דאָס איז, אַגבֿ, אַ רעצעפּט וואָס מע קען גרינג צופּאַסן צו אַנדערע גרינסן. דעם קאַליפֿיאָר, למשל, קענט איר אויסבײַטן אויף צעשניטענע סטרוטשקעס (green beans) אָדער מערלעך. און נאָך איין זאַך: געוויינטלעך, בײַם אָפּפּרעגלען די קערעלעך אינעם הייסן בוימל, ווערט אַ רויך אין קיך. האָב איך דערפֿאַר אַן עצה: עפֿנט די פֿענצטער אָדער שטעלט אָן אַ ווענטילאַטאָר איידער איר הייבט אָן קאָכן...
1 קאַליפֿיאָר
1 ציבעלע
4 ציינדלעך קנאָבל
2 לעפֿל לימענע־זאַפֿט
1 לעפֿעלע קורקום
1 לעפֿעלע פֿעלד־גליאַנדער (coriander)
1/3 טעפּל וואַסער
1 לעפֿעלע זאַלץ
1/3 טעפּל קאַנאָלאַ־בוימל
1/2 לעפֿעלע זענעפֿט־קערעלעך
1/2 לעפֿעלע קעמיניק־קערעלעך
2 טעפּעלעך צעשניטענע פּאָמידאָרן
1/2־1 טעפּל פֿאַרפֿרוירענע גרינע אַרבעס
(יאָגורט, אויב איר ווילט)
צעשנײַדט דעם קאַליפֿיאָר אויף קליינע בלימעלעך. צעשנײַדט די ציבעלע און צעהאַקט דעם קנאָבל.
מישט צונויף אין אַ שיסעלע דעם קנאָבל, לימענע־זאַפֿט, קורקום, פֿעלד־גליאַנדער, וואַסער און זאַלץ.
הייצט אָן דעם בוימל אין אַ גרויסער פּאַטעלניע, איבער אַ גרויסן פֿײַער. שיט אַרײַן די זענעפֿט־ און קעמיניק־קערעלעך און דעקט גלײַך צו די פּאַטעלניע, כּדי די קנאַקנדיקע קערעלעך זאָלן נישט אַרויסשפּרינגען. ווען די קערעלעך הערן אויף צו קנאַקן, נעמט אַראָפּ דאָס דעקל און נעמט די פּאַטעלניע אַראָפּ פֿונעם פֿײַער, כּדי זי זאָל זיך אַ ביסל אָפּקילן.
אַ מינוט שפּעטער, שטעלט די פּאַטעלניע אויף אַ מיטעלן פֿײַער, גיט אַרײַן די ציבעלע און מישט ביז די ציבעלע ווערט דורכזיכטיק. גיט אַרײַן דאָס קנאָבל־געמיש, דעם קאַליפֿיאָר, די פּאָמידאָרן און די אַרבעס, און מישט גוט אויס, ביז דער קאַלעפֿיאָר באַקומט אַ געל קאָליר. דעקט צו די פּאַטעלניע און לאָזט מליִען בערך 10 מינוט, ביז דער קאַליפֿיאָר ווערט ווייך.
דאָס מאכל איז געשמאַק ווי עס איז, אָדער אויסגעמישט מיט יאָגורט.