|
זלמן שניאור |
|
"וואָס זוכסטו דאָ, מיידל? וואָס האָסטו פֿאַרלוירן,
וואָס ווילסטו געפֿינען אין גראָז?"
"איך זוך מאַרגאַריטקעס", — פֿאַררויטלט זיך חוה,
פֿאַררויטלט זיך טראַ-לאַ-לאַ-לאַ.
אַלע געדענקען, אַ פּנים, דאָס דאָזיקע ליד פֿון זלמן שניאור (1886 אָדער 1887—1959), וואָס מע זינגט גאַנץ אָפֿט אין ייִדישע קאָנצערט-פּראָגראַמען. אין תּוך אַרײַן, איז עס איצט, צום באַדויערן, דאָס פּאָפּולערסטע ווערק פֿון דער ריזיקער ליטעראַרישער ירושה, איבערגעלאָזט פֿון דעם ייִדישן און העברעיִשן שרײַבער. ס’איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז עמעצער נעמט טאַקע אויף שניאורן ווי אַ שלאַגער-שרײַבער.
מיר איז ניט באַקאַנט, צי מע פֿאָרשט איצט ערנסט זלמן שניאורס ייִדישע ווערק. רוסישע ליטעראַטור-קענער אינטערעסירן זיך צו מאָל מיט שניאורן, ווײַל אייניקע זײַנע לידער האָט איבערגעזעצט דער באַקאַנטער דיכטער וויאַטשעסלאַוו כאָדאַסעוויטש. לעצטנס, האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַ "זשורנאַל פֿון קעלנער אוניווערסיטעט" פֿאַרן יאָר 2004, וווּ עס ווערט דערציילט וועגן אַ גאַסט, וואָס איז געווען געקומען קיין קעלן אַזש פֿון דעם באַגדאַדער אוניווערסיטעט: ד״ר הײַדער אַ. יאַסים פֿונעם אינסטיטוט פֿון סעמיטישע שפּראַכן, בײַם פֿאַקולטעט פֿון שפּראַך-קענטעניש. לויט דעם ווי עס דערציילט דער "זשורנאַל", האָט זיך דער איראַקער געלערנטער באַשעפֿטיקט מיט מאָדערנער העברעיִשער דיכטונג און אָנגעשריבן אַ ביאָגראַפֿיע פֿון זלמן שניאור.
אַ יאָרצענדליק פֿון זײַן לעבן האָט שניאור אָפּגעלעבט אין בערלין. דאָרטן האָט ער זיך באַקענט מיט כאָדאַסעוויטשן, ווי אויך מיטן קינסטלער לעאָניד פּאַסטערנאַק (באָריס פּאַסטערנאַקס פֿאָטער), וואָס האָט אין 1922 אָפּגעמאָלט שניאורס פּאָרטרעט. שניאור איז געווען צווישן די ייִדישע ליטעראַטן, וואָס האָבן פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿאַרן ייִדישן צענטער, וועלכער האָט זיך צעבליט אין בערלין אין די 1920ער יאָרן. דאָרט זײַנען אַרויס פֿינף ביכער זײַנע, אַרײַנגערעכנט די דרײַ-בענדיקע אויסגאַבע פֿון זײַנע "געזאַמלטע ווערק" (1924). אין דעם זעלבן יאָר, 1924, איז אַרויס אין בערלין אַ דרײַ-בענדיקע אויסגאַבע פֿון זײַנע העברעיִשע ווערק. אין בערלין האָבן אין די פֿריִע 1920ער יאָרן געלעבט די צוויי העברעיִשע דיכטער — חיים-נחמן ביאַליק און שאול טשערניכאָווסקי. צוזאַמען מיט זיי ווערט שניאורס נאָמען אָפֿט דערמאָנט דורך די היסטאָריקער פֿון דער מאָדערנער העברעיִשער ליטעראַטור.
אָבער אין 1924 האָט שניאור פֿאַרלאָזט בערלין און זיך באַזעצט אין פּאַריז. דאָרטן טאַקע האָט זיך מיט אים באַגעגנט אַב. קאַהאַן, און זינט 1927 האָט זיך געעפֿנט דאָס "פֿאָרווערטס"-זײַטל אין דעם שרײַבערס ביאָגראַפֿיע. מער ווי צוויי יאָרצענדליקער איז "פֿאָרווערטס" פֿאַר שניאורן געוואָרן די הויפּט-טריבונע פֿאַר זײַן ייִדישער שאַפֿונג.
אין זײַן בוך "דער גײַסט פֿון 'פֿאָרווערטס’" האָט הלל ראָגאָף זיך דערמאָנט:
"אין אויגוסט 1927, ווען אַב. קאַהאַן איז געווען אויף וואַקעישאָן אין אייראָפּע, האָב איך פֿון אים באַקומען אַ בריוו, אַז ער האָט אָפּגעמאַכט מיט ז. שניאור צו שרײַבן דערציילונגען און שילדערונגען פֿון זײַן היים-שטאָט שקלאָוו. [...] קורץ נאָך דעם האָבן שניאורס שאַפֿונגען אָנגעהויבן אָנצוקומען. זיי זײַנען דערשינען אין 'פֿאָרווערטס’ איין מאָל אַ וואָך, און זיי האָבן גלײַך געצויגן גרויס אויפֿמערקזאַמקייט. זיי האָבן אויסגענומען בײַ אַלע קלאַסן לעזער, בײַ פּשוטע און בײַ פֿײַנשמעקער. ווען קאַהאַן איז צוריקגעקומען אין דער רעדאַקציע, האָט מען אים פֿון אַלע זײַטן גראַטולירט און געדאַנקט פֿאַר דעם נײַעם פֿיטשור און דעם נײַעם שרײַבער."
שפּעטער האָט דער "פֿאָרווערטס" באַשטעלט אין ווילנע, אין באָריס קלעצקינס פֿאַרלאַג, אַ באַזונדערע אויסגאַבע פֿון "שקלאָווער ייִדן" (דער באַנד איז אַרויס אָן אַ דאַטע). און נאָך איין באַנד פֿון שניאורס ווערק איז אַרויסגעגעבן געוואָרן דורך "פֿאָרווערטס". געהייסן האָט ער "פֿערציק יאָר לידער און פּאָעמען, 1903—1944". אין 1945, ווען די פּאָעטישע זאַמלונג איז אַרויס אין ניו-יאָרק, איז דער מחבר שוין געווען אַן אַמעריקאַנער תּושבֿ. ווען די דײַטשן זײַנען אַרײַן אין פּאַריז, האָט ער מיט דער משפּחה אַ צײַט זיך אויסבאַהאַלטן, ביז זײַנע פֿראַנצויזישע פֿרײַנד האָט זיך אײַנגעגעבן אַריבערצופֿירן די שניאורס קיין שפּאַניע, פֿון וואַנען זיי זײַנען אין סעפּטעמבער 1941 אָנגעקומען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
ווי ס’איז געווען מיט אַ סך שרײַבער, זײַנען שניאורס באַציִונגען מיט "פֿאָרווערטס" געוואָרן לסוף גאַנץ קאָמפּליצירטע. פֿאַרבונדן איז עס געווען מיט דעם, וואָס אַב. קאַהאַן איז ניט געווען צופֿרידן מיט שניאורס ווערק, וועלכע ער האָט געדרוקט נאָכן פֿאַרענדיקן זײַן שקלאָווער סעריע. אַ געוויסע ראָלע האָט אין דעם געשפּילט קאַהאַנס נעגאַטיווע באַציִונג צום זשאַנער פֿון היסטאָרישן ראָמאַן, און שניאור האָט דווקא ליב געהאַט זיך צו פֿאַרטיפֿן אין דער געשיכטע. אַזוי איז געווען מיט זײַן ראָמאַן "נאַפּאָלעאָן און דער רבי", וואָס איז ניט געווען צום האַרצן דעם רעדאַקטאָר, הגם אַפֿילו היסטאָריקער האָבן עס אָפּגעשאַצט ווי אַ גוטע אָפּשפּיגלונג פֿון יענער תּקופֿה.
אַזוי צי אַזוי, אָבער סוף 1940ער יאָרן האָבן שניאורס ווערק אויפֿגעהערט זיך צו באַווײַזן אין "פֿאָרווערטס". אין 1951 האָט ער עולה געווען. אין דער אַנטאָלאָגיע "ייִדיש-ליטעראַטור אין מדינת-ישׂראל" (1991) ווערט ער פֿאַררעכנט ווי אַן ישׂראלדיקער שרײַבער. פֿאַקטיש איז ער געווען אַ תּושבֿ פֿון דעם "ייִדישלאַנד", וואָס איז געוואָרן אַזוי קליין נאָכן חורבן.