ליטעראַטור

שטיל און באַשיידן איז געקומען אין דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראַטור מישע לעוו. ער איז געווען יענער גליקלעכער שרײַבער, וואָס איז גלײַך אָנערקענט געוואָרן, נישט געקוקט אויף דער "אומגעוויינטלעכקייט" פֿונעם זשאַנער און פֿון דער דערציילערישער פֿאָרעם. און דאָס דערקלערט זיך, נאַטירלעך, מיט דער מײַסטערשאַפֿט פֿונעם שרײַבער אין אָט דעם זשאַנער.

זאָגנדיק אַזוינס, האָב איך אין זינען נישט בלויז די פֿאָרמעלע מײַסטערשאַפֿט פֿון שילדערן פֿאַקטן פֿון דער ווירקלעכקייט, נאָר אויך די פֿאַקטן גופֿא, אַן און פֿאַר זיך גענומען, די ווירקלעכקייט גופֿא, דאָס הייסט, דעם אינהאַלט פֿונעם שרײַבערס ווערק. דער אינהאַלט פֿון לעווס דערציילונגען איז די צווייטע וועלט־מלחמה, די היסטאָרישע דראַמאַטישע און טראַגישע געשעענישן, וועלכע האָבן אויפֿגעטרייסלט די וועלט, די הערצער און דעם באַוווּסטזײַן פֿון מיליאָנען מענטשן אויף דער ערד. אין דער רוסישער סאָוועטישער ליטעראַטור איז כּמעט נישטאָ קיין איין אָנגעזעענער שרײַבער, וואָס האָט אין זײַן שאַפֿונג נישט אָפּגעשפּיגלט אָט די געשעענישן.

וואָס שייך דער ייִדישער סאָוועטישער ליטעראַטור, איז זי אין גאַנצן, אין אַלע אירע פֿאָרמען און זשאַנרען אָנגעזעטיקט געווען מיט דעם טראַגיזם פֿון די מלחמה־געשעענישן. ווײַל פֿאַר דער ייִדישער ליטעראַטור איז די מלחמה געווען נישט בלויז אַ גרויסע אַלמענטשלעכע היסטאָרישע דראַמע, נאָר אויך אַן אומגעהערטע אין דער מענטשלעכער געשיכטע נאַציאָנאַלע קאַטאַסטראָפֿע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.

מישע לעוו געהערט צו דעם דור פֿון די ייִדישע שרײַבער, וועלכע די מלחמה האָט אויפֿגעוועקט און אַרײַנגעוואָרפֿן זיי אין ווירבל פֿון שוידערלעכע געשעענישן. ער איז געוואָרן דרײַ און צוואַנציק יאָר, ווען ער, אַ סטודענט פֿונעם מאָסקווער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט, האָט אין ראַדיאָ דערהערט, אַז דאָס היטלערישע דײַטשלאַנד איז אָנגעפֿאַלן אויף אונדזער לאַנד. פֿון דעם מאָמענט אָן האָט ער, אין זײַן ראָמאַנטישן עלטער, דערקענט די האַרבע, ביטערע און שרעקלעכע דערפֿאַרונג פֿון דער מלחמה, פֿון בלוטיקע אַכזריותדיקע שלאַכטן הינטער מאָסקווע, פֿון ווייטיקדיקע ליידן אין דײַטשיש־פֿאַשיסטישן לאַגער פֿאַר קריגסגעפֿאַנגענע, פֿון מסירת־נפֿשדיקן קאַמף אין אַ פּאַרטיזאַנער־בריגאַדע — פֿריִער ווי אַן אויסשפּירער, דערנאָך ווי שעף פֿון שטאַב אין אַ פּאַרטיזאַנישן אָטריאַד.

אין וואָס באַשטייט מ. לעווס מײַסטערשאַפֿט ווי מחבר פֿון דאָקומענטאַלן אויטאָביאָגראַפֿישן זשאַנער? פֿריִער פֿאַר אַלץ, אין דער וואָרהאַפֿטיקייט; מען קאָן אַפֿילו זאָגן — אין דער ערלעכער וואָרהאַפֿטיקייט פֿון דער שילדערונג. די פֿאַקטן פֿון דער מלחמה, פֿון פּאַרטיזאַנישן קאַמף, דער אומקום און טויט פֿון מענטשן — אַן און פֿאַר זיך גענומען — טרייסלט אויף. און אויב וועגן דעם דערציילט אַ מענטש, וועלכער האָט דאָס אַליין איבערגעלעבט, טרייסלט דאָס אויף נאָך מער.

אָבער אין דעם פֿאַל לאָקערן נאָך דעם קינסטלער אַלערליי נסיונות און געפֿאַרן. מען קאָן געדיכט מאַכן די פֿאַרבן, מאָלן בלויז שוידערן און קאָשמאַרן, אָניאָגן פּחד און שטימונגען פֿון האָפֿענונגסלאָזן פּעסימיזם, פֿון אומגלויבן אין לעבן און אין דעם מענטשלעכן זײַן. מ. לאָיעוו האָט אויסגעמיטן אָט די געפֿאַר אַדאַנק זײַן הומאָר, וואָס לינדערט די סאַמע שווערסטע ליידן, אַדאַנק דער שילדערונג פֿון חבֿרישער סאָלידאַרישקייט, וואָס פֿאַרשטאַרקט דעם גלויבן אין מענטשן. געפֿינען אַ מענטש אין אוממענטשלעכע באַדינגונגען פֿון פֿאַשיסטישן לאַגער, אינעם גרויזאַמען עמק־הבכה, אין אַנגסטן פֿון פּאַמעלעכדיקן און גיכן טויט, געפֿינען און מאָלן אַזאַ מענטשן — אָט דאָס קאָן דער העלד פֿון דער דערציילונג "ווען ניט די פֿרײַנט מײַנע". ער אַנטפּלעקט דעם מענטשן אין געשטאַלט פֿונעם דאָקטאָר זוואָריקין, אין געשטאַלט פֿון פּימענאָוון, סערגייעוון און... אַפֿילו אין געשטאַלט פֿונעם דײַטשן סאָלדאַט גיונטער פּורגעל — דעם פֿילאָלאָג, וועלכער איז איבערצײַגט, אַז "די רוסישע ליטעראַטור איז אַ גוטע ליטעראַטור".

מען קאָן איבעררעכענען פֿאַקטן און געשעענישן, געבן אַ פֿאָטאָגראַפֿיש צעטל פֿון די געשעענישן. דעמאָלט פֿאַרלירן זיי דעם סינטעטישן תּוך זייערן, ווערנדיק בלויז איין מאָמענט, דער עיקר אויפֿן באַוווּסטזײַן פֿונעם מענטשן, אָבער נישט אויף זײַנע געפֿילן. מישע לעוו האָט אויסגעמיטן אָט די געפֿאַר אַדאַנק דעם ליריזם פֿון זײַן דערציילן. די לירישקייט פֿונעם דערציילן גיט צו דעם ווערק עמאָציאָנעלקייט, אָנשטעקנדיק דעם לייענער מיט דער זעלבער אויפֿרעגונג, ווי די אויפֿרעגונג פֿונעם העלד פֿון דער דערציילונג, אָדער פֿונעם דערציילער, אָדער אַפֿילו פֿונעם מחבר גופֿא.

די דאָקומענטאַלקייט און דער אויטאָביאָגראַפֿיזם גיבן צו צו לעווס ווערק וואָרהאַפֿטיקייט פֿון שילדערונג. אָבער אויך דאָ דראָט די געפֿאַר פֿון כאַאָטישן אָנוואַלגערן פֿאַקטן. משה לעוו ווײַזט אַרויס אין זײַנע ווערק באַגאַבונג פֿון אַן עכטן קינסטלער אינעם אָפּקלײַבן פֿאַקטן, אין געפֿיל פֿון מאָס, אין טאַקטישקייט פֿון דער שילדערונג. דערציילנדיק וועגן דער מלחמה, מאָלט ער, נאַטירלעך, אומקום פֿון מענטשן; אין פּאַרטיזאַנישן אָטריאַד מאָלט ער העלדן; אין הינטערלאַנד בײַ די דײַטשישע אָקופּאַנטן ווײַזט ער געוויינטלעכע מענטשן, אַרבעטער, קאָלווירטניקעס, לערער, וועלכע פֿירן דעם קאַמף מיטן פֿאַראַכטן שׂונא, נישט געקוקט אויף דער געפֿאַר פֿאַר זייער אייגענעם לעבן. ער פֿאַרלירט אָבער נישט דערבײַ דאָס געפֿיל פֿון מאָס, דעם נייטיקן טאַקט, ער פֿאַלט נישט אַרײַן אין קיין גוזמאדיקייט, ער באַפּוצט נישט. ער, דער שרײַבער, דער מאָלער, דער דערציילער, דער העלד פֿון אַלע זײַנע דערציילונען — ער איז באַשיידן און אָן פּרעטענציעזקייט אין זײַן שילדערן; באַשיידן, ווי אַלע פּאַרשוינען — די פּראָסטע סאָוועטישע מענטשן — די אַרבעטער, קאָלווירטניקעס, די רויטאַרמייער, די לערער, די פֿרויען, די קינדער, וועלכע קעמפֿן, קומען אום, באַזיגן.

מיט געפֿיל און מיט פֿאַרשטאַנד פֿון אַן ערלעכן קינסטלער אַ רעאַליסט, פֿאַלט נישט אַרײַן מ. לעוו אין קיין עקסטרעמקייטן. אין לעבן זעט ער נישט בלויז דאָס העלדישע און דאָס דערהויבענע. אויסער העלדן זײַנען פֿאַראַן פֿאַררעטער. דער מחבר מאָלט סײַ די, סײַ יענע. דעם מענטשן איז אייגנטימלעך נישט בלויז דרייסטקייט, נאָר אויך פּחדנות. דער שרײַבער מאָלט סײַ דאָס, סײַ יענץ. ס׳איז פֿאַראַן פֿרײַנדשאַפֿט אין אַן עת־צרה, חבֿרישע איבערגעגעבנקייט, זעלבסטאָפּפֿערונג אין קאַמף, און ס׳איז פֿאַראַן נישטיקער עגאָיִזם, קליינלעך געפֿיל פֿון שרעק, דערנידעריקונג פֿאַרן שטאַרקן, פֿאַרגעסן די מענטשן־ווירדע, זיך אונטערגעבן נידעריקע אינסטינקטן.

לעוו באַשרײַבט דאָס אומקומען פֿון מענטשן. זיי קומען אום אין שלאַכט, אין די טורמעס פֿון געסטאַפּאָ, אין די טויט־לאַגערן, גאַזקאַמערן, אין די פֿאַרטיזאַנישע אָטריאַדן, אין אויפֿשטאַנדן, אין די אונטערערדישע אָרגאַניזאַציעס. זיי שטאַרבן שענדלעך ווי פֿאַררעטער פֿון די נקמה־הענט פֿון די פֿאָלקס־באַשטראָפֿער; זיי שטאַרבן פֿון הונגער, פֿון קעלט, פֿון עפּידעמיעס...

"אַנאַטאָלי סאַמוילאָוו — אַ געוועזענער סטודענט פֿון אַ מאָסקווער הויכשול, איינער פֿון אונדזערע קורסאַנטן, וועלכן מיר האָבן ערשט מיט אַ האַלבער שעה צוריק אויפֿגעזוכט, האָט עפּעס באַמערקט אין דער קאַנאַווע, וואָס בײַם וועג, און זיך אָנגעבויגן אַ קוק טאָן. אַ קאָנוואָיִר איז פּאַמעלעך אַראָפּגעקראָכן פֿון וועלאָסיפּעד, נישט געאײַלט זיך גענומען צילעווען און אים דערשאָסן".

מיט אַזעלכע "דעטאַלן" און "בילדער" זײַנען פֿאַרפֿולט לעווס אַלע ווערק. ער דערציילט נישט וועגן לעבן פֿון איין מענטש, דעם העלד פֿון אַ ראָמאַן, דערציילונג, פּאָעמע. ער מאָלט פּאָרטרעטן פֿון מענטשן, גיט כאַראַקטעריסטיקעס, שאַפֿט פֿראַגמענטן, דעטאַלן, פֿון וועלכע עס וואַקסן אויס ברייטע אַלזײַטיקע בילדער פֿון לעבן; דער פּראָצעס פֿון דער רעאַלער ווירקלעכקייט. די סטרוקטור פֿון מ. לעווס ווערק — דאָס איז די כראָניק פֿון די לויפֿנדיקע געשעענישן. קאָמפּאָזיציאָנעל האָט די דאָזיקע סטרוקטור איין איינציקן יסוד — די ווירקלעכקייט, דאָס רעאַלע לעבן און דאָס געשטאַלט פֿונעם דערציילער, פֿונעם הויפּט־העלד אָדער פֿונעם מחבר. דאָס דאָזיקע געשטאַלט טראָגט די גאַנצע אָנלאָדונג אינעם ווערק. דער העלד, דער דערציילער, דער אויטאָר רעדט, פֿירט די האַנדלונג, דערציילט אין נאָמען פֿונעם לעבן, אין נאָמען פֿון דער געשיכטע. אַלע קאָנפֿליקטן, צוזאַמענשטויסן, קאָליזיעס זײַנען אין אים קאָנצענטרירט, אין זײַן לעבן, וואָס ווערט אַ פֿאַרקערפּערונג פֿונעם פֿאָלקס לעבן, פֿון דער געשיכטע. עס קאָן זײַן, אַז אָט דאָס געשטאַלט איז צופֿיל איבערגעלאָדן, ערטערווײַז פֿילט זיך דאָס. דאָס געשטאַלט פֿונעם דערציילער איז סוביעקטיוו, אינדיווידועל, אָבער סינטעטיש ווי אַ פֿאַרקערפּערונג פֿונעם וועזן און פֿון דער פּסיכאָלאָגיע פֿון אַ סך, ער גיסט זיך צונויף מיטן "המון". אין דעם איז זײַן כּוח, אָבער, קאָן זײַן, אויך די שוואַכקייט.

דאָס וואָס איז געזאָגט וועגן לעווס באַזונדערע ווערק, קאָן אַריבערגעטראָגן ווערן אויף זײַן שאַפֿונג אינגאַנצן גענומען. אויב באַזונדערע עפּיזאָדן, געשעענישן, סצענעס, פּאָרטרעטן, כאַראַקטעריסטיקעס, דעטאַלן בילדן אַ פֿאַרענדיקטן גאַנצן עלעמענט אין דער באַוועגונג פֿונעם לעבנס־פּראָצעס אויף באַזונדערע עטאַפּן פֿון זײַן אַטוויקלונג, בילדן אַלע זײַנע ווערק, צוזאַמען גענומען, זײַן גאַנצע שאַפֿונג, אַן עפּישע שילדערונג פֿונעם פּראָצעס פֿון דער היסטאָרישער אַנטוויקלונג אין די יאָרן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. אַלץ וואָס דער שרײַבער האָט געשאַפֿן, אַלע זײַנע דערציילונגען רעפּראָדוצירן אַ קינסטלעריש בילד, אַ רירנדיקע, רעגנדיקע געשיכטע פֿון אַ פֿאַרענדיקטן פּעריִאָד. אין דעם איז נישט שווער זיך צו איבערצײַגן, ווען מען לייענט זײַנע ווערק.

"קורסאַנטן" — דאָס איז אַ דערציילונג וועגן יונגע מענטשן, קורסאַנטן פֿון דער פּאָדאָלסקער אינפֿאַנטעריע־שול, וועלכע האָבן העלדיש געקעמפֿט און זײַנען אין דער גרעסטער מערהייט זייערער אומגעקומען אינעם האַרבן האַרבסט פֿון 1941 הינטער מאָסקווע, ווען די דײַטשישע פֿאַשיסטישע חיילות האָבן זיך געגרייט אַרײַנצוגיין אין דער הויפּטשטאָט פֿון אונדזער היימלאַנד און פֿײַערן דעם נצחון. מיט זייער העלדישן אומקום האָבן די יונגע קורסאַנטן געהאָלפֿן צעקלאַפּן דעם שׂונא נעבן מאָסקווע.

"ווען ניט די פֿרײַנט מײַנע..." איז אַ דערציילונג וועגן שוידערלעכער אויסקומעניש און שווערע ליידן פֿון אַ סאָוועטישן סאָלדאַט, דערצו נאָך אַ ייִד, אינעם גיהנום פֿון דײַטשן פֿאַשיסטישן לאַגער אין פֿאַרלויף פֿון לאַנגע חדשים פֿון האַרבסט 1941 ביז האַרבסט 1942. דער דײַטשיש־פֿאַשיסטישער לאַגער איז נישט קיין געוויינטלעכער קאָנצענטראַציע־לאַגער. דאָ, אין דײַטשיש־פֿאַשיסטישן לאַגער, איז מיט דײַטשישער פּינקטלעכקייט און מיט פֿאַשיסטישן ציניזם און סאַדיזם אַלץ געווען פֿאָרויסגעזען, אויסגערעכנט ביז די מינדסטע דעטאַלן — וויאַזוי צו דערנידעריקן, אויסמאַטערן דעם מענטשן מיט שווערער אַרבעט, מיט הונגער, מיט חייִשע געשלעגן; ווי אַזוי אים צו טויטן מיט אַ קויל, אויף דער תּליה, אין אַ גאַז־קאַמער, אַ דושעגובקע. זיבן קרײַזן פֿונעם פֿאַשיסטישן גיהנום גייט אַדורך דער העלד פֿון דער דערציילונג "ווען ניט די פֿרײַנט מײַנע..." אײַנהיטנדיק דערבײַ זײַן מענטשלעך געשטאַלט.

"פּאַרטיזאַנישע וועגן" — דאָס איז אַ דערציילונג וועגן דעם האַרבן וועג פֿון אַ שרעקלאָזן פּאַרטיזאַן, אַן אויסשפּירער, וועלכער קעמפֿט אין פֿאַרלויף פֿון צוויי יאָר (1943—1944) מיטן אָקופּאַנט אין הינטערלאַנד, דערלאַנגנדיק אים שווערע קלעפּ דורך אומדערוואַרטע אָנפֿאַלן, אויפֿרײַסן פֿון בריקן, סקלאַדן מיט מיליטערישע פֿאַרגרייטונגען, דורך פֿאַרניכטן די פֿאַשיסטן און אַרויפֿוואַרפֿן אויף זיי אַ שוידערלעכן פּחד.

"כּמעט אַ לעגענדע" — דאָס איז אַ דערציילונג וועגן דעם העלדישן אויפֿשטאַנד פֿון מענטשן, פֿאַראורטיילטע אויף אומקום אין טויטלאַגער סאָביבאָר, אונטער דער אָנפֿירונג פֿון אַלעקסאַנדער פּעטשערסקי. כּמעט אין אַ פּראָטאָקאָל־סטיל ווערט דאָ דערציילט וועגן דערשטיקן מענטשן.

"פּעראָ רוס" — דאָס איז אַ דערציילונג וועגן העלד פֿון דער מלחמה, דעם סאָוועטישן קאַפּיטאַן פּיאָטער אָראַנסקי, וועלכער האָט געקעמפֿט מיט די דײַטשישע פֿאַשיסטן אויף דער סאָוועטישער ערד אין דער שטאָט אָדעס און אין דער העלדן־שטאָט סעוואַסטאָפּאָל. אַרײַנגעפֿאַלן אין געפֿענגעניש צו די פֿאַשיסטן, אַנטלויפֿט ער קיין יוגאָסלאַוויע, נעמט אַן אַקטיוון אָנטייל אין קאַמף פֿון די יוגאָסלאַווישע פּאַרטיזאַנער קעגן די דײַטשישע אָקופּאַנטן, זײַענדיק אַ קאָמאַנדיר פֿון אַ פּאַרטיזאַנישן אָטריאַד אונטער אַ נײַעם, סערבישן נאָמען פּעראָ רוס.

איך האָב אויסגערעכנט בלויז די גרונטווערק, וואָס משה לאָיעוו האָט געשאַפֿן פֿאַר די לעצטע דרײַ צענדליק יאָר. אַלע זײַנען זיי וועגן דער מלחמה. אין תּוך איז דאָס אַ קינסטלערישע געשיכטע־באַשרײַבונג פֿון מלחמה־אומגליק. יעדער ווערק האָט אַ זעלבשטענדיק קינסטלערישן ווערט. עס איז סוזשעטיש, קאָמפּאָזיציאָנעל און סטרוקטוריש אינגאַנצן זעלבסטשטענדיק. אָבער אין דער זעלבער צײַט איז דאָס אַ טייל, אַן אָרגאַניש קאַפּיטל פֿון איין גרויסער עפּאָפּיי וועגן אַן אַכזריותדיקן בלוטיקן קאַמף פֿון דער פֿאָרגעשריטענער מענטשהייט קעגן באַרבאַרישקייט און קאַניבאַליזם. אָבער דאָס איז נישט בלויז געשיכטע, נישט בלויז דערשיטערנדיקע היסטאָרישע באַשרײַבונגען, נאָר אויך עלעגיש געוויין, טרויעריקע דערמאָנונג און אומעטיקער באַוווּסטזײַן פֿון דער זינלאָזיקייט, דער אַכזריותדיקייט, וועלכע זײַנען אייגנטימלעך דעם מענטשלעכן מין; אָבער איבער דעם אַלעמען — דאָס גלויבן אינעם טריִומף פֿון מענטשלעכן שׂכל און פֿון גערעכטיקייט.

און נאָך — וועגן נאַציאָנאַלן און אינטערנאַציאָנאַלן. אַוודאי איז דאָס אַ פּראָבלעם פֿון דער גאַנצער ליטעראַטור. אָט די פּראָבלעם איז פֿאַרקערפּערט אין אַ סך ווערק וועגן דער מלחמה. דאָס נאַציאָנאַלע און דאָס אינטערנאַציאָנאַלע איז אַ שאַרפֿער אויסדרוק פֿונעם סאָציאַלן קלאַסן־צוזאַמענשטויס פֿונעם סאָוועטישן פֿאָלק מיטן דײַטשישן פֿאַשיזם אין דער גרויסער פֿאָטערלענדישער מלחמה. דער אַרישער פֿאָרצוג פֿון דער דײַטשישער נאַציע איבער אַלע פֿעלקער, די פֿאַרשקלאַפֿונג פֿון די פֿעלקער אינעם פֿאַשיסטישן "טויזנטיאָריקן רײַך", די אייביקע הערשאַפֿט פֿון דער אַרישער נאַציע איבער גאָר דער וועלט — אַזאַ איז געווען די "פֿילאָסאָפֿיע" פֿונעם היטלעריזם אין אָט דער מלחמה. וואָס איז שייך דעם ייִדישן פֿאָלק, איז עס געווען פֿאַראורטיילט פֿון דער אַרישער "בלאָנדער בעסטיע" אויף פֿולשטענדיקער פֿיזישער פֿאַרניכטונג...

די ייִדישע סאָוועטישע ליטעראַטור איז געשטאַנען אויף דער הויך פֿון דער היסטאָרישער אויפֿגאַבע אינעם שילדערן און פֿאַרקערפּערן די פּראָבלעם פֿון נאַציאָנאַלן און אינטערנאַציאָנאַלן אין די יאָרן פֿון דער גרויסער פֿאָטערלענדישער מלחמה. נישט געקוקט אויף דער נאַציאָנאַלער קאַטאַסטראָפֿע, אויף דער פֿאַרניכטונג פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקרונג אין אייראָפּע, זײַנען די ייִדישע סאָוועטישע שרײַבער, מאָלנדיק דעם אומקום פֿון די ייִדן אין וואַרשעווער געטאָ, אין באַבי־יאַר, אין קאָוונער "דריטן פֿאָרט", אין ווילנער פּאָנאַר, אין סאָביבאָרער טויטלאַגער, אין אַלע שטעט, שטעטלעך און דערפֿער, אָקופּירט פֿון די פֿאַשיסטישע באַנדעס, נישט אַרײַנגעפֿאַלן אין נאַציאָנאַליזם און שאָוויניזם. זיי זײַנען, פֿאַרקערט, געווען דורכגעדרונגען מיט דעם הויכן געפֿיל פֿון אינטערנאַציאָנאַליזם. די ייִדישע סאָוועטישע ליטעראַטור האָט באַוויזן, אַז די ייִדישע פֿאָלקסמאַסן, צוזאַמען מיט די אַרבעטנדיקע פֿון אַלע פֿעלקער אין ראַטנפֿאַרבאַנד, זײַנען געגאַנגען אין שלאַכט קעגן אַכזריותדיקן שׂונא, אומברחמנותדיק קעמפֿנדיק מיטן באַרבאַרישן פֿאַשיזם ביז דעם ענדגילטיקן נצחון איבער אים. די ייִדישע באַפֿעלקערונג האָט אין דער שווערער צײַט געפֿונען שטיצע בײַ מענטשן פֿון אַנדערע נאַציאָנאַליטעטן.

משה לעוו שילדערט אין זײַנע ווערק געשעענישן, וועלכע זײַנען פֿאָרגעקומען מיט העכער דרײַסיק יאָר צוריק. דאָס איז שוין געשיכטע. דאָס איז שוין פֿאַרגאַנגענהייט, הגם נישט ווײַטע, אָבער פֿאַרגאַנגענהייט. דער הײַנטצײַטיקער, דער נײַער לייענער קאָן זיך שאַפֿן אַ פֿאָרשטעלונג וועגן אָט דער פֿאַרגאַנגענהייט, וועגן די געדענקפֿולע היסטאָרישע געשעענישן בלויז פֿון די דערציילונגען וועגן זיי. לעוו העלפֿט מיט זײַנע ווערק דעם לייענער זיך צו שאַפֿן אַזאַ פֿאָרשטעלונג. זײַנע וואָרהאַפֿטיקע דערציילונגען, זײַן באַשיידענער שילדערונגס־מאַניר, זײַנע מיטלען פֿון דערציילן, זײַן אַרט מאָלן בילדער — אַלץ קלינגט אַקטועל; די געשעענישן שטייען אויף פֿאַר די אויגן, באַגלײַך ווי זיי וואָלטן פֿאָרגעקומען איצט, אין אונדזערע טעג. די עמאָציאָנעל אָנגעזעטיקטע קינסטלערישע בילדער פֿון זײַנע דערציילונגען היטן אײַן די פֿרישקייט און די דויערנדיקע אויפֿווירקונגס־קראַפֿט. אין דעם איז אויך זײַן מײַסטערשאַפֿט.

און דאָס איז צו זען אויך אין זײַן נײַעם ראָמאַן "דער מישפּט נאָכן אורטייל". אויך דאָ האַלט זיך לעוו בײַ זײַן סטיל פֿון דאָקומענטאַלער שילדערונג, פֿון היסטאָרישער שילדערונג. אָבער דאָ איז דער מחבר אַריבערגעגאַנגען פֿונעם זשאַנער פֿון אויטאָביאָגראַפֿישער דערציילונג צו אַ נײַעם פֿאַר אים זשאַנער פֿון ראָמאַן. עס איז צו באַמערקן, אַז דער שרײַבער איז גובֿר די שוועריקייטן, וועלכע זײַנען פֿאַרבונדן מיט די מער קאָמפּליצירטע פּראָבלעמען פֿון דער קינסטלערישער סטרוקטור פֿונעם ווערק, מיטן בויען דעם סוזשעט, מיט שילדערן געשטאַלטן פֿון מענטשן און זייער פּסיכאָלאָגיע.

וויכטיק איז, וואָס מישע לעוו פֿאַרקערפּערט קינסטלעריש אַן אַקטועלע פּראָבלעם פֿון דער הײַנטצײַטיקייט, די פּראָבלעם פֿון קאַמף קעגן פֿאַשיזם אין אונדזערע טעג, ווען עס הייבן אויף ווידער דעם קאָפּ די נײַע, די הײַנטצײַטיקע פֿאַשיסטן. דאָס איז אַ פּראָבלעם, וואָס האָט נאָך ביז איצט נישט געפֿונען קיין ברייטע אָפּשפּיגלונג אין דער ליטעראַטור, און פֿון דעם דאָזיקן שטאַנדפּונקט איז דאָס אַן אויפֿטו, וואָס דאַרף באַגריסט ווערן.