿילט פֿרײַ, און די, וואָס האָבן די דאָזיקע סיסטעם אונטערגעהאַלטן מיט זייער שווערער משׂא, ווי די שטיינער אינעם פֿונדאַמענט פֿון די פּיראַמידן, האָבן נישט געקאָנט זיך רירן פֿונעם אָרט.
פּלוצעם איז געקומען אַ מהומה און כאַאָס; לויט דער מיצרישער פּאָליטישער שיטה, האָט די צעשטערונג פֿונעם אָנגענומענעם סדר, דערצו אויף אַזאַ ראַדיקאַלן און געהיימען שטייגער, האָט געמוזט ברענגען אַ סוף פֿאַר אַלעמען. די פֿינצטערניש איז אָבער געקומען דווקא צו די, וועלכע האָבן געשאַפֿן פֿאַר די אַנדערע אַן אוממענטשלעכן מצבֿ. פֿאַר די דערנידעריקטע שקלאַפֿן איז געקומען, פֿאַרקערט, אַ ליכט און אַ מעגלעכקייט צו עקספּראָפּריִיִרן די אוצרות פֿון זייערע פֿאַרפֿאָלגער. עס באַקומט זיך, אַז דער פּלוצעמדיקער כאַאָס האָט זיי נישט אומגעבראַכט צוזאַמען מיט דער צעשאָקלטער מאַכט-פּיראַמיד, נאָר דווקא געהאָלפֿן זיך צו באַפֿרײַען.
די לעצטע מכּה זעט אויס אַ ביסל פּאַראַדאָקסאַל, אויפֿן ערשטן בליק. אין דער מיצרישער געזעלשאַפֿט זענען געוויסע גרופּעס מענטשן — דהײַנו, די ייִדישע שבֿטים — געווען פֿאַרשקלאַפֿט און האָבן נישט געהאַט קיין רעכט. פּרעה האָט געהייסן צו דערהרגענען אַלע ייִדישע ייִנגלעך, ווײַל ער האָט דערנידעריקט די שקלאַפֿן, אָבער, אין דער זעלבער צײַט, געהאַט מורא פֿאַר זיי. נישט געקוקט אויף פּרעהס אַכזריותדיקע עצות, האָט דווקא זײַן טאָכטער, בתיה, געראַטעוועט משהן און פֿאַקטיש אונטערגעריסן די אימפּעריע פֿון אינערווייניק.
דער דאָזיקער בײַשפּיל ווײַזט, אַז אַלע מענטשן זענען בעצם גלײַך. בתיה האָט געשטאַמט פֿון דער מיצרישער קיניגלעכער משפּחה; זי איז דערצויגן געוואָרן אין דער סאַמע נעסט פֿון אומיושר און אַכזריות. פֿונדעסטוועגן, האָט זי זיך אָפּגעזאָגט צו שטיצן די בייזע טראַדיציעס פֿון איר הויז, און האָט איניציִיִרט די יציאת-מצרים. דער מדרש זאָגט, אַז זי האָט צוליב דעם פֿאַרדינט אייביק צו לעבן — אַזוי ווי אליהו-הנבֿיא. אַפֿילו משה רבינו אַליין האָט נישט געהאַט אַזאַ זכיה.
פֿאַרשטייט זיך, איז די מכּת-בכורות געווען "מידה כּנגד מידה" — אַ שטראָף פֿאַרן מאָרד פֿון די ייִדישע ייִנגלעך. עס פֿרעגט זיך אָבער אַ קשיא: פֿאַרוואָס האָבן די קליינע מיצרישע קינדער פֿאַרדינט אַזאַ מיתה-משונה? אַ לימוד קעגן דעם אַנטי-ייִדישן אומיושר וואָלט געדאַרפֿט ווײַזן, אַז מע טאָר נישט פֿאַרשקלאַפֿן אָדער באַשטראָפֿן מענטשן אויפֿן סמך פֿון זייער אָפּשטאַם.
ס׳איז וויכטיק צו באַמערקן, אַז נישט אַלע מיצרישע קינדער זענען אומגעקומען בעת דער לעצטער מכּה. צווישן די מיצרישע בכורים איז אויך געווען אַזאַ צדיקת, ווי בתיה. פּרעה אַליין, זײַענדיק אַ בכור, איז אויך געבליבן לעבן נאָך דער מכּה, נישט געקוקט אויף זײַן רישעות, כּדי צו דערשפּילן זײַן ראָלע אין דער יציאת-מצרים.
הגם מע טאָר נישט באַשטראָפֿן מענטשן פֿאַר זייער אָפּשטאַם, לערנען מיר אָפּ אַ וויכטיקן לימוד פֿון דער הײַנטיקער פּרשה, אַז אַ דערוואַקסענער מענטש טראָגט דאָס אַחריות פֿאַר דעם, ווי זײַן קינד ווערט דערצויגן. אַ געזעלשאַפֿט, וווּ ס׳איז אָנגענומען אַ רוצחישע באַציִונג צו אַ געוויסער גרופּע, ברענגט אַרויס אַ מכּה אויף אירע אייגענע קינדער.
כּדי אָפּצוהיטן די קינדער, חלילה, פֿון "מכּת-בכורות" אינעם פֿיזישן אָדער גײַסטיק זין — ווען עמעצער פֿילט אַן אומיושרדיקע "בכורה"-פּריווילעגיע לגבי אַנדערע, וואָס איז גופֿא אַ גרויסע נשמה-מכּה — מוז צווישן די מענטשן הערשן אַן אַטמאָספֿער פֿון ליבשאַפֿט און יושר פֿאַר אַלעמען.