פּאָליטיק

די בריטישע פּאָליטישע סיסטעם האָט אַ סך מעלות, אָבער אײן חסרון. זי פֿאַרמאָגט ניט קײן קלאָרן מעכאַניזם פֿון בײַטן דעם פּאָליטישן פֿירער. אין אונטערשיד צו אַנדערע דעמאָקראַטישע לענדער, װערט דער בריטישער פּרעמיער־מיניסטער ניט אױסגעװיילט דירעקט דורך דער באַפֿעלקערונג. דער פּאַרטײ־פֿירער װערט אױסגעקליבן דורך זײַן פּאַרטײ, און נאָר די פּאַרטײ קאָן בײַטן דעם פּרעמיער־מיניסטער, װען זי האַלט עס פֿאַר נײטיק. אַזױ אַרום קאָן דער בריטישער פּרעמיער־מיניסטער בלײַבן אױף זײַן שטעלע אַזױ לאַנג װי ער און זײַן פּאַרטײ װילן. געװײנטלעך, קומט דער בײַט פֿון דער פּאַרטײ־פֿירערשאַפֿט אין דער מיט פֿון דער פּאַרלאַמענט־קאַדענץ, כּדי צו לאָזן דעם נײַעם פֿירער פֿאַרפֿעסטיקן זײַנע פּאָזיציעס.

די דאָזיקע צװישן־צײַט איז געפֿערלעך פֿאַר דער רעגירונג־פּאַרטײ, בפֿרט, אױב דער אַלטער פּרעמיער־מיניסטער איז געװען אױף זײַן אַמט אַ לאַנגע צײַט. די קאָנסערװאַטיװע פּאַרטײ איז ניט געװען בכּוח צו קומען צו זיך נאָכן אַװעקגײן פֿון מאַרגאַרעט טעטשער און האָט פֿאַרלױרן די װאַלן אין 1997. דעמאָלט האָט דער נײַער פֿירער פֿון די לײבאָריסטן, טאָני בלער, קונציק גענוצט טעטשערס פּאָליטישע דערפֿאַרונג. איצט קומט מען צו זען, װיפֿל האָט די לײבאָר־פּאַרטײ אָנגעלערנט פֿון דער פּאָליטישער מפּלה פֿון זײער צד־שכּנגד. די לעצטע פּאָר װאָכן האָבן דערװיזן, אַז טאָני בלערס פֿאַרלאָזן די פּאָליטישע בינע װעט ניט דורכגיין גלאַטיק.

דער סקאַנדאַל אין דער לײבאָר־פּאַרטײ איז אױסגעבראָכן פּלוצעם, װען אַ היפּשע צאָל מיניסטאָרן און פּאַרלאַמענט־דעפּוטאַטן האָבן געפֿאָדערט פֿון בלערן, ער זאָל באַשטימען די גענויע דאַטע פֿון זײַן דעמיסיע. סוף־כּל־סוף, האָט בלער געמוזט זיי נאָכגעבן. ער האָט מודיע געװען, אַז ער װעט פֿאַרלאָזן זײַן פּאָסטן ביז דער פּאַרטײ־קאָנפֿערענץ דעם קומעדיקן מײַ. מיט דער דאָזיקער דעקלאַראַציע האָט ער אונטערגעריסן זײַן אױטאָריטעט אין דער רעגירונג. עס איז ווײַט ניט קײן סוד, אַז די לײבאָר־פּאַרטײ איז צעשפּאָלטן אויף צװײ קעגנערישע לאַגערן, די "בלעריסטן" און "בראַוניסטן", די אָנהענגער פֿון דעם פּרעמיער־מיניסטער און דעם פֿינאַנץ־מיניסטער גאָרדאָן בראַון. נאָך פֿאַר דעם, װי די לײבאָריסטן זײַנען געקומען צו דער מאַכט אין 1997 האָבן בלער און בראַון געשלאָסן אַן אָפּמאַך, לױט װעלכן בראַון דאַרף ירשענען דעם פּרעמיער־מיניסטער־פּאָסטן נאָך בלערן. אין צװישן, זײַנען אַריבער אין זײַן רשות די ענינים פֿון דער עקאָנאָמישער און פֿינאַנץ־פּאָליטיק. אין משך פֿון די פֿאַרגאַנגענע נײַן יאָר האָבן בלער און בראַון געפּראַװעט זײערע באַזונדערע טישן, און די באַציִונגען צװישן די בײדע "הױפֿן" זײַנען געװען קאַלטע.

אין דעם איצטיקן סקאַנדאַל האָט בראַון אױסגעקליבן אַן אָפּגעהיטע סטראַטעגיע. ער האַלט, אַז קײן מחלוקת אין דער פּאַרטײ איז בכלל ניטאָ. מען באַפֿאַלט אים פֿאַר זײַן פֿעסטקייט אין אָפּהיטן די פֿינאַנץ־דיסציפּלין. װי אַ געטרײַער שומר פֿון דער מלוכישער שאַץ־קאַמער האָט ער צומאָל געמוזט זאָגן "נײן", װען מען האָט בײַ אים געבעטן געלט פֿאַר דעם אָדער יענעם מיניסטעריום. איצט נעמען אײניקע מיניסטאָרן זײער נקמה אין אים. בראַונס באַרעכטיקן זיך פֿאַרן טעלעװיזיע־עולם איז געװען גאַנץ איבערצײַגעװדיק, אָבער דערבײַ איז פֿאַרבליבן אָפֿן אַ װיכטיקע פֿראַגע. קײנער לײקנט ניט אָפּ, אַז בראַון איז געװען אַ געניטער פֿינאַנאַץ־מיניסטער, אָבער צי װעט ער גוט זײַן װי אַ פּרעמיער־מיניסטער? די גאַנצע צײַט האָט ער זיך געהאַלטן אָן אַ זײַט פֿון די הײסע פּאָליטישע װיכּוחים, װעלכע האָבן אױפֿגערעגט די בריטישע געזעלשאַפֿט. אײנע פֿון די פֿראַגעס האָט צו טאָן מיט בראַונס פּאָזיציע לגבי ישׂראל און די פּאַלעסטינער; די צװײטע מיט זײַן באַציִונג צו דער אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע. טאָני בלער האָט זיך באַצויגן פֿרײַנלדעך צו מדינת־ישׂראל און האָט געגלייבט, אַז נאָר אַ שלום־אָפּמאַך מיט די פּאַלעסטינער קאָן גאַראַנטירן די מלוכישע עקזיסטענץ פֿון ישׂראל. דאָס איז מער װי סתּם אַ פּאָליטישע ליניע; דאָס איז אַ טײל פֿון בלערס פּערזענלעכן גלױבן, װאָס איז טיף אײַנגעװאָרצלט אין זײַנע קריסטלעכע באַגריפֿן און װערטן. װאָס פֿאַר אַ ליניע װעט אױסקלײַבן זײַן יורש?

די לאָנדאָנער פּאָליטישע אַנאַליטיקער האַלטן, אַז די געשעענישן פֿון די פֿאַרגאַנגענע צװײ װאָכן האָבן שטאַרק פֿאַרטיפֿט דעם שפּאַלט צװישן בלער און בראַון. מען דערצײלט װעגן אַ הײסן שמועס, װאָס זײ האָבן געהאַט מיטװאָך דעם 6טן סעפּטעמבער. בלער האָט, אַ פּנים, באַשולדיקט בראַונען אין בפֿירושער ליגנערײַ פֿאַר דעם, װאָס יענער האָט כּלומרשט אָרגאַניזירט די אַטאַקן קעגן דעם פּרעמיער־מיניסטער. אין אַ טעלעװיזיע־אינטערװיו דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק האָט בראַון אָפּגעװאָרפֿן אַלע באַשולדיקונגען און האָט באַטאָנט, אַז די דאַטע פֿון בלערס אַװעקגײן איז אַ פּערזענלעכער ענין פֿאַרן פּרעמיער־מיניסטער. װי אין אַלע סקאַנדאַלן פֿון אַזאַ מין, איז אויך דאָ שװער צו דערגײן דעם אמת. אין תּוך גענומען, איז עס ניט זײער װיכטיק, װער עס האָט געזאָגט. אַ סך װיכטיקער זײַנען די פּאָליטישע פּועל־יוצאס פֿונעם סקאַנדאַל, און זײ זײַנען שױן קלאָר׃ בראַון װעט ניט זײַן דער אײנציקער קרױן־פּרינץ פֿון דער לײבאָר־פּאַרטײ. װי אַ רעזולטאַט פֿונעם שפּאַלט האָט זיך אין דער לײבאָר־פּאַרטײ אױסגעפֿורעמט אַ גרופּע פֿון אײַנפֿלוסרײַכע פּאָליטיקער, װעלכע װילן געפֿינען אַן אַלטערנאַטיװע פֿיגור, װאָס זאָל באַקעמפֿן בראַון אין דעם פֿירערשאַפֿט־פֿאַרמעסט. עס איז ניט אױסצושליסן, אַז בלער אַלײן װעט אױך ניט בענטשן בראַונס קאַנדידאַטור — כאָטש אינעם הײַנטיקן מצבֿ האָט זײַן דעה ניט קײן סך װאָג.