אָט איז אַ דעליקאַטעס לטובֿת די ליבהאָבער פֿון קנאָבל, וואָס איז זייער גרינג צו מאַכן. דאָס בראָטן אים 1/2־2 שעה בײַ אַ נידעריקער טעמפּעראַטור ברענגט אַרויס די געשמאַקע ריחות פֿונעם קנאָבל און לימענע און צעפֿירט דעם אַראָמאַט אין אַלע ווינקעלעך פֿון הויז.
1 הייפּטל קנאָבל
1 גרויס הינדל, צעטיילט אויף 10 שטיקלעך
2 לימענעס, צעטיילט אין אַכטלעך
1 לעפֿל אָרעגאַנאָ אָדער טיאַמין
3 לעפֿל איילבערט־בוימל
3/4 טעפּל ווײַסער ווײַן
1 לעפֿעלע זאַלץ
שוואַרצער פֿעפֿער
הייצט אָן דעם אויוון ביז 300 גראַד (148 צעלזיוס).
צעטיילט די ציינדלעך קנאָבל, אָבער שיילט זיי נישט אָפּ. גיט זיי אַרײַן אינעם בעקן, אין איינעם מיט די הינער־שטיקלעך, די לימענעס און אָרעגאַנאָ (אָדער טימיאַן). באַשמירט די הינער־שטיקלעך מיטן בוימל.
באַגיסט אַלץ מיטן ווײַסן ווײַן, און באַזאַלצט און באַפֿעפֿערט עס. באַדעקט דעם בעקן מיט זילבער־פּאַפּיר און בראָט דאָס הינדל 2 שעה לאַנג.
נעמט אַראָפּ דאָס זילבער־פּאַפּיר און העכערט די טעמפּעראַטור ביז 400 גראַד (205 צעלזיוס). בראָט דאָס הינדל נאָך 30 מינוט, ביז די הינער שטיקלעך ווערן גאָלדן־ברוין.