יוסף קערלער (1918—2000)
יוסף קערלער האָט עולה געווען אין יאָר 1971. צו יענער צײַט האָט ער שוין דערגרייכט זײַן באַזונדער אָרט אין דער ייִדישער סאָוועטישער דיכטונג. דורך זײַן אייגענעם פּײַנלעכן גורל און נאַציאָנאַלן חשבון־הנפֿש איז שוין פֿון לאַנג צו אים געקומען דער ניכטערער באַנעם פֿון אַלץ, וואָס ס׳קומט פֿאָר אין לאַנד "וואָס איז מיר נעענטער אַ מאָל געווען פֿון מײַן געזאַלצן העמד". מיט וואָרט און בילד, מיט נײַ אויפֿגעקומענע טענער און פֿאַרבן, דריקט ער אויס דעם וויי, וואָס ברענט אין זײַן נשמה. אין איינעם פֿון זײַנע לידער, געשריבן אין מאָסקווע, ערבֿ דער עליה, קלינגען אַזעלכע ווערטער:
...איבער קאַטאָרזשאַנסקע קאַלטע שטרעקעס
הילכט נאָך דער מאָנגאָלישער גאַלאָפּ.
נו, און איך דאָ מיט מײַן ייִדיש פּעקל,
וואָס באַדאַרף מיר אויסדאַרן דער קאָפּ?
ס׳לעשן זיך די גלעקעלעך וואַלדײַער,
ס׳רעווען־אויף ראַקעטעס דורך די נעכט.
כ׳וועל ניט זאָגן: ברענט עס אויפֿן פֿײַער,
אָבער — לא! כ׳בין מער דאָ ניט קיין קנעכט!
קערלערן האָט מען ניט אַרויסגעלאָזט, ער האָט זיך אַרויסגעריסן. דאָס איז שוין ניט צו פֿאַרגלײַכן מיט די, וואָס זײַנען געקומען סוף 80ער און אַוודאי אין די 90ער יאָרן. קיין איין שרײַבער האָט אַזוי עקשנותדיק ניט געקעמפֿט פֿאַר עליה, ווי קערלער. אין דעם פּרט איז ער געווען אַ זייער געוואַגטער וועגווײַזער און ווי קיינער ניט, אויפֿגעהויבן די פּראָטעסטירנדיקע שטים, כּדי אויסצודריקן דעם אָנגעזאַמלטן צער און ווייטיק.
יוסף קערלער, וואָס האָט געקענט און ליב געהאַט זײַן פֿאָלק און זײַנע רײַכע קולטור־אוצרות, איז געווען אַ גאָט־געבענטשטער דיכטער, עסיייִסט, דערציילער, רעדאַקטאָר. אַ ליריקער אין זײַנע לידער, אַן אויסגעצייכנטער דערציילער אין זײַן פּראָזע. פֿאָלקסטימלעך, סוזשעטיש. געשריבן האָט ער מיט קאָפּ און מיט האַרץ. זײַנע שילדערונגען זײַנען פּסיכאָלאָגיש פֿאַרטיפֿט, רעאַליסטיש. די שפּראַך — אַ יאָדערדיק־רײַכע.
אויב אָפּמעסטן די העכסטע מדרגה אין זײַן שעפֿערישקייט איז עס, פֿאַרשטייט זיך — פּאָעזיע, וואָס איז דורכגעדרונגען מיט טיפֿן ייִדיש־געפֿיל, איבערגעקאָכט אין פּאָעטישן קעסל פֿון זײַן געמיט.
קערלער און זײַן צײַטשריפֿט "ירושלימער אַלמאַנאַך" פֿאַר ליטעראַטור און געזעלשאַפֿטלעכע פּראָבלעמען, האָט געשטיצט, סטימולירט די ייִדיש־שעפֿער און פֿיל יאָרן געווען אַן אַדרעס פֿאַר ייִדישע שרײַבער, קולטור־טוער פֿון גאָר דער וועלט. דער גרינדער און הויפּט־רעדאַקטאָר פֿונעם אַלמאַנאַך, יוסף קערלער, האָט נאָך בײַ זײַן לעבן צוגעגרייט אַ ווערדיקן פֿאַרבײַט. די לעצטע זיבן יאָר איז זײַן מיטרעדאַקטאָר געווען דער דיכטער און וויסנשאַפֿטלער דבֿ־בער קערלער. איצט פֿאַרנעמט ער דעם טאַטנס אָרט.
אַ מעשׂה פֿון יאָרן. אויב איך האָב קיין טעות ניט איז מײַן ערשטע באַגעגעניש מיט י. קערלערן פֿאָרגעקומען אין 1937, אין מאָסקווער ייִדישן קלוב "קאָמוניסט", ניט ווײַט פֿון ווײַסרוסישן וואָקזאַל. אין דער פּרעכטיקער געבײַדע איז אויך פֿריִער געווען אַ ייִדישער קלוב, אויפֿן נאָמען פֿון בער באָראָכאָוו, איינער פֿון די אָנגעזעענסטע אידעאָלאָגן פֿונעם סאָציאַליסטישן ציוניזם. דאָרט איז אויך געווען אַ ליטעראַרישער קרײַז און אָפֿט פֿלעגן פֿאָרקומען באַגעגענישן מיט די אָנגעזעענסטע שרײַבער. געקומען איז קערלער פֿון אַ לאַנדווירטשאַפֿטלעכער קאָלאָניע אין קרים און זײַן פּנים איז געווען פֿאַרשׂרפֿעט פֿון זון און ווינט.
אין 1941 פֿאַרענדיקט ער די ייִדישע טעאַטער־שול. אין די ערשטע טעג פֿון דער מלחמה איז ער אויפֿן פֿראָנט. דרײַ מאָל פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן. יוסף קערלערס ערשטע לידער־זאַמלונג "פֿאַר מײַן ערד" איז דערשינען אין 1944 אין "עמעס"־פֿאַרלאַג און באַקומען אַ גוטן אָפּקלאַנג. דאַן האָט ער געהערט צו די ייִנגסטע אין דער ייִדישער סאָוועטישער פּאָעזיע, און איז געווען דורכגעדרונגען מיט פּאַטאָס פֿון שאַפֿונג. זײַנע ווײַטערדיקע וועגן האָבן געפֿירט צו אַ רײַכער דיכטערישער שעפֿערישקייט. ער דרוקט זיך אין דער צײַטונג "אייניקייט" און אין ליטעראַריש־קינסטלערישן אַלמאַנאַך "היימלאַנד". אין 1950 ווערט ער אַרעסטירט און פֿאַרשיקט אין די קוילנגרובן פֿון וואָרקוטאַ. רעהאַביליטירט אין 1955. די תּפֿיסות און לאַגערן האָבן ניט פֿאַרלאָשן, נאָר צעפֿלאַקערט קערלערס פּאָעטישן שײַטער, ניט פֿאַרקלענערט זײַן גרויסע איבערגעגעבנקייט צום ייִדישן וואָרט.
אין מאָסקווע דערשײַנען זײַנע צוויי לידער־זאַמלונגען. אמת, ביידע אין אויטאָריזירטע איבערזעצונגען אויף רוסיש: "מײַן טאַטנס ווײַנגאָרטן", 1957 און "כ׳וויל זײַן אַ גוטער", 1965. אין די געטאָ־לידער פֿון "מײַן טאַטנס ווײַנגאָרטן", גיט זיך אים אײַן צו פֿאַרעפֿנטלעכן לידער וועגן די צוואַנגס־לאַגערן.
צו זײַנע לידער, וואָס זײַנען פֿול מיט מחשבֿה, שרײַבן מוזיק די אָנגעזעענסטע ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן. מיט גרויס חשק און דערפֿאָלג ווערן זיי אויסגעפֿירט פֿון אַזוינע פּאָפּולערע זינגערס ווי נחמה ליפֿשיץ, מיכאל אַלעקסאַנדראָוויטש, זינאָווי שולמאַן. פּראָפֿעסיאָנעלע אַקטיאָרן און אַמאַטאָרן־טרופּעס שפּילן זײַנע איינאַקטערס, סקעטשן. מיט איין וואָרט, דער דיכטער און שאַפֿער פֿון קליינקונסט־דראַמאַטורגיע גייט ניט אַרום פּוסט־און־פּאַס. קערלער פֿאַרנעמט זיך מיט זײַן זאַך און אין אים נייטיקט מען זיך, נאָר...
אין משך פֿון זעקס יאָר פֿאָדערט ער און באַקומט ניט קיין דערלויבעניש אַרויסצופֿאָרן קיין ישׂראל. ס’איז ממש אומגלייבלעך, אָבער קערלערס ליד וועגן אָנהייב פֿון דער זעקס־טאָגיקער מלחמה האָט זיך אין דער ישׂראלדיקער פּרעסע באַוויזן אויפֿן צווייטן טאָג ווי ער האָט זי אין מאָסקווע אָנגעשריבן.
זײַן ציל האָט יוסף קערלער דערגרייכט אין 1971. ער מיט זײַן פֿרוי און זון באַזעצן זיך אין ירושלים. אין וואָכן אַרום, נאָך קערלערס אָנקומען אין לאַנד, דערשײַנט זײַן בוך "דאָס געזאַנג צווישן די ציין". דאָס פֿאָרוואָרט צום בוך שרײַבט דבֿ סדן. גאָר אין גיכן, נאָך אין דעם זעלבן 1971, דערשײַנען אין ניו־יאָרק מיט פּאַראַלעלע איבערזעצונגען אין ענגליש זײַנע "לידער פֿון פּראָטעסט".
צו מאָל ברענגט אונדז דער וואָרטקינסטלער אונטער איינע און די זעלבע טעוועלעך פֿון זײַן בוך סײַ לידער און סײַ פּראָזע. מיר, ווי אַ לייענער, שטערט עס ניט. אויך אין זײַנע עסייען, זכרונות, דערציילונגען ("געקליבענע פּראָזע", "ירושלימער אַלמאַנאַך", 1991) נעמען אויס די סיפּורי־מעשׂיות און זײַן קונסט צו שרײַבן בקיצורדיק, צימצומדיק.
און צום סוף אַ פּאָר זײַנע כאַראַקטער־שטריכן, ווי איך האָב זיי אײַנגעזען. אַ מענטש מיט אַ שטאַרקן ווילן, אויף אַ גוטן אופֿן אײַנגעשפּאַרט, אַנטשלאָסן און וואָס געמיינט, דאָס געזאָגט. ניט געצוימט אין עמאָציעס, האָט ער געקענט אָפּענטפֿערן ניט נאָר מיט אַן איראָנישן שמייכל, מיט אַ פֿײַערל פֿון חכמה און הומאָר, נאָר אויך מיט גאַל און צאָרן. זײַן אייגנאַרטיקער גאַנג, זיך שטענדיק דערגרונטעווען צום אמת און לעבן נאָר לויטן אייגענעם פֿאַרשטאַנד און שׂכל, איז געוואָרן אַ שם־דבֿר.
יוסף קערלער איז אומעטום און שטענדיק געווען איבער זיך אַ בעל־הבית. אַנטשלאָסנקייט פֿאַר יעדן פּרײַז האָט באַטײַט זײַן גרייט זיך אויסצושטעלן אויף גרויסע סכּנות. איז ניט צום חידושן זיך, וואָס וועגן יוסף קערלערן האָט אַבֿרהם סוצקעווער אַרויסגעבראַכט אַזוינע ווערטער: "לאָמיר הײַנט אַלע צוזאַמען מאַכן אַ שהחיינו, וואָס מיר האָבן צווישן אונדז אין ישׂראל אַ ייִדישן פּאָעט, אַ קעמפֿערישן, אַן עכטן, אַ אמתן, אַ ייִדישן, וואָס האָט זיך דורכגעריסן דורך אַלע פּענטעס און געקומען צו אונדז, צו לעבן דאָ און צו שאַפֿן דאָ".
אין ישׂראל האָט יוסף קערלער פֿאַרעפֿנטלעכט נײַן ביכער. דאָס צענטע איז דערשינען דאָ ניט לאַנג, צו זײַן פֿינפֿטער יאָרצײַט.