טעאַטער

שפֿרה לערער אינעם פֿילם ״די קאָרטנשפּילערין״
שפֿרה לערער אינעם פֿילם ״די קאָרטנשפּילערין״
דער ייִדישער קולטור־קאָנגרעס און די ייִדישע געזעלשאַפֿטלעכקייט אין ניו־יאָרק האָבן נאָר וואָס געפֿײַערט דעם יוביליי, לכּבֿוד דרײַ פֿאַרדינסטפֿולע ייִדישע אַקטיאָרן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן — מינאַ בערן, שפֿרה לערער און דוד ראָגאָוו.

יעדער איינער פֿון זיי האָט צוגעטראָגן אַ וויכטיקן בײַשטײַער פֿאַר דער אַנטוויקלונג פֿון ייִדישן טעאַטער. יעדער איינער אין זײַן זשאַנער, אין זײַן סטיל. יעדער איינער פֿון זיי האָט אַן אַנדער טעאַטראַלע פֿאַרגאַנגענהייט, אָבער די דרײַ פֿאַרדינסטפֿולע אַקטיאָרן פֿאַרבינדט איין גרויסע ליבשאַפֿט צום ייִדישן טעאַטער, צום ייִדישן קינסטלערישן וואָרט. און דאָס האָט די ייִדישע קולטור־וועלט ווי געהעריק אָפּגעשאַצט.

וועגן מינאַ בערן און דוד ראָגאָוו האָב איך געשריבן אין מײַנע טעאַטער־אָפּהאַנדלונגען. די טעמע פֿון מײַן הײַנטיקער אָפּהאַנדלונג איז די שוישפּילערין שפֿרה לערער.

שפֿרה לערער איז פֿון די געציילטע אַקטיאָרן פֿון עלטערן דור, וועלכע זענען נישט געבוירן געוואָרן אין מיזרח־אייראָפּע, און איר קינסטלערישע קאַריערע האָט זי אָנגעהויבן אין אַרגענטינע. זי איז געבוירן געוואָרן אין דער ייִדישער קאָלאָניע סאַנטאַ קאַטאַלינאַ, אין די אַזוי גערופֿענע "פּאַמפּאַס", וווּ עס האָבן זיך געפֿונען די קאָלאָניסטן פֿון באַראָן הירש. אין איר קינדהייט האָט זי אײַנגעזאַפּט די אוצרות פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, פֿון ייִדישן טעאַטער.

אין עלטער פֿון 8 יאָר האָט זי, לויט דער רעקאָמענדאַציע פֿון איר שוועסטער, דער אַקטריסע מרים לערער, אָנגעהויבן שפּילן קינדער־ראָלעס מיטן באַקאַנטן אַקטיאָר באָריס טאָמאַשעווסקי, וועלכער איז פֿון אַמעריקע געקומען קיין אַרגענטינע אויף גאַסטראָלן. אין עלטער פֿון 10 יאָר שפּילט זי אין יעקבֿ באָטאָשאַנסקיס ווערסיע פֿון דער פּיעסע "איבערגוס" פֿון ל. מלאך.

ווי אַ דערוואַקסענע טרעט זי אַרײַן אין דער שפּאַנישער דראַמאַטישער שול און שפּילט דרײַ יאָר אויף דער שפּאַנישער בינע. אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן איר בינע־קאַריערע. שפֿרה לערער ווערט אַ מיטגליד פֿון ייִדישן אַרטיסטן־פֿאַראיין. זי טרעט אויף מיטן באַרימטן אַקטיאָר און חזן משה אוישער און פֿלאָרענס ווײַס. בײַ זיגמונט טורקאָוו שפּילט זי הויפּט־דראַמאַטישע ראָלעס אין די פּיעסעס "אורטייל", "הירשקע לעקערט", "איוואַן קרוגער" און דער "גלאָקציִער פֿון נאָטר־דאַם".

קיין אַרגענטינע קומען אַראָפּ די גאַסטראָליאָרן יעקבֿ בן־עמי און בערטאַ גערסטין. אין דער טרופּע שפּילט זי די ראָלע פֿון רות אין "דער געלער לאַטע" ("פּראָפֿעסאָר מאַמלאָק"), אין ה. לייוויקס "דער פּאָעט איז בלינד געוואָרן", אין סטרינדבערגס "דער פֿאָטער". צוזאַמען מיטן גרויסן אַקטיאָר סעמועל גאָלדענבורג, אין "יאָשע קאַלב", אין "טבֿיה דער מילכיקער" — פּערל פֿון קלאַסישן און ייִדישן רעפּערטואַר. דער אָנטייל פֿון שפֿרה לערער אין די פּיעסעס פֿון אַזאַ הויך־קינסטלערישן כאַראַקטער באַווײַזט, אַז זי איז נישט נאָר אַן אַקטריסע פֿון פֿאַרווײַלונגס־טעאַטער (וואָס דאָס איז בכלל נישט קיין חיסרון), נאָר אַן אַקטריסע, וואָס קאָן באַהערשן און אויספֿירן יעדע ערנסטע דראַמאַטישע ראָלע!

שפֿרה לערער פֿאַרלאָזט אַרגענטינע און פֿאָרט אַרויס אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אויף דער רעקאָמענדאַציע פֿון סעמועל גאָלדענבורג ווערט זי אַנגאַזשירט אין ברוקלינער פּאַרקוויי־טעאַטער און שפּילט אין דער פּיעסע "פֿון ניו־יאָרק קיין בערלין". נאָכן אָפּשפּילן אַ סעזאָן לאָזט זי זיך אַרויס מיט קאָנצערטן אין קעמפּ "בויבעריק", אָרגאַניזירט דורכן "אַרבעטער־רינג", "ייִדישן נאַציאָנאַלן אַרבעטער־פֿאַרבאַנד" און "הסתּדרות".

אין יאָר 1946 פֿאָרט זי צוריק קיין אַרגענטינע, וווּ זי טרעט אויף מיטן אַקטיאָר בן־ציון וויטלער אין טעאַטער "מיטרע". דעמאָלט הייבט זיך אָן איר וואַנדערוועג מיט ייִדיש טעאַטער צוזאַמען מיט וויטלערן, מיט וועמען זי האָט חתונה געהאַט אין יאָר 1946. אין 1949 איז שפֿרה לערער געוואָרן אַ מיטגליד פֿון דעם ייִדישן אַקטיאָרן־פֿאַראיין אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן — דעם וויכטיקסטן ייִדישן טעאַטער־פֿאַראיין אין דער וועלט.

אין 1949 שפּילט זי אינעם פֿילם "גאָט, מענטש און טײַוול" אין דער ראָלע פֿון פֿריידעניו — אַ שטאַרקע דראַמאַטישע ראָלע אין איינער פֿון די בעסטע פּיעסעס פֿון יעקבֿ גאָרדין. זי שפּילט צוזאַמען מיט מיכאל מיכאַלעסקאָ און גוסטאַוו בערגער. אין 1952 באַטייליקט זי זיך אין הערמאַן יאַבלאָקאָווס אינסצעניזאַציע פֿון בנימין רעסלערס פּיעסע "אָנקל סעם אין ישׂראל" אין "פּאַבליק־טעאַטער" אין ניו־יאָרק.

אָבער לאָמיר אויף אַ ווײַלע זיך צוריקקערן צו שפֿרה לערערס פּערזענלעכער ביאָגראַפֿיע: ווער איז זי? ווי קומט עס, אַז אַ קינד פֿון די "פּאַמפּאַס", פֿון די ייִדישע קאָלאָניעס און דאָ פֿון אַזאַ קאָלאָניע ווי סאַנטאַ קאַטאַלינאַ מיט 3 ייִדישע משפּחות זאָל אויסוואַקסן און ווערן אַ ייִדישע אַקטריסע מיט אַ נאָמען? אויף דעם קאָן זײַן בלויז איין ענטפֿער — אין איר האָרעפּאַשנער משפּחה האָבן אַ סך זאַכן געפֿעלט — מ׳קאָן זאָגן, אַז איר טאַטע־מאַמע זענען געווען לײַטישע אָרעמע־לײַט, אָבער איין זאַך האָט דאָרט נישט געפֿעלט — ליבשאַפֿט צו ייִדישקייט, צום ייִדישן פֿאָלק. איר טאַטע, יאָסל דער שוואַרצער, האָט בײַ איר אײַנגעפֿלאַנצט ליבע צום ייִדישן וואָרט... ער, דער טאַטע, אַן אָפּשטאַמיקער פֿון שטעטעלע פּאָריצק לעבן וולאַדימיר־וואָלינסק אין וואָלין, אַ לינקער פּועלי־ציוניסט און ייִדישיסט, האָט מיט דער טאָכטער געלערנט אַ בלאַט... שלום־עליכם און מענדעלע און פּרץ. איר טאַטע האָט אין זײַן שטעטל געגרינדעט אַ ייִדישע ביבליאָטעק און געשאַפֿן אַ ייִדישן דראַמאַטישן קרײַז.

שפֿרה לערער האָט אין איר לאַנג־יאָריקער בינע־טעטיקייט געשפּילט אין אַרגענטינע, אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אין ישׂראל און אין אַנדערע לענדער. אין יאָר 1962 האָט זי געשפּילט מיט ש. דזשיגאַן אין זײַן הומאָר־ און סאַטירע־טעאַטער ווי די הויפּט־פּאַרטנערין. זי האָט אין ישׂראל געהאַט גרויס דערפֿאָלג.

אין יאָר 1956 האָט זי געשפּילט צוזאַמען מיט בן־ציון וויטלער די מוזיקאַלישע קאָמעדיע "דער זינגענדיקער שמיד". די פֿאָרשטעלונג איז געשפּילט געוואָרן אין ישׂראל אין אַלע שטעט און שטעטלעך — העכער 100 פֿאָרשטעלונגען!

אין 1962 פֿאָרט זי ווידער אַרויס קיין אַרגענטינע און שפּילט דאָרט צוזאַמען מיטן אַקטיאָר און זינגער אינאָ טאָפּער די פֿאָרשטעלונג "שוין איין מאָל אַ סוזי" — רעזשי דוד ליכט. די פֿאָרשטעלונג ווערט אויפֿגעפֿירט אין טעאַטער "מיטרע". אין יאָר 1964 שפּילט שפֿרה לערער אין טעאַטער "מיטרע" די גאָרדין־פּיעסע "כאַסיע פֿון קאַראַטשיקראַק".

וועגן שפֿרה לערער שרײַבט דער דיכטער און עסיייִסט יצחק יאַנאַסאָוויטש אין דער צײַטונג "די פּרעסע", וואָס איז דערשינען אין בוענאָס־אײַרעס: "שפֿרה לערער איז הײַנט־צו־טאָג איינע פֿון די טאַלאַנטירטסטע ייִדישע אַקטריסעס און זי איז פּונקט אַזוי מלא־חן און קוועקזילבערדיק אין דער מוזיקאַלישער קאָמעדיע און אין דער אָפּערעטע ווי איבערצײַגעוודיק און ווערדיק זי איז אין דער דראַמע און מעלאָדראַמע. זי איז גוט און היימיש אין אַלע זשאַנערס און אין אַלע ראָלעס".

שפֿרה לערער האָט געשפּילט די הויפּט־ראָלע אין דער פּיעסע פֿון באַקאַנטן ישׂראלדיקן שרײַבער אַהרון מגד (מעגעד) "חנה סענעש". די פֿאָרשטעלונג איז אויך געוויזן געוואָרן אין טעאַטער "מיטרע" אין בוענאָס־אײַרעס אין יאָר 1964. דער באַקאַנטער ליטעראַטור־ און טעאַטער־קריטיקער יעקבֿ באָטאָשאַנסקי שרײַבט וועגן דער פֿאָרשטעלונג און וועגן שפֿרה לערער אין אַן עסיי "ווען איך האָב וואָס צו זאָגן...":

"...דעם גרעסטן חלק אין דער איבערצײַגעוודיקייט פֿון דער פּיעסע האָט שפֿרה לערער אין דער ראָלע פֿון חנה סענעש. זי איז גוט סײַ ווי די 18־יאָריקע און קינדישע חנה סענעש, סײַ אין דער רײַפֿער 23־יאָריקער און אידעאַליסטישער מיידל און דיכטערין און העלדין. זי איז אומגעהײַער עכט. דאָס איז אַ לירישע ראָלע מיט שטאַרקע דראַמאַטישע אַקצענטן".

לאָמיר דערבײַ דערמאָנען, אַז חנה סענעש איז דער נאָמען פֿון אַ ייִדיש מיידל פֿון אונגאַרן, וואָס איז געוואָרן אַ לעגענדע.

שפֿרה לערער האָט דורכגעמאַכט אַ לאַנגן וועג אין קינאָ: פּון "גאָט, מענטש און טײַוול" ביז "Legacy" — אַ דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן דער ייִדישער קאָלאָניזאַציע אין אַרגענטינע; אין די אַמעריקאַנער האָליוווּד־פֿילמען פֿון וווּדי אַלען.

איר אַרבעט איז הויך אָפּגעשאַצט געוואָרן: זי האָט באַקומען די פּרעמיע פֿון דער זשיטלאָווסקי־פֿונדאַציע, און אין 2002 ווערט זי באַערט מיט אַן אויסצייכענונג פֿאַר איר לאַנג־יאָריקער פּראָפֿעסיאָנעלער אַרבעט פֿונעם ניו־יאָרקער גאָווערנאָר דזשאָרדזש פּאַטאַקי.