ליטעראַטור
פֿון הערש רעמעניק (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

שטיל און באַשיידן איז געקומען אין דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראַטור מישע לעוו. ער איז געווען יענער גליקלעכער שרײַבער, וואָס איז גלײַך אָנערקענט געוואָרן, נישט געקוקט אויף דער "אומגעוויינטלעכקייט" פֿונעם זשאַנער און פֿון דער דערציילערישער פֿאָרעם. און דאָס דערקלערט זיך, נאַטירלעך, מיט דער מײַסטערשאַפֿט פֿונעם שרײַבער אין אָט דעם זשאַנער.