פּובליציסטיק

אין 1993 — אַ צײַט, ווען בלויז די פֿאַר­מעגלעכע האָבן פֿאַרמאָגט מאָבילקעס (צעל־טעלעפֿאָנען) — האָט אַ געשעפֿטסמאַן אָנגע­קלאָגט אין געריכט די טעלעפֿאָן־פֿיר­מע "מאָטאָראָלאַ", טענהנדיק, אַז זײַן פֿרויס מאָבילקע איז שולדיק אין דעם, וואָס בײַ איר האָט זיך אַנטוויקלט אַ מוח־ראַק. דער אָנקלאָג איז שפּעטער אָפּגעוואָרפֿן געוואָרן, ווײַל מע האָט נישט געפֿונען קיין ראיות דערפֿון.
הײַנט האָט מען שוין אין גאַנצן פֿאַר­געסן אין דעם אָנקלאָג. די מאָבילקעס זענען געוואָרן ממש אַ טייל פֿון אונדזער אָנטועכץ (בײַ געוויסע מענטשן — כּמעט אַן אבֿר). הגם ס׳רובֿ מענטשן האַלטן, אַז די גרעסטע קולטורעלע רעוואָלוציע פֿון די הײַנטיקע צײַטן מוז זײַן די אינטערנעץ, ווײַזט די סטאַטיסטיק, אַז די מאָבילקע איז נאָך מער פֿאַרשפּרייט. אין פֿאַרגלײַך מיט דער אינטערנעץ, וואָס איז אַ סך מער באַניצט אין די רײַכערע לענדער (צוליב דעם הויכן פּרײַז פֿון קויפֿן אַן אייגענעם קאָמפּיוטער), זענען די מאָבילקעס הײַנט פּאָפּולער אין כּמעט אַלע לענדער פֿון דער וועלט.
לויט דער לעצטער סטאַטיסטיק, אַבאָ­נירן זיך איבער דער וועלט צוויי ביליאָן מענטשן — דאָס הייסט, אַ דריטל פֿון דער וועלט־באַפֿעלקערונג — אויף אַ מאָבילקע־פּלאַן; אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אַבאָ­נירן זיך 66%. עס וואַקסט כּסדר די צאָל מענטשן, וואָס די מאָבילקע איז זייער איינציקער טעלעפֿאָן; דאָס הייסט, אַז זיי פֿאַרמאָגן אין גאַנצן נישט קיין פֿעסטע טעלעפֿאָן־ליניע ("לאַנד־ליניע").
די מאָבילקע איז ספּעציעל פּאָפּולער צווישן די יונגע לײַט אונטער 25 יאָר. אַ דאַנק איר, קענען גוטע פֿרײַנד זײַן אין פֿאַר­בינדונג 24 שעה אַ טאָג, 7 טעג אַ וואָך. און ס׳זעט טאַקע אויס, אַז אַ סך פֿון די מאָבילקע־טרעגער פֿאַרברענגען מער צײַט מיט איר, איידער אָן איר. אַפֿילו אין יענע סיטואַציעס, ווען מע טאָר נישט רעדן (למשל, בעת מע זיצט אין קלאַס), שיקט מען זיך איבער בריוולעך ("טעקסט־אָנזאָגן").
פֿון אַן אַנטראָפּאָלאָגישן קוקווינקל קומט אַרויס אַן אינטערעסאַנטע פֿראַגע: אויב מענטשן רעדן אַזוי פֿיל מיט זייערע פֿרײַנד אויף דער מאָבילקע, קאָן מען דער­פֿון אַרויסדרינגען, אַז דער מכשיר דינט ווי אַ נייטיקע רפֿואה קעגן אונדזער גיך־רירנדיקער, הויך־טעכנאָלאָגישער געזעל­שאַפֿט? אַז אין אַ תּקופֿה ווען די השפּעה פֿון דער משפּחה איז אַ סך שוואַכער ווי אַ מאָל, העלפֿט די מאָבילקע שאַפֿן אַן עמאָ­ציאָנעלע, מער "משפּחהדיקע" פֿאַרבינדונג צווישן חבֿרים, און דערבײַ — אַ מער וואַרעמע געזעלשאַפֿט?
אפֿשר. זיכער קען מען זאָגן, אַז די מאָבילקע מוטיקט אַ גרעסערע אָפּהענגיקייט פֿון אַנדערע מענטשן. אין שפּײַזקראָם, למשל, וועט אַ מאַן, שטייענדיק בײַ די פֿרוכטן, פֿרעגן טעלעפֿאָניש: "איך זע פֿאַר­שידענע מינים פּאָמידאָרן. ווילסטו די גרויסע ניו־דזשערזי פּאָמידאָרן? די קאַרשן־טאָ­מאַטן? אָדער די אָרגאַנישע?" אין די צײַטן פֿ״מ (פֿאַר דער מאָבילקע), האָט אַ מענטש געניצט דעם שׂכל־הישר בײַם אײַנ­קויפֿן פֿאַר דער משפּחה; הײַנט האָט ער מורא אַליין צו באַשליסן וואָס צו קויפֿן, מוז ער קלינגען צום ווײַב בײַ יעדער גע­לעגנהייט — גלײַך ווי אַ קינד, וואָס האַלט זיך נאָך פֿאַר דער מאַמעס פֿאַרטעך.
אַ צווייטער משל: אַ מיידל פֿאַרבעט אַ צוואָנציק פֿרײַנד אויף אַ שׂימחה. בשעת זי שמועסט מיט אירע געסט, קלינגט איר אָן אַ גרופּע חבֿרטעס, וועלכע זענען פֿאַרבלאָנדזשעט געוואָרן. זיי ווילן זי זאָל זיי געבן אינסטרוקציעס בשעת זיי פֿאָרן, ווי אַזוי אָנצוקומען צו איר טיר. אין די צײַטן פֿון פֿ״מ, אַז אַ גאַסט האָט זיך פֿאַרבלאָנדזשעט, האָט ער זיך געוואָנדן צו אַ מאַפּע אָדער צום אָנגעשטעלטן אין דער נאָענטסטער בענזין־סטאַנציע. ס׳וואָלט קיינעם נישט אײַנגעפֿאַלן צו דולן אַ קאָפּ דעם גאַסטגעבער, וואָס דאַרף זיך, דער עיקר, פֿאַרנעמען מיט די געסט.
די מאָבילקע האָט אויך באַוויזן אָפּצו­מעקן די וואַנט צווישן דער פּריוואַטער און דער עפֿנטלעכער ספֿערע. אין די צײַטן פֿ״מ, ווען אַ מענטש אויף דער גאַס אָדער אין אַ רעסטאָראַן האָט געדאַרפֿט עמעצן אָנ­קלינגען, האָט ער זיך פֿאַרשפּאַרט אין אַ טעלעפֿאָן־קאַבינע און געקענט רעדן פּרי­וואַ­טע דיבורים הינטער אַ פֿאַרמאַכטער טיר.
אַפֿילו שפּעטער, ווען די טעלעפֿאָן־פֿיר­מעס האָבן, אַנשטאָט די קאַבינעס, גע­שטעלט האַלבע ווענטלעך צווישן איין טעלעפֿאָן און אַ צווייטן, האָט מען נאָך אַלץ געהאַט אַ שטיקל פּריוואַטקייט צו קענען פֿירן אַ פּערזענלעכן שמועס, אָן אַז אַנדערע זאָלן קענען הערן. הײַנט, מיט דער מאָבילקע, איז הפֿקר־פּעטרישקע. נישט גענוג, וואָס מע פּרוּווט נישט צו באַ­האַלטן די פּריוואַטע סודות פֿון דער עפֿנט­לעכקייט; פֿאַרקערט, צוליב דעם וואָס ס׳איז אָפֿט מאָל שווער צו הערן דעם צווייטן מענטש אויף דער ליניע, רעדט מען אַ סך העכער ווי געוויינטלעך, און מע כאַפּט זיך אַפֿילו נישט, אַז אַלע אַרום הערן זייער שמועס. נישט־וועלנדיק, ווערט מען אַן עדות צו דעם, ווי אַ מאַן זידלט אויס זײַן זון; מע זעט ווי אַ מיידל צעוויינט זיך, ווײַל איר בחור האָט זיך ערשט צעגאַנגען מיט איר. גאַנצע זייף־אָפּערעס שפּילן זיך אָפּ פֿאַר אונדזערע אויגן, און מיר ווערן דערבײַ אַ געצוווּנגענער עולם דערצו.
איבער די גאַסן פֿון מאַנהעטן זעט אויס ווי יעדער צווייטער מענטש פֿירט אַ שמועס אויף דער מאָבילקע. און דאָס ברענגט אונדז צו נאָך אַן ענין: צי האָבן די יונגע לײַט אַ מאָל אַ געלעגנהייט צו באַטראַכטן די וועלט אַרום זיך? צו באַוווּנדערן די אַר­כיטעקטור פֿון אַ בנין, דעם חנעוודיקן זאָג פֿון אַ ייִנגעלע, אָדער די געשמאַקע ריחות פֿון אַ רעסטאָראַן? אָדער פֿאַרקערט, צו ווערן אויפֿגעבראַכט פֿון מיסט, וואָס וואַלגערט זיך אויף די גאַסן? כּדי צו קענען אָנשרײַבן אַן עסיי, אָדער אַ ליד, דאַרף מען צו ערשט אָנשאַרפֿן די פֿעיִקייט אויפֿ­צונעמען די וועלט, און ס׳דאַכט זיך, אַז די מאָבילקע־פֿאַרגעטערער פֿאַרלירן יעדן טאָג אָן אַ שיעור געלעגנהייטן אײַנצוזאַפּן די אײַנדרוקן, און ריכטיק אָפּצושאַצן זייער סבֿיבֿה. יעדע געגנט אין אַ שטאָט האָט איר אייגענעם כאַראַקטער, אָבער אויב אַ מענטש מאַכט זיך טויב אָדער בלינד, וועט ער די אייגנשאַפֿטן פֿון אַ געגנט נישט קענען אָפּשאַצן. און אפֿשר ווילן זיי עס טאַקע אַזוי, ווײַל אַזוי קענען זיי זיך איבער­ציִען אין אַ פֿרעמדער שטאָט, אָבער זיך ווײַטער פֿאָרשטעלן, אַז זיי וווינען נאָך צווישן זייערע פֿרײַנד?
דאָס באַטראַכטן די וועלט איז איין קרבן פֿון דער מאָבילקע־פּלאַפּלערײַ; אַ צווייטער איז דאָס קענען זײַן אַליין, פּראַווען אַ שטיקל התבודדות. אין די צײַטן פֿון פֿ״מ, אַז מ׳איז געגאַנגען שפּאַצירן אָדער געפֿאָרן צו דער אַרבעט, האָט מען זיך אָפֿט מאָל פֿאַרטראַכט וועגן פֿאַרשידענע זאַכן. מע האָט געחלומט וועגן נסיעות אין אַ ווײַט לאַנד, וועגן די מעגלעכקייטן פֿון אַ נײַעם פּראָיעקט, וועגן אַ פּאָטענציעלן געליבטן... מע האָט אויסגעטראַכט סטראַ­טעגיעס, ווי אַזוי אויסצופֿרעגן אַ שיין מיידל אויף אַ ראַנדקע, אָדער ווי אַזוי צו מאָנען אַ העכערונג אין די שׂכירות. מע האָט דורכגעטראַכט פֿאַרשידענע "טרעפּ־ווערטער" — די ווערטער, וואָס פֿאַלן אײַך אײַן נאָך אַן אַרגומענט, ווען איר זענט שוין אויפֿן וועג אַרויס.
און דאָס, האַלט איך, איז נישט קיין קלייניקייט. אָן די מאָמענטן פֿון באַנע­מען סײַ די דרויסנדיקע וועלט, סײַ די אינע­ווייניקסטע געדאַנקען, איז זייער מעגלעך, אַז די מאָבילקע־ניצער וועלן מיט דער צײַט אַרויסווײַזן ווייניקער שאַפֿערישקייט און פּראָדוקטיווקייט אין די אַנדערע אַספּעקטן פֿון זייער לעבן, בפֿרט ווען זיי וועלן אַ מאָל פּרוּוון אָנשרײַבן אַ ליד אָדער אַן אַרטיקל. צוריק גערעדט, אויב די לייענער פֿון זייערע ווערק וועלן אַליין זײַן ווייניקער שאַפֿעריש, טאָ ווער וועט באַמערקן, אַז עפּעס פֿעלט?