ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור, געשיכטע
פֿון
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער היסטאָריקער מאָרטען טהינג קומט צו זײַן טעמע "ייִדישע דרוקערײַ אין דענמאַרק" דורך אַ צופֿאַל. אָנהייב 90ער יאָרן האָט ער אָנגעהויבן פֿאָרשן וועגן דער געשיכטע פֿון די ייִדישע קאָמוניסטן אין דענמאַרק. ווען ער האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן זײַנע געפֿינסן, האָט אַן עלטערער ייִד אים געפֿרעגט, צי ער האָט זיך אויך באַניצט מיט ייִדישע קוואַלן. טהינג, אַ געבוירענער אין 1945, און אַליין אַן אייניקל פֿון רוסישע ייִדן, האָט זיך געמוזט מודה זײַן, אַז צום באַדויערן קען ער ניט קיין ייִדיש. האָט דער ייִד אים פֿאָרגעלייגט צו ווערן זײַן לערער פֿון ייִדיש. און געווען איז דאָס אָדם מאַרקוספֿעלד, דער אָנפֿירער פֿון דער גרופּע בונדיסטן אין דענמאַרק. מאַרקוספֿעלד איז געווען צווישן די ייִדן, וואָס האָבן פֿאַרלאָזט פּוילן אין 1969. אַ טייל פֿון דער דאָזיקער עמיגראַציע האָט זיך באַזעצט אין די סקאַנדינאַווישע לענדער.

טהינג אַרבעט איצטער ווי אַ ביבליאָטעקער אינעם אוניווערסיטעט פֿון ראָסקידלע, אַ שטאָט פֿון 50,000 אײַנוווינער ניט ווײַט פֿון קאָפּענהאַגען. ער האָט אָנגעהויבן ווי אַ פּאָליטישער אַקטיוויסט, געווען טעטיק פֿאַר דער לינקער "סאָציאַליסטישער פֿאָלקספּאַרטיי", געשריבן און רעדאַקטירט פּאָליטישע זשורנאַלן און געווען טעטיק פֿאַר וויעטנאַם־ און טשילע־קאָמיטעטן. אין דײַטשלאַנד רופֿט מען אַזעלכע מענטשן, פֿון דעם דאָזיקן פּאָליטישן שניט, די "אַלט־אַכט־און־זעכציקער", נאָכן יאָר 1968, מיט זײַן כוואַליע פֿון סטודענטישע פּראָטעסטן און דעמאָנסטראַציעס.

פֿאַר זײַן ביבליאָגראַפֿיע האָט טהינג אָנגעשריבן אַ לענגערן אַרײַנפֿיר, וווּ ער שטרײַכט אונטער, אַז די געשיכטע פֿון ייִדיש אין דענמאַרק נעמט אַרום אַ פּאָר יאָרהונדערטער, כאָטש די דענער פֿלעגן זיך ניט גענוי פֿונאַנדערקלײַבן אין דער פֿראַגע: וואָס איז, אייגנטלעך, די שפּראַך פֿון "זייערע" ייִדן? אין די 1920ער יאָרן האָט מען אָבער טאַקע אָנגעהויבן אָנרופֿן די שפּראַך "ייִדיש" — וואָס מען קען אין דעם אויך זען אַ סימן פֿון דער השפּעה פֿון אַ קליינער ייִדישיסטישער באַוועגונג אינעם לאַנד.

ניט ווייניק פּרטים זײַנען געווען פֿאַר מיר גאַנץ איבערראַשנדיקע. אַזוי האָב איך זיך, למשל, איצטער דערוויסט, אַז די דענישע ביבליאָגראַפֿן קוקן אויף די ייִדישע ווערק, וואָס זײַנען אַרויס אין די דרוק־ערטער אַלטאָנאַ און וואַנדסבעק (אין איינעם מיט האַמבורג זײַנען זיי געווען "די קהילות אַה״ו"), ווי אַ טייל פֿונעם היסטאָרישן בוכוועזן אין דענמאַרק. ווײַל די ביידע ערטער ליגן אין דער פּראָווינץ האָלשטיין, וואָס איז פֿון זוף מיטל־עלטער ביז מיט־19טן יאָרהונדערט געווען אונטער דער דענישער הערשאַפֿט. דערפֿאַר הייבט זיך אָן דער ערשטער טייל פֿון דער ביכער־רשימה מיט אַ ספֿר "קינות" פֿון 1724/25 און פֿאַרענדיקט זיך מיט אַן איבערזעצונג פֿון מילטאָן דזשאָנס "פּרדס" פֿון איינעם אַ יצחק זאַלקינסאָן אין 1859/60.

נאָך די רוסישע פּאָגראָמען פֿון 1882 איז אַ טייל פֿון דער מאַסן־עמיגראַציע פֿון רוסישע ייִדן, דער עיקר, פֿון די באַלטישע לענדער, געגאַנגען דורך דענמאַרק. דענמאַרק אַליין האָט ניט אויפֿגענומען קיין סך מענטשן, אָבער מיט דער צײַט האָט זיך דאָרט אויך באַזעצט אַ קליינער ייִדיש־רעדנדיקער ייִשובֿ. אַרום 1907 הייבט דאָרט צו אָן שפּילן רעגולער אַ ייִדישער טעאַטער. כאָטש די עטלעכע פּראָפֿעסיאָנעלע אַקטיאָרן האָבן פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד אין די 1920ער יאָרן, האָבן די אַמאַטאָרישע גרופּעס געשפּילט ביז די 1930ער יאָרן. דאַכט זיך, אַז דאָס דאָזיקע קאַפּיטל פֿון דער ייִדישער טעאַטער־געשיכטע איז ווייניק אויסגעפֿאָרשט געוואָרן און וואַרט נאָך אויף זײַן תּיקון.

אַרום 1911/12 באַווײַזט זיך אין קאָפּענהאַגען אַ פּרעסע אויף ייִדיש. ביז דער צווייטער וועלט־מלחמה גייען אַרויס וואָכן־צײַטונגען, עס זײַנען אויך דאָ פּרוּוון צו שאַפֿן טאָג־צײַטונגען, ווי אין 1914 דעם "קאָפּענהאַגענער טאָגבלאַט". אפֿשר האָט מען געמיינט, אַז אינעם נייטראַלן דענמאַרק וועט מען קענען אויסמײַדן די מלחמה־צענזור און אַנדערע שטערונגען פֿאַר דער פּרעסע.

דער ערשטער דרוקער, וואָס האָט זיך אײַנגעשאַפֿן ייִדישע אותיות צו דרוקן זשורנאַלן, און וואָס האָט אויך געהאַט אַ מין פֿאַרלאַג פֿאַר ייִדישע בראָשורן און ביכער, איז געווען איינער אַ יוסף ליטיטשעווסקי. די ייִדישע זשורנאַלן האָבן זיך געוואָנדן צו עמיגראַנטן פֿון רוסלאַנד, איבערגעגעבן ידיעות פֿון הילפֿס־אָרגאַניזאַציעס. זיי האָבן אויך געשטיצט פּאָליטישע באַוועגונגען, דער עיקר — ציוניזם און בונדיזם, וואָס האָבן קענטיק אויך אין קאָפּענהאַגען קאָנקורירט צווישן זיך ניט ווייניקער ווי אין די גרעסערע ייִדישע צענטערס. אַרויסהייבן דאַרף מען די טעטיקייט פֿונעם זשורנאַליסט מאיר גראָסמאַן, אַ וויכטיקער מיטאַרבעטער פֿון וולאַדימיר זשאַבאָטינסקין. גראָסמאַן האָט אין דער צײַט פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה געוווינט אין קאָפּענהאַגען.

פֿאַר דער צײַט פֿון 1912 ביז 1937 האָט טהינג געפֿונען 35 טיטלען פֿון ביכער און ביכלעך, וואָס זײַנען אַרויס אין קאָפּענהאַגען אויף ייִדיש. אַ קליינע צאָל, אָבער זי ווײַזט, אַז ייִדיש איז געווען אַ לעבעדיקע שפּראַך צווישן די אַרום 3000 רוסישע ייִדן, וואָס עס האָט זיך זיי אײַנגעגעבן צו באַזעצן זיך אין דענמאַרק. אַ סבֿרה, אַז די ייִדישע דרוקערײַען האָבן אויך באַדינט די באַדערפֿענישן פֿון די ייִדן אין שוועדן. אַזוי קאָן מען דערקלערן מסתּמא, וואָס אין אַזאַ קליינעם ייִשובֿ איז געווען אַזאַ אַקטיווע ייִדישע פּרעסע־טעטיקייט. אין דער רשימה פֿון פּעריאָדישע אויסגאַבעס רעכנט טהינג אויס 26 איינסן, אָנהייבנדיק מיט "דער וואָכען בלאַט" פֿון 1911, ביז דער בונדיסטישער "אויפֿס נײַ", וואָס האָט זיך באַוויזן אין 1976 און זיך אָפּגעשטעלט ערשט אין 1994. די אימיגראַציע פֿון פּוילישע ייִדן סוף 1960ער יאָרן האָט געבראַכט נאָך אַ מאָל צו אַ באַשיידענעם אויפֿבלי פֿון ייִדישן וואָרט אין דענמאַרק. דאָס ביכל "Morten Thing: Jiddish bogfortegnelse. Jiddish tryk i Danmark" (מאָרטען טהינג: פֿאַרצייכעניש פֿון ייִדישע ביכער. ייִדישע דרוקערײַ אין דענמאַרק) איז אַרויס אין 2004 ווי נומער 44 פֿון דער שריפֿטן־ריי פֿון ראָסקילדער אוניווערסיטעט־ביבליאָטעק. מען קען אַ קוק טאָן אויף דער פּובליקאַציע אין דער נעץ. מען דאַרף זיך אַן עצה געבן מיט דעניש, אָבער די טיטלען פֿון די ביכער זײַנען אויך דאָ אויף ייִדיש:

http://www.rub.ruc.dk/rub/omrub/skrserie/skr44b.pdf