פּובליציסטיק

 טעדי קאָלעק
טעדי קאָלעק
דאָנערשטיק, דעם 4טן דעצעמבער, האָט ירושלים אַרויסבאַגלייט צו זײַן אייביקער רו איר געוועזענעם לעגענדאַרן ראָש־העיר, טעדי קאָלעק, ז״ל.

די נאַציאָנאַלע און מוניציפּאַלע פֿענער פֿון ישׂראלס הויפּטשטאָט זענען אַרונטערגעלאָזט געוואָרן ביז האַלבן מאַסט, ווי אַן אויסדרוק פֿון טרויער נאָך איר באַליבטן געוועזענעם בירגער־מײַסטער. ער איז ניפֿטר געוואָרן אין עלטער פֿון 95 יאָר. במשך פֿון 28 יאָר איז ער געווען בירגער־מײַסטער, ביז ער האָט פֿאַרלאָרן זײַן אַמט אין די מוניציפּאַלע וואַלן אין 1993, צו זײַן פֿאַרטרעטער דעם הײַנטיקן פּרעמיער־מיניסטער אהוד אָלמערט. ער איז געקומען צו קבֿורה אויפֿן הר־הרצל, אין דעם טייל פֿון די פֿאַרשטאָרבענע גרינדער און מנהיגים פֿון דער מדינה, מיט אַ פּאַסיקער מלוכישער צערעמאָניע.

בײַם פֿרישן קבֿר האָבן אים מספּיד געווען דער פּרעמיער־מיניסטער אהוד אָלמערט, דער געוועזענער פּרעזידענט פֿון ישׂראל יצחק נבֿון און אַנדערע הויך־געשטעלטע טוער פֿונעם לאַנד.

ער איז געווען באַקאַנט אין ישׂראל און אין דער גאַנצער וועלט, ווי "טעדי", פֿאַרקירצט פֿון "טעאָדאָר", אַ נאָמען נאָך ד״ר טעאָדאָר הערצל, וואָס זײַנע עלטערן האָבן אים געגעבן, ווען ער איז געבוירן געוואָרן אין ווין, עסטרײַך, אין יאָר 1911. זיי זענען געווען באַקאַנט מיט הערצלס משפּחה אין ווין, הייסע ציוניסטן און פֿאַרערער פֿון הערצלען און זײַנע ציוניסטישע טעטיקייטן. אין 1935, נאָך דער חתונה מיט זײַן יוגנט־חבֿרטע תּמר, האָט דאָס יונגע פּאָרפֿאָלק עולה געווען קיין ארץ־ישׂראל. זיי האָבן זיך גלײַך אָנגעשלאָסן אין דער גרופּע, וואָס האָט געגרינדעט דעם קיבוץ עין־גבֿ, וואָס ליגט האַרט בײַם כּנרת, איצט איינער פֿון די שענסטע, אַנטוויקלטע קיבוצים אין לאַנד.

שוין דאָ האָט דער יונגער טעדי אַרויסגעוויזן זײַנע אײַנגעבוירענע פֿעיִקייטן און זײַן ענערגיע אין שאַפֿן און אָנפֿירן נײַע פּראָיעקטן אין דעם נײַ־געגרינדעטן קיבוץ. די לייטונג פֿון קיבוץ האָט אים דעלעגירט צו זײַן זייער פֿאַרטרעטער אין פֿאַרשיידענע לאַנד־אונטערנעמונגען און שפּעטער אין דער "הגנה".

אין די יאָרן 1947—1948 ווערט טעדי באַשטימט ווי דער לייטער פֿון דער משלחת (דעלעגאַציע) וואָס איז געווען שטאַרק טעטיק אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן צו שאַפֿן און אײַנקויפֿן וואָפֿן און מיליטערישע אויסשטאַטונג פֿאַר דער הגנה, און עס אַריבערשיקן אומלעגאַל קיין ארץ־ישׂראל, בשעת עס זענען אָנגעגאַנגען די קאַמפֿן קעגן די ענגלענדער. נאָכן אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל, באַשטימט אים דוד בן־גוריון צו זײַן איינער פֿון די ערשטע געזאַנדטע אין דער ישׂראל־אַמבאַסאַדע אין וואַשינגטאָן. טעדי צייכנט זיך אויס מיט זײַן וואַרעמער, סימפּאַטישער פּערזענלעכקייט, אין אָנקניפּן פֿרײַנדלעכע קאָנטאַקטן מיט פֿאַרשיידענע פּאָליטישע און הויכע באַאַמטע אין דער אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע און רעגירונג, וואָס האָט געבראַכט גרויס נוצן פֿאַר דער ייִדישער מדינה.

ער אַמטירט דאָרטן ביז 1952, ווען בן־גוריון באַשטימט אים צו זײַן דער מנכּ״ל (גענעראַל־דירעקטאָר) פֿון דעם פּרעמיער־מיניסטערס קאַנצעלאַריע — לשכּת ראָש־הממשלה. אויף דער דאָזיקער שטעלע האָט טעדי בײַגעטראָגן אַ סך צו דער אַנטוויקלונג און וווּקס פֿון ירושלים, ווי די הויפּטשטאָט פֿון דער מדינה.

אין 1964 פֿאַרלאָזט ער דעם דאָזיקן אַמט און ער ווערט באַשטימט ווי איינער פֿון דעם פּערסאָנאַל און שפּעטער דער הויפּט־לייטער פֿון דעם גרויסן מאָדערנעם ישׂראל־מוזיי אין ירושלים. דער ענערגישער און דינאַמישער טעדי באַגנוגנט זיך ניט מיט דעם דאָזיקן אַדמיניסטראַטיוון אַמט. עס דויערט ניט לאַנג ווי זײַנע נאָענטע חבֿרים שמעון פּערעס, יצחק נבֿון און אַנדערע, רעדן אים אײַן צו "לויפֿן" אין די וואַלן אין נאָמען פֿון דער רפֿ״י־פּאַרטיי, פֿאַר מעיאָר — ראָש־העיר פֿון ירושלים.

ער באַזיגט לײַכט דעם אַמטירנדיקן בירגער־מײַסטער פֿון ירושלים מרדכי בין־שלום פֿון דער אַרבעטער־פּאַרטיי "מפּא״י". מיט זײַן דיפּלאָמאַטישער דערפֿאַרונג געלינגט אים צו שאַפֿן אַ קאָאַליציע מיט די רעליגיעזע פּאַרטייען "אַגודת־ישׂראל" און מפֿד״ל, צוזאָגנדיק זיי אָפּצושטעלן די אויטאָ־באַוועגונג אין די שבתים און ימים־טובֿים אין די חרדישע קוואַרטאַלן, שליסן די קינאָס און אַנדערע פֿאַראַנשטאַלטונגען, פֿאַרגרעסערן די בודזשעטן־אַלאָקאַציעס פֿאַר רעליגיעזע אינסטיטוציעס און אַנדערע פּריווילעגיעס.

ווי בירגער־מײַסטער פֿון דער שטאָט איז טעדי, צוליב זײַן פּערזענלעכער איניציאַטיוו און שוווּנג, געוואָרן אָנגערופֿן ווי דער "צווייטער הורדוס", וועלכער האָט אויפֿגעבויט פּאַלאַצן און הײַזער אין דער חרובֿער ירושלים. טעדי האָט ניט גערן אָנגענומען דעם דאָזיקן טיטל, זאָגנדיק אַז הורדוס האָט אויפֿגעבויט הײַזער פֿאַר דער דעמאָלטיקער עליטע און די פֿאַרמעגלעכע; און ער זאָרגט פֿאַר דער גאַנצער באַפֿעלקערונג, אָן אונטערשייד פֿון זייער סאָציאַלן און עקאָנאָמישן שטאַנד.

ער האָט געקעמפֿט קעגן די פֿאַרשיידענע עקסטרעמע רעליגיעזע גרופּעס, וואָס האָבן זיך קעגנגעשטעלט זײַנע פּראָיעקטן, צו פֿאַרוואַנדלען ירושלים אין אַ מאָדערנער פּלוראַליסטישער מעטראָפּאָליע. מיט זײַן קלוגן שׂכל און דערפֿאַרונג האָט ער באַוויזן צו לאַווירן צווישן די פֿאַרשיידענע פּאָלוסן פֿון דער באַפֿעלקערונג: פּאָליטישע, עטנישע, רעליגיעזע און וועלטלעכע גרופּעס.

אין 1966 גרינדעט טעדי קאָלעק ז״ל דעם "ירושלימער פֿאָנד" וואָס האָט אָנגעזאַמלט און אינוועסטירט אין דער אַנטוויקלונג פֿון ירושלים קרובֿ צו אַ ביליאָן דאָלאַר. דער פֿאָנד האָט פֿינאַנצירט וויכטיקע פּראָיעקטן, ווי די רעסטאַווראַציע פֿון "בריכת־הסולטאַן", דעם אַלטן טערקישן באַסיין, וואָס איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַן אָפֿענער קאָנצערטן־אַרענע פֿאַר טויזנטער צוהערער; דאָס אויפֿבויען דעם ירושלימער סינעמאַטעק; דאָס פֿאַרוואַנדלען דעם אַלטן "חאַן"־בנין אין אַ פֿונקציאָנירנדיקן טעאַטער־זאַל און אַנדערע וויכטיקע געזעלשאַפֿטלעכע, סאָציאַלע אינסטיטוציעס.

גלײַך נאָך דער זעקסטאָגיקער מלחמה אין 1967 פֿאַרמעסט זיך טעדי קאָלעק צו פֿאַרברייטערן די מוניציפּאַלע גרענעצן פֿון ירושלים. מיט זײַן אַנטשלאָסנקייט און שטאַרקן, אומבויגזאַמען ווילן, ברעכט ער דורך אַלע פּאָליטישע און אינטערנאַציאָנאַלע אינטערווענצן און שטערונגען, און ער בויט אויף אין די באַפֿרײַטע שטחים אַרום דער שטאָט, די שכונות (קוואַרטאַלן) רמת־שרת, הגבֿעה הצרפֿתית, רמת־אשכּול, גילה, אַרמון־הנציבֿ, רמות, הר־נוף, פּיסגת־זאבֿ און מעלות דפֿנה, אין וועלכע עס וווינען הײַנט איבער 200 טויזנט אײַנוווינער, אַ גרויסער פּראָצענט פֿון זיי, נײַע עולים פֿון אַלע ייִדישע תּפֿוצות.

כּדאַי אויך צו דערמאָנען דעם וויסנשאַפֿט־מוזיי, דעם גרויסן טעאַטער־בנין א״נ פֿון גיטאַ שערובער, דעם גרויסן "גן־החיות התּנכי" — דעם זאָאָלאָגישן גאָרטן, דעם גרויסן האַנדלס־צענטער און דערנעבן דעם נײַעם, מאָדערנעם ספּאָרט־סטאַדיאָן אין מלחה וואָס הייסט טאַקע אויף זײַן נאָמען "איצטדיון טדי" און נאָך אַ צאָל אַנדערע פּראָיעקטן — אַלץ אַ דאַנק דער איניציאַטיוו און אַנטשלאָסנקייט פֿון טעדי קאָלעק ז״ל, במשך פֿון זײַן 28־יאָריקער קאַדענץ ווי ראָש־העיר.

די דאָזיקע יאָרן זענען ניט געווען קיין לײַכטע פֿאַר דעם ענערגישן, אומדערמידלעכן בירגער־מײַסטער טעדי קאָלעק. דער שטאָטראַט פֿון ירושלים איז באַשטאַנען פֿון פֿאַרשיידענע סעקטאָרן: פֿון פּאָליטישע פּאַרטייען, פֿון סעקולערע און רעליגיעזע, פֿון אַלע סאָרטן גרופּירונגען, פון וועלכע ס׳איז באַשטאַנען די פֿילפֿאַרביקע מאָזאַיִק פֿון דער באַפֿעלקערונג פֿון גאַנץ ירושלים, אײַנשליסנדיק אויך אַלט־ירושלים און אירע עטנישע גרופּעס, — ייִדן, מוסולמענער, אַרמענער און קריסטן וואָס טראָגן ישׂראל־אידענטיפֿיקאַציע־קאַרטלעך.

אין לויף פֿון די אַלע יאָרן האָט טעדי קאָלעק געמוזט געפֿינען אַ "מאָדוס־וויווענדי", אַ מיטלוועג, אַ פּשרה, אַ לייזונג צו די אַלע פּראָבלעמען, וואָס וואַקסן אויף טאָג־טעגלעך אין אַ פּלוראַליסטישער שטאָט ווי ירושלים, וואָס באַשטייט פֿון אַזאַ פֿאַרשיידנאַרטיקער, געמישטער און קעגנזעצלעכער באַפֿעלקערונג. ער האָט ניט געהאַט קיין לײַכטע קאַדענצן. נאָר אַ מענטש ווי טעדי קאָלעק, וועלכער האָט פֿאַרמאָגט די אַטריבוטן פֿון אַן עכטן, פֿעסטן, ציל־באַוווּסטזיניקן און מוטיקן מנהיג, האָט געקענט בײַקומען די אַלע שוועריקייטן, שטרויכלונגען און מיכשולים, וואָס זענען געשטאַנען טאָג־טעגלעך אויף זײַן סדר־היום.

ער האָט זייער אָפֿט געדאַרפֿט אײַנשטילן און צופֿרידנשטעלן די עקסטרעמע, פֿאַנאַטישע, חרדישע עלעמענטן פֿון מאה־שערים, און גלײַכצײַטיק אויך ניט איגנאָרירן די פּראָגרעסיווע, די סעקולערע טיילן פֿון דער באַפֿעלקערונג וואָס ווילן פֿאַרבלײַבן וווינען אין אַ מאָדערנער, פֿאָרגעשריטענער הויפּטשטאָט פֿון דער ייִדישער מדינה, מיט גלײַכע רעכט פֿאַר אַלע שיכטן פֿון דער באַפֿעלקערונג, מיט זייערע פֿאַרשיידענע רעליגיעזע, פּאָליטישע אָנשויונגען און לעבנס־שטייגער.

* * *

טעדי קאָלעק ז״ל האָט געהאַט גרויס סימפּאַטיע פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, ער האָט אָפּגעשאַצט מיט וואַרעמקייט די טעטיקייט פֿון דער ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט. אין פֿאַרגלײַך צו אַנדערע שטעט אין לאַנד, איז די מערכה פֿון ייִדיש אין ירושלים אין אַ בעסערן צושטאַנד און זי פֿאַרנעמט אַ בכּבֿודיקן פּלאַץ צווישן די אַלע אַנדערע קולטור־אינסטיטוציעס, וואָס די ירושלים־מוניציפּאַליטעט שטיצט; און דאָס איז, אָן קיין שום ספֿק אַ דאַנק דער פּערזענלעכער באַציִונג פֿון טעדי קאָלעק, אין לויף פֿון אַלע יאָרן פֿון זײַן קאַדענץ ווי דער ראָש־העיר.

די ייִדישע קולטור־געזעלשאַפֿט איז אָפֿיציעל אינטעגרירט אין דער אַלגעמיינער פּראָגראַם פֿון די קולטור־טעטיקייטן אין שטאָט און באַקומט אַ געוויסע שטיצע פֿון איר בודזשעט. ווי דער פֿאָרזיצער פֿון דער קולטור־געזעלשאַפֿט קרובֿ צו 30 יאָר קען איך מיט צופֿרידנקייט פֿעסטשטעלן, אַז אויך די אַלע באַאַמטע אין דער עיריה, אָן אונטערשייד, אַשכּנזים אָדער ספֿרדים, באַציִען זיך פּאָזיטיוו און מיט אָנערקענונג, אַפֿילו מיט פֿרײַנדשאַפֿט צו דער טעטיקייט פֿון דער ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט, וואָס עקזיסטירט אין ירושלים מער ווי 30 יאָר!

ווי אַ מוסטער פֿון דעם וויל איך דאָ דערמאָנען דעם פֿאָלגנדיקן עפּיזאָד אין אונדזער געשיכטע. דעם 18טן פֿעברואַר 1987 איז, אַ דאַנק טעדי קאָלעקן, פֿאָרגעקומען אין דעם גרויסן זאַל פֿון ירושלימער שטאָט־ראַט אַ פֿײַערלעכער קבלת־פּנים פֿאַר דער ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט, אין וועלכן מען האָט אָפּגעמערקט 10 יאָר פֿון דער עקזיסטענץ פֿון וועלטראַט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור.

דער גרויסער זאַל איז געווען איבערפֿולט מיט מיטגלידער פֿון דער קולטור־געזעלשאַפֿט, געסט פֿון תּל־אָבֿיבֿ און ירושלים בכלל.

טעדי קאָלעק האָט זיך האַרציק צעקושט מיט דעם פֿאָרזיצער פֿון וועלטראַט יצחק קאָרן ז״ל, און פֿײַערלעך דערקלערט מיט גרויס סאַטיספֿאַקציע, אַז "דאָס איז דאָס ערשטע מאָל אין דער געשיכטע פֿון ירושלים, וואָס מען הערט אַ ייִדיש וואָרט אין דעם אָפֿיציעלן זאַל פֿון שטאָטראַט, און אַז מען פֿײַערט אין אים אַזאַ שיינעם יום־טובֿ לכּבֿוד דער ייִדישער שפּראַך און קולטור" — דער גאַנצער עולם האָט אים אָפּגעדאַנקט מיט וואַרעמע אַפּלאָדיסמענטן.

* * *

דאָנערשטיק, דעם 26סטן אַפּריל 1984 האָט די ייִדישע קולטור־געזעלשאַפֿט, מיט דער הילף פֿון דער ירושלימער מוניציפּאַליטעט, געעפֿנט אין דער שטאָטישער גאַלעריע, צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע פֿון ירושלים, אַ גרויסע אויסשטעלונג א״נ "די וועלט פֿון שלום־עליכם", צו זײַן 125סטן געבוירנטאָג.

דער ראָש־העיר טעדי קאָלעק האָט זיך אַנטשולדיקט, וואָס צוליב טעכנישע סיבות האָט ער זיך ניט געקענט באַטייליקן אין דער דערעפֿענונג, ער האָט געשיקט דעם לייטער פֿון דער קולטור־אָפּטיילונג בײַ דער עיריה אים צו פֿאַרטרעטן, וועלכער האָט דערקלערט אין נאָמען פֿון דעם ראָש־העיר, אַז ער איז געווען שטאַרק צופֿרידן, וואָס די מוניציפּאַליטעט פֿון ירושלים האָט "צוגעלייגט אַ האַנט" צו דעם דאָזיקן יום־טובֿ, און איז געווען אין דעם אַן אַקטיווער שותּף.

טעדי קאָלעק האָט באַזוכט די אויסשטעלונג צו מאָרגנס פֿרי און האָט אויסגעדריקט פּערזענלעך זײַן באַוווּנדערונג פֿאַר דער דאָזיקער אונטערנעמונג.

זינט דאַן האָבן מיר געהאַט נאָך אַ גרויסע צאָל אַזעלכע יום־טובֿדיקע אימפּרעזעס אין אונדזער ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט אין ירושלים, מיט דער מיטהילף פֿון דער שטאָט־מוניציפּאַליטעט.

מיר וועלן לאַנג געדענקען און אָפּשאַצן די קאָאָפּעראַציע פֿון דער ירושלימער עיריה בראָש מיט טעדי קאָלעק ז״ל, וועלכע האָט סימפּאַטיזירט און אָנעקענט די וויכטיקייט אָנצוהאַלטן דעם המשך פֿון דער ייִדישער שפּראַך און ייִדישער קולטור אין ירושלים.

ער האָט איבערגעלאָזט אַ וויכטיקן לעגאַט צו זײַנע נאָכפֿאָלגער אין דער ירושלימער מוניציפּאַליטעט, און פֿאַר דעם זענען מיר אים אַלע דאַנקבאַר.

יהי זכרו ברוך — ערע און כּבֿוד זײַן אָנדענק!