בײַ דער פּרעמיערע פֿון "ייִדישע געשעפֿטן", סוף אָקטאָבער, 2006, (פֿון רעכטס): קאַרל מאַרקאָוויטש, גבי לסט און שׂשׂי קשת |
קאַראָל מאַרקאָוויטש ז״ל איז געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט פּיאַטראַ ניאַנץ אין דער באַרגיקער געגנט פֿון מאָלדאָווע אין רומעניע אין חודש מײַ 1938. זײַנע עלטערן, סײַ דער טאַטע, סײַ די מאַמע זענען געווען אַרבעטסמענטשן, מיטגלידער פֿון דער אומלעגאַלער קאָמוניסטישער באַוועגונג, וואָס איז גערודפֿט געוואָרן דורך דער ראָיאַליסטישער, האַלב־פֿאַשיסטישער מאַכט אין רומעניע.
קאַראָל מאַרקאָוויטש איז געוואָרן אַ ייִדישער אַקטיאָר שוין נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, בעת אין רומעניע זענען געשאַפֿן געוואָרן (שוין אין תּקופֿה פֿון דער קאָמוניסטישער מאַכט) צוויי ייִדישע מלוכה־טעאַטערס — איינער אין בוקאַרעשט און דער צווייטער אין יאַס. ער האָט פֿאַרענדיקט די טעאַטער־סטודיע בײַם ייִדישן מלוכה־טעאַטער אין בוקאַרעשט און איז גלײַך אָנגענומען געוואָרן ווי אַ מיטגליד פֿון דער טרופּע. די סטודיע איז געווען אַ מין טעאַטער־אַקאַדעמיע.
דער ייִדישער מלוכה־טעאַטער אין בוקאַרעשט איז צו גלײַך מיטן ייִדישן מלוכה־טעאַטער אין וואַרשע (פּוילן) געווען אַ טעאַטער פֿון אַ הויכער קינסטלערישער מדרגה. אין ייִדישן מלוכה־טעאַטער אין בוקאַרעשט האָט מען אויפֿגעפֿירט די בעסטע פּיעסעס פֿון קלאַסישן רעפּערטואַר און, פֿאַרשטייט זיך, ייִדישע פּיעסעס פֿון אַ קינסטלערישן כאַראַקטער.
22 יאָר האָט ער געשפּילט אין דעם טעאַטער. ער האָט זיך באַטייליקט אין העכער 120 פֿאָרשטעלונגען. ער האָט געשפּילט סײַ הויפּטראָלעס, סײַ "קליינע" ראָלעס. און דאָ מוז איך נאָך אַ מאָל באַטאָנען, אַז איך ווייס נישט וואָס דאָס מיינט "גרויסע" און "קליינע" ראָלעס. אַ גוטער אַקטיאָר שפּילט אַלץ, וואָס איז פֿאַר אים פּאַסיק. איך האָב געזען גרויסע שוישפּילער, וועלכע האָבן געשפּילט "קליינע" ראָלעס און געמאַכט מיט זיי אַ גרויסע טעאַטראַלע קאַריערע.
קאַראָל מאַרקאָוויטש האָט אין ייִדישן מלוכה־טעאַטער אין רומעניע געשפּילט די הויפּטראָלעס אין "אוריאל אַקאָסטאַ" פֿון קאַרל גוצקאָוו, און "גולם" פֿון ה. לייוויק, אין "סטעמפּעניו" פֿון שלום־עליכם. אין יאָר 1977 האָט ער עולה קיין ישׂראל און ווערט גלײַך אַנגאַזשירט אין העברעיִשן נאַציאָנאַלן טעאַטער "הבימה". אין דעם רעפּרעזענטאַטיוון טעאַטער שפּילט ער בולטע ראָלעס אין "פֿיגאַראָס חתונה", אין דער "אָפּערע פֿאַר אַ גראָשן" פֿון בערטאָלד ברעכט, "משיח" און "איבערן פּלויט". פֿון "הבימה" גייט ער אַריבער אין טעאַטער "קמרי" (קאַמערי). ער שפּילט דאָרט: "מען שליסט אָפּ די נאַכט", "דער רעוויזאָר", "ריטשאַרד דער דריטער", "דער גיבור אין קייטן". כאָטש ער האָט שנעל באַהערשט עבֿרית און האָט זיך זייער גוט אײַנגעגלידערט אין דער העברעיִשער מיליע, האָט אים אָבער געצויגן צו ייִדיש, צו ייִדיש טעאַטער...
אין יאָר 1997 שליסט ער זיך אָן צום "ייִדישפּיל־טעאַטער" און במשך פֿון 10 יאָר באַטייליקט ער זיך אין כּמעט אַלע פֿאָרשטעלונגען פֿון דעם טעאַטער. ער איז נישט בלויז אַ גלענצנדיקער דראַמאַטישער שוישפּילער, ער איז אויך אַ סאָליסט, אַ גוטער זינגער און רעציטאַטאָר. ער טרעט אויף אין פֿאָרשטעלונגען פֿון איין פּערזאָן.
איך האָב אים געזען אין אַלע פֿאָרשטעלונגען פֿון "ייִדישפּיל־טעאַטער". צום שטאַרקסטן האָט ער מיר זיך אײַנגעקריצט אין זכּרון אין דער ראָלע פֿון צדיק אין דער פֿאָרשטעלונג פֿון י.י. זינגער, "יאָשע קאַלב". אַ מאָנומענטאַלע געשטאַלט פֿון אַ רבין — עכט, אויטענטיש, קאָלאָסאַל! אַגבֿ, "יאָשע קאַלב" איז לויט מײַן מיינונג איינע פֿון די געלונגענסטע פֿאָרשטעלונגען פֿון "ייִדישפּיל־טעאַטער".
נאָך זײַן פֿריצײַטיקן טויט האָב איך געשמועסט מיט אייניקע אַקטיאָרן, וועלכע האָבן מיט אים מיטגעאַרבעט. זאָגן וועגן אים די אַקטיאָרן ישׂראל טרייסטמאַן און אורי קאָוואַלסקי, אַז ער איז אויסער אַ גוטער אַקטיאָר אויך געווען אַ גוטער חבֿר און אַ האַרציקער מענטש. קאַראָל מאַרקאָוויטש האָט ליב געהאַט מענטשן.
ער איז געווען אַן אינטערעסאַנטער מאַן, שיין געבויט, אַ הויכער, ברייט־פּלייציקער מיט אַ קאָלאָסאַלער שטימע (באַס־באַריטאָן), מיט אַ קלאָרער גוט־אויסגעשולטער דיקציע. אין דער תּקופֿה פֿון מיקראָפֿאָנען מיט הילכערס האָט ער זיך אין די אַלע טעכנישע מיטלען נישט גענייטיקט... ווי האָבן אַ מאָל געשפּילט אַקטיאָרן אָן די אַלע טעכנישע קונצן?.. ווי האָט מען געשפּילט אין גריכישן טעאַטער, אין די אַמפֿיטעאַטערס?
ייִדיש טעאַטער האָט פֿאַרלוירן אַ גלענצנדיקן שוישפּילער.
אַמטרעפֿלעכסטן האָט זיך וועגן אים אויסגעדריקט דער באַקאַנטער אַקטיאָר יעקבֿ אַלפּערן: "ער איז געווען אַן אַקטיאָר, וואָס האָט ליב געהאַט דאָס פֿאָלק, די אַקטיאָרישע פּראָפֿעסיע"...
דער אַקטיאָר קאַראָל פֿעלדמאַן זאָגט, אַז ער איז געווען אַן אימפּאָזאַנטער שוישפּילער!
דעם 30סטן דעצעמבער איז פֿאָרגעקומען די לוויה. אין אַ שווער, ווינטערדיק וועטער, אין אַ גאָס רעגן איז זיך צונויפֿגעקומען אַ גרויסער עולם באַגלייטן קאַראָל מאַרקאָוויטש צו זײַן אייביקער רו.
בײַם אָפֿענעם קבֿר האָט אים מספּיד געווען דער דירעקטאָר און קינסטלערישער לייטער פֿון "ייִדישפּיל־טעאַטער" שמואל עצמון (אַצמאָן). ער האָט צווישן אַנדערן געזאָגט וועגן אַ חבֿר און קאָלעגע:
"מיט עטלעכע טעג צוריק האָבן מיר זיך געוויצלט טעלעפֿאָניש וועגן דאָקטוירים און קראַנקייטן און שוין ביסטו נישטאָ. שווער צו גלייבן. דײַן גאַנץ לעבן האָסטו געווידמעט דער בינע.
"די בינע איז געווען פֿאַר דיר אַלץ. די ווערטער, וואָס דו האָסט אַזוי שיין אויסגעזונגען מיט דײַן וואַרעמען באַריטאָן האָבן באַצויבערט די צושויער. ווען דו האָסט דערלאַנגט פּראָזע אין ייִדיש פֿון דער בינע האָט מען זיך איבערצײַגט, פֿאַר וואָס 'ייִדיש קלינגט אַזוי שיין!’ ביסט געקומען קיין ישׂראל אין יאָר 1977, אַ סטאַר פֿון ייִדישן טעאַטער אין רומעניע האָסטו דײַנע ערשטע שריט געמאַכט אין העברעיִשן טעאַטער אין אַ שפּראַך וואָס איז דיר געווען כּמעט פֿרעמד און דו האָסט באַהערשט די שפּראַך אָן שום שוועריקייטן. האָסט געשפּילט אין עבֿרית און דו האָסט געבענקט נאָך ייִדיש...
"און דעמאָלט מיט 10 יאָר צוריק ביסטו געקומען צו אונדז אין טעאַטער. דו האָסט זיך בײַ מיר געבעטן: 'נעם מיך אַרײַן אין ייִדישן טעאַטער!’ האָסט נישט באַדאַרפֿט בעטן. מיט פֿרייד האָבן מיר דיך אָנגענומען אין טעאַטער, און מיר האָבן נישט געהאַט קיין חרטה און דו האָסט דאָס נישט באַדויערט. ביסט געוואָרן אַ וויכטיקער טייל פֿון אונדזער טעאַטער־קאָלעקטיוו. דו האָסט בײַגעשטײַערט צו דעם דערפֿאָלג פֿון אונדזער טעאַטער.
"נישט געקוקט אויף דײַן שלעכטן געזונט־צושטאַנד האָסטו נישט דורכגעלאָזט קיין איין פֿאָרשטעלונג, קיין פּרעמיערע.
"לעצטנס האָסטו זיך אײַנגעעקשנט צו שפּילן אַ קליינע ראָלע. האָסט נישט געוואָלט אַראָפּגיין פֿון די בינע־ברעטער.
"דאָס איז דער וועג פֿון אַן אמתן אַקטיאָר!
"מיר וועלן דיך קיין מאָל נישט פֿאַרגעסן!"
שמואל עצמון האָט פֿאַרענדיקט זײַנע הספּד־ווערטער מיט לייענען אַ ליד פֿון א. לוצקי, וואָס איז זייער צוגעפּאַסט בײַם באַגלייטן אַן אַקטיאָר צו זײַן אייביקער רו.
איך ציטיר אייניקע פֿראַגמענטן פֿון דעם ליד:
"גאָט! דו ביסט מײַן עדות;
איך וויל ניט שטאַרבן.
איך האָב פֿײַנט טויט
ווי דעם טויט,
און לעבן האָב איך ליב
ווי דאָס לעבן.
'יענע וועלט’ — פֿאַר מיר
אַ צו רויִק אָרט.
מײַן גײַסט איז ניט
פֿאַר דאָרט...
איך בין אַ דאָיער,
און דאָ וויל איך דאָיען.
אַ פֿאַרקאָכטער אין לעבן
מיט לײַב און לעבן
וויל איך דאָ לעבן.
און סע פֿאַלט מיר גאָרנישט אײַן
צו וועלן 'יענע וועלט’.
ווי קאָן איך וועלן שטאַרבן
אַז איך וויל גאָר לעבן!
גאָט, איך וויל נישט קיין לוויה
מיטן לעבן בין איך זיך מחיה!"
מיר האָבן פֿאַרלוירן אַ פֿרײַנד און קאָלעגע און דאָס ייִדישע טעאַטער — אַ פּרעכטיקן אַקטיאָר.