אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי בלק, דער קעניג פֿון מואב, האָט גערופֿן בלעם, אַ באַרימטן "נעגאַטיוון נבֿיא" און מכשף, גורם צו זײַן אַ גײַסטיקן היזק די ייִדן. בלק האָט געשיקט צו בלעם די פֿירער פֿון מואב און מדין, בעטנדיק צו שעלטן דאָס ייִדישע פֿאָלק; דער אייבערשטער האָט אָבער אָנגעזאָגט בלעמען, ער זאָל עס נישט טאָן, ווײַל די ייִדן זענען אַ געבענטשט פֿאָלק. בלק האָט ווידער געשיקט אַ דעלעגאַציע צו בלעם, וואָס איז באַשטאַנען פֿון נאָך מער חשובֿע פֿירער, און אים נאָכאַמאָל געבעטן צו שעלטן די ייִדן.
דער אייבערשטער איז ווידער געקומען בלעמען אין אַ חלום, און געגעבן אים אַ רשות צו גיין — בתּנאי, אַז ער וועט זאָגן וועגן ייִדן נאָר אַן אמתע נבֿואה.
בלעם האָט מסכּים געווען צו גיין. אויף זײַן וועג צו בלקן האָט אַ מלאך דערשראָקן בלעמס אייזלטע, און זי האָט זיך אָפּגעשטעלט אין אַ שמאָל אָרט צווישן צוויי צוימען; בלעם האָט אָנגעהויבן שלאָגן די אייזלטע און געדראָט זי צו הרגענען מיט אַ שווערד; על-פּי-נס, האָט זי אָנגעהויבן רעדן; בלעם האָט דערזען דעם מלאך, וועלכער האָט אים ווידער אָנגעזאָגט, אַז ער האָט רעכט צו זאָגן וועגן ייִדן בלויז דאָס, וואָס דער אייבערשטער וועט אים הייסן צו זאָגן.
בלעם איז געקומען צו בלקן. דעם אַנדערן טאָג אינדערפֿרי, האָט דער קעניג געבראַכט דעם מכשף צו אַ באַרג, פֿונוואַנען מ׳האָט געקענט זען דעם ייִדישן לאַגער, און געבעטן אים צו שעלטן די ייִדן. אַנשטאָט אַ קללה, האָט דער אייבערשטער אָבער אַרײַנגעלייגט אין בלעמס מויל אַ ברכה. בלק האָט געבעטן בלעמען דורכצופֿירן דעם קללה-ריטואַל נאָכאַמאָל, אין אַן אַנדער אָרט; און ווידער איז פֿון זײַן מויל אַרויסגעקומען אַ ברכה, אַנשטאָט אַ קללה. דער קעניג פֿון מואב האָט ווידער געבעטן דעם נבֿיא צו געפֿינען אַן אַנדער אָרט; בלעם האָט עס געטאָן, און ווידער געבענטשט די ייִדן.
עס שטייט אין גמרא, אַז בלעם איז טאַקע געווען אַן עכטער גרויסער נבֿיא — אויף דער זעלבער מדרגה ווי משה רבינו גופֿא! אין פֿאַרגלײַך מיט די ייִדישע נבֿיאים, האָט ער אָבער דערגרייכט די דאָזיקע מדרגה נישט דורך צידקות און ריינקייט, נאָר דורך כּישוף, רישעות און בייזע כּוחות. ווי עס שטייט אין קבלה-ספֿרים, האָט יעדער פּאָזיטיווער כּוח אין דער וועלט אויך אַ פֿאַרקערטן, נעגאַטיוון אַנאַלאָג; מע קען זאָגן, אַז בלעם איז געווען אַ "משה רבינו מיט אַ מינוס-צייכן" — אַ נעגאַטיווער היפּוך פֿון משה רבינו.
אינעם תּנ"ך ווערן געבראַכט גענוג בײַשפּילן פֿון ייִדישע פֿאַלשע נבֿיאים, וועלכע האָבן געזאָגט ליגן אַנשטאָט אמתע נבֿואות, ווי אויך פֿון ניט-ייִדישע עכטע נבֿיאים — למשל, איוב און זײַנע חבֿרים — וועלכע האָבן זוכה געווען צום רוח-הקודש, צוליב זייער קדושה און אמונה. בלעם האָט, אָבער, פֿאָרגעשטעלט מיט זיך אַ זעלטענע "קאָמבינאַציע": הגם ער איז געווען אַ שלעכטער, פֿאַרדאָרבענער פּאַרשוין, איז ער, געווען, פֿונדעסטוועגן, מסוגל צו "טראַנסמיטירט" עכטע נבֿואות. דערפֿאַר זענען זײַנע ברכות אָנגעשריבן געוואָרן אין דער תּורה, און ווערן יעדן טאָג געזאָגט אין די שילן, בײַם סאַמע אָנהייב דאַווענען: "מה טבֿו אהליך יעקבֿ" ("ווי גוט זענען דײַנע געצעלטן, יעקבֿ!").
עס שטייט אין די חסידישע ספֿרים, אַז די גרויסע צדיקים זענען בכּוח צו ענדערן דעם גאַנצן מהלך פֿון דער וועלט און פֿאַרוואַנדלען צרות און קללות אין טובֿות און ברכות. בלעם האָט, אָבער, געהאַט פּונקט אַ פֿאַרקערטן כּוח, און געקענט פֿאַרוואַנדלען גוטע זאַכן אין קללות. צווישן אַנדערע בייזע חכמות, האָט ער געוווּסט אַ געוויסן מאָמענט פֿונעם טאָג, ווען אַלע קללות ווערן מקוים. זײַנע קללות האָבן טאַקע פֿאָרגעשטעלט זייער אַן ערנסטע סכּנה, דערפֿאַר האָט דער אייבערשטער אים עטלעכע מאָל געוואָרנט און אָפּגעשטעלט אויף אַ חידושדיקן אופֿן, מאַכנדיק אַן אייזלטע רעדן.
הגם יעדע גוטע און הייליקע זאַך האָט טאַקע אַ פֿאַרקערטן אַנאַלאָג אין "סטרא אחרא", אין די בייזע כּוחות, איז דאָס גוטס און שלעכטס קיינמאָל נישט אינגאַנצן "סימעטריש"; דערפֿאַר האָט בלעם נישט געקענט שעלטן די ייִדן, הגם ער האָט זיי פֿײַנט געהאַט און געהאָפֿט אומצוברענגען; אַנשטאָט שעלטן, איז ער געצוווּנגען געוואָרן זיי צו בענטשן.
בלעמס ברכות און נבֿואות אַנטהאַלטן אין זיך טיפֿע סודות און רמזים, וואָס ווערן דערקלערט אין אַ סך חסידישע און קבלה-ספֿרים; צווישן אַנדערן, האָט בלעם געלויבט די ייִדן אויף אַזאַ לשון: "כּי לא נחש ביעקבֿ ולא קסם בישׂראל". על-פּי-פּשט מיינט עס, אַז די ייִדן זענען געבענטשט, ווײַל זיי פֿאַרלאָזן זיך נישט אויף פֿאַלשע אָבערגלייבענישן. די חסידישע קאָמענטאַרן באַמערקן אָבער, אַז דער דאָזיקער פּסוק מיינט, בדרך-רמז, אַז ייִדן זענען נישט קיין עקשנים ("נחש" מיינט דאָס עקשנותדיקע גלייבן אין פֿאַרשיידענע סימנים), און פֿירן זיך נישט "ווי סע טרעפֿט זיך" ("קסם" מיינט "טרעפֿן"). לכאורה, פּאָרן זיך נישט די דאָזיקע צוויי מעלות צונויף: אַן עקשן האָט נישט ליב צו פֿירן זיך "על־פּי טראַף", און דער, וואָס פֿאַרלאָזט זיך כּסדר אויף צופֿעליקע זאַכן, קען נישט זײַן אַ שטאַרקער עקשן. בלעם האָט אָבער באַטאָנט, אַז בײַ די ייִדן זענען דאָ ביידע מעלות צוזאַמען: ווען מע מוז ווײַזן די מידה פֿון עקשנות, צוליב אַ גוטן און קלאָרן צוועק לשם-שמים, קענען זיי זײַן שטאַרקע עקשנים, און ווען מע געפֿינט זיך אין אַן אומקלאָרן מצבֿ, פֿאַרלאָזן זיי זיך אינגאַנצן דווקא אויף השגחה-פּרטית, "אויף ג-טס באַראָט".