נתן דאַטנער מיט זײַנע דרײַ פּאַרטנערינס אין " דער לעצטער לײַדנשאַפֿטלעכער געליבטער " > |
קומט דער באר־שבֿער טעאַטער מיט יעדער נײַער פּרעמיערע קיין תּל־אָבֿיבֿ. ער רייצט אויף די קריטיק; ס’קומט אויך אַ היפּשער עולם — און אַלע בלײַבן צופֿרידן. ס’איז סײַ ווי איין קליין שטעטל, ישׂראל, און אַלע קאָנען זיך מיט אַלעמען. עפּעס ספּעציפֿיש באר־שבֿעריש איז דאָך נישט פֿאַראַן, פֿאַרבלײַבט בלויז אַ חבֿרישע באַגעגעניש מיט אַלטע באַקאַנטע, וואָס דער גורל האָט געוואָלט זיי זאָלן באַקומען אַרבעט אין באר־שבֿע און מיט דעם הייבט זיך עס אָן און מיט דעם לאָזט זיך עס אויס.
געגאַנגען זען האָבן מיר "דער לעצטער לײַדנשאַפֿטלעכער געליבטער" פֿון ניל סײַמאָן, פֿאַרשטענדלעך. אָט דער אַמעריקאַנער דראַמאַטורג איז אין ישׂראל — אָן איבערצוטרײַבן — איינער פֿון די פּאָפּולערסטע קאָמעדיע־שאַפֿערס. זײַנע קאָמעדיעס נעמען אַזוי אויס בײַ אונדז, אַז ווי נאָר דער פֿינאַנציעלער מצבֿ פֿון אַ טעאַטער גייט אַרײַן אין אַ קריזיס, פֿירט מען באַלד אויס ניל סײַמאָנס אַ קאָמעדיע און דער מצבֿ פֿאַרבעסערט זיך.
אָבער נישט בלויז צוליב די פֿינאַנציעלע סיבות, האָט נתן דאַטנער, דער גענעראַל־דירעקטאָר פֿון באר־שבֿע־טעאַטער, אויסגעוויילט אויפֿצופֿירן דווקא די פּיעסע "דער לעצטער לײַדנשאַפֿטלעכער געליבטער", וווּ ער אַליין שפּילט די הויפּט־ראָלע. מ’דאַרף נישט פֿאַרגעסן, אַז ניל סײַמאָן איז קודם־כּל אַ געניטער קאָמעדיע־שרײַבער, און ער איז נישט אויסן מען זאָל אים אָננעמען פֿאַרן ענדגילטיקן אמת־טרעגער; אין זײַנע קאָמעדיעס וואַרפֿט ער אַן אינטעליגענטן און שאַרפֿזיניקן בליק אויפֿן אַמעריקאַנער מיטלקלאַס מיט אַן אויפֿריכטיקער און לײַכטער קריטיק איבערן מאָדערנעם לעבנס־שטייגער.
"וואָס וויל איך בסך־הכּל?" — פֿרעגט אין דער קאָמעדיע דער 47־יאָריקער באַרני קאַשמאַן. "אַ ביסל פֿלירטעווען הינטער מײַן ווײַבס פּלייצע, זיך איבערצײַגן, אַז איך בין נאָך אַ צוציִענדיקער מאַן, פֿאַרזוכן פֿון דער פֿאַרבאָטענער פֿרוכט און זיך אומקערן אַהיים צו דער צײַט, צו עסן וועטשערע מיט דער פֿרוי און קינדער"... באַרני מאַכט אַ ראַנדעוווּ מיט דרײַ פֿרויען אין זײַן מוטערס שטוב. יעדע איינע פֿון זיי — די פֿאַרהייראַטע אָן אילוזיעס, די אַ ביסל צעדרייטע באָהעמקע און זײַן ווײַבס גוטע חבֿרטע — לערנען אים עפּעס וועגן זיך אַליין. אַז ער איז נישט קיין דערפֿאַרענער דאָן זשואַן, דאָס זעען מיר. מיר זעען אָבער אויך, אַז קיין גרויסער גיבור איז ער אויך נישט, נאָר אַ קליינלעכער, אָפּגעהיטער קאָנפֿאָרמיסט. די דרײַ "דאָן זשואַנישע" פּרוּוון געלינגען אים נישט; ער גייט אַרויס נאָך יעדן איינעם פֿון זיי, ווי אַ לא־יוצלח און קומט צום טרויערדיקן אויספֿיר, אַז ער האָט נישט קיין מזל.
דער ענגלישער רעזשיסאָר לעזלי לאַוטאָן ווייסט, ווי אַזוי צו רעזשיסירן אַזאַ סאָרט טעאַטער; מען דערקענט דאָ גוט זײַן אַרבעט מיט די פֿיר שוישפּילער: די דרײַ אַקטריסעס — אודיה קאָרן, הילה סורזשון־פֿישער, אדווה עדני און דעם איינציקן אַקטיאָר — נתן דאַטנער. דער רעזולטאַט איז אויף דער בינע — אַ פֿאַרווײַלערישע קאָמעדיע, מיט אַ מוסר־השׂכּל דערצו.