תּורה־געדאַנק

בײַם סוף פֿון אונדזער פּרשה איז דאָ דער אָנזאָג פֿון דעם אויבערשטן צו משה רבינו "בעצם היום הזה לאמור: עלה אל הר העבֿרים הזה הר נבֿו וגו׳ ומות בהר" — דער אויבערשטער האָט געזאָגט צו משה רבינו אין מיטן טאָג אַזוי צו זאָגן: גיי אַרויף אויף אָט דעם "עבֿרים"־באַרג, דעם באַרג נבֿו, און דאָרט זאָל משה נפֿטר ווערן... דער אויסדרוק "בעצם היום", וואָס מיינט ממש אין מיטן טאָג, דערשײַנט נישט אָפֿט אין דער תּורה. וואָס איז דאָ די תּורה אויסן צו באַטאָנען?

דערקלערט רש״י אין זײַן פּירוש אויפֿן אָרט, אַז דערמיט האָט דער אויבערשטער געמיינט צו זאָגן, אַז ער נעמט צו משה רבינו אין מיטן טאָג, "און יעדער וואָס האָט כּוח צו פּראָטעסטירן און דאָס נישט צו דערלאָזן, זאָל קומען און פּראָטעסטירן ("וכל מי שיש בו כּוח למחות, יבוא וימחה"). דאָס איז געזאָגט געוואָרן דערפֿאַר, וואָס די בני־ישׂראל האָבן באַשלאָסן נישט צו דערלאָזן אַז משה זאָל נפֿטר ווערן, זאָגנדיק: "אָדם שהוציאנו ממצרים וקרע לנו את הים והגיז לנו את השׂליו ונתן לנו את התּורה, אין אנו מניחים אותו" — דער מענטש, וואָס האָט אונדז אַרויסגעצויגן פֿון מצרים, און האָט פֿאַר אונדז צעריסן דעם ים, און האָט פֿאַר אונדז געמאַכט אָנפֿליִען דעם (פֿויגל) שׂליו, און האָט אונדז געגעבן די תּורה (ס׳הייסט, איינער וואָס האָט באַוויזן פֿאַר די ייִדן אַזעלכע גרויסע נסים ונפֿלאות) — מיר וועלן אים נישט לאָזן (נפֿטר ווערן).

אויבן אויף, קען מען זיך דערויף זייער וווּנדערן: ווי האָבן ייִדן גאָר געהאַט אַזאַ געדאַנק, נישט צו דערלאָזן אַז משה רבינו זאָל נפֿטר ווערן?

אויף וואָסער וועג קען אַ שטערבלעכער מענטש באַווײַזן עפּעס אַזוינס, ווי שטערן דעם באַשעפֿער צוצונעמען די נשמה פֿון אַ מענטשן — פֿון וועמען ס׳זאָל נישט זײַן? נאָר דער פּשט איז, אַז זיי האָבן געמיינט נישט צו דערלאָזן אַז משה רבינו זאָל אַרויפֿגיין אויפֿן באַרג נבֿו. דאָס הייסט, אַז זײַן עולה זײַן אויפֿן באַרג נבֿו איז געווען אַ תּנאי, אַ באַדינג אין זײַן פּטירה; אָן דעם קען נישט אָנקומען זײַן הסתּלקות. האָבן די ייִדן געמיינט, אַז אויב זיי וועלן נישט דערלאָזן משהן אַרויפֿגיין אויפֿן באַרג, וועט במילא בטל ווערן די גזירה אויף זײַן פּטירה.

אָבער סײַווי זעט אויס אין פֿלוג, אַז די ייִדן האָבן געפּרוּווט ווירקן קעגן דעם אויבערשטנס ווילן. ער ב״ה זאָגט משהן, ער זאָל אַרויפֿגיין אויפֿן באַרג און דאָרט נפֿטר ווערן — און זיי באַשליסן דאָס צו פֿאַרמײַדן! און דאָ רעדט זיך דאָך וועגן דעם דור ייִדן, וואָס זײַנען אַרײַן אין ארץ־ישׂראל, אַ דור פֿון צדיקים, אויף וועמען משה רבינו זאָגט אין דער תּורה (דבֿרים ד, ד): "ואַתּם הדבֿקים בהשם אלקיכם וגו׳" — און איר זײַט אַלע באַהאָפֿטן מיט דעם אויבערשטן אײַער ג־ט! טאָ ווי שטעלן זיך אָט די ייִדן קעגן דעם אויבערשטן?

נאָר די ייִדן האָבן געהאַט אַזאַ טענה: לויט דער תּורה טאָר אַ מענטש נישט זײַן קיין "כּפֿוי טובֿה", ער טאָר נישט זײַן אומדאַנקבאַר צו דעם מענטשן וואָס האָט אים אַ טובֿה געטאָן. הײַנט, ווי באַלד אַז משה רבינו האָט אונדז געטאָן אַזוי פֿיל גרויסע טובֿות, ליגט אויף אונדז אַ תּורהדיקער חובֿ צו טאָן פֿאַר אים אַלץ; אויך אַזוינס וואָס זאָל אויסמײַדן זײַן פּטירה. דער אויבערשטער האָט דאָך דעם אָנזאָג אַרויפֿצוגיין אויפֿן באַרג געלאָזט הערן בלויז צו משה רבינו, נישט צו אונדז. איז אפֿשר האָט דער אויבערשטער אַליין דערמיט געעפֿנט פֿאַר משהן אַ רעטונגס־טירעלע, האָבן די ייִדן געטראַכט. מעגלעך, אַז אין דעם איז געווען אַ רמז — האָבן זיי געמיינט — אַז דורך אונדזער באַמיִונג פֿאַר משה רבינו וועט בטל ווערן די גזירה און ער וועט אַרײַנקומען אין הייליקן לאַנד.

איז במילא פֿאַרשטאַנדיק, אַז די ייִדן האָבן ניט געמיינט צו ווידערשפּעניקן דעם אויבערשטן; פֿאַרקערט גאָר, זיי האָבן געהאַלטן, אַז אין תּוך איז עס גאָר דעם אויבערשטנס אמתער ווילן — צו דערמעגלעכן, אַז זיי זאָלן מבֿטל זײַן די פּטירה־גזירה אויף משה רבינו. און דאָס איז טאַקע אמת, אַז די ייִדן איז געגעבן געוואָרן דער כּוח אָפּצושרײַען גזירות אַפֿילו נאָך דעם ווי זיי זײַנען אָפּגעחתמעט אין הימל — דורך תּשובֿה, תּפֿילה און צדקה, וועלכע זײַנען "מעבֿירין את רוע הגזירה" (זיי באַזײַטיקן די גזירה).

אָבער ווי מיר ווייסן, איז אין דעם פֿאַל די ייִדן דאָס נישט געלונגען און משה רבינו איז נפֿטר געוואָרן. מוזן מיר דאָך זאָגן — ווי תּורת החסידות לערנט אונדז — אַז דאָס וואָס דער מסירת־נפֿש־אָנשטרענג פֿון די ייִדן פֿאַר משה רבינו האָט נישט געהאָלפֿן, איז דאָס גאָר געווען פֿאַר דער טובֿה פֿון ייִדישן פֿאָלק.

און דאָס איז אָנגעוווּנקען אין די ווערטער פֿון פּסוק: "בעצם היום הזה", אַז דער טאָג פֿון משה רבינוס פּטירה איז נוגע צום "עצם" קיום פֿון ייִדישן פֿאָלק. פֿאַר דעם אויבערשטן איז געווען אַנטפּלעקט, אַז עס וועט קומען אַ צײַט ווען די ייִדן וועלן געשטרויכלט ווערן אין חטאים און פּשעים, און זיי וועלן דערפֿאַר פֿאַרטריבן ווערן פֿון הייליקן לאַנד — דערפֿאַר איז געווען נייטווענדיק אַז משה רבינו זאָל נישט אַרײַן אין ארץ־ישׂראל.

וועגן משה רבינו שטייט אין די הייליקע ספֿרים, אַז זײַנע מעשׂים זײַנען אייביק, נצחיותדיק. אויב ער אַליין וואָלט אַרײַנגעבראַכט די ייִדן אין ארץ־ישׂראל, וואָלטן זיי זיך דאָרט באַזעצט אויף אייביק, אָן דער מעגלעכקייט אַז זיי זאָלן פֿאַרטריבן ווערן אין גלות. אין דעם פֿאַל וואָלט אויסגעקומען, אַז ווען די ייִדן וואָלטן געזינדיקט, וואָלט שוין פֿאַר די ייִדן נישט געווען די מעגלעכקייט אויסצומײַדן דעם פֿײַער פֿון ג־טלעכן צאָרן דורך אַוועקגיין אין גלות און עס זאָל אויסגעגאָסן ווערן דער צאָרן "על העצים ועל האבֿנים" (אויפֿן בית־המקדש), נאָר דאָס וואָלט געטראָפֿן דעם גאַנצן ייִדישן פֿאָלק. די פּטירה פֿון משה רבינו האָט געגעבן דעם אויסוועג פֿון גיין אין גלות, פֿון וואַנען די ייִדן וועלן אויסגעלייזט ווערן און זיך צוריקקערן אין ארץ־ישׂראל דורך דער גאולה שלמה בקרובֿ ממש.

יום הכּיפּורים

דער רמב״ם שרײַבט אין הלכות תּשובֿה (ב, ז): "יום הכּיפּורים הוא זמן תּשובֿה לכל, לכל יחיד ולרבים וכו׳ לפֿיכך חייבֿים הכּל לעשות תּשובֿה וכו׳ ביום הכּיפּורים" — יום־כּיפּור איז די צײַט פֿאַר תּשובֿה פֿאַר אַלע, פֿאַר אַ יחיד און פֿאַר רבים... דעריבער, זײַנען אַלע מחוייבֿ תּשובֿה צו טאָן אין יום־כּיפּור...

פֿון רמב״מס לשון איז קענטיק אין פּשטות, אַז אין יום־כּיפּור איז דאָ אַ באַזונדערער חיובֿ תּשובֿה צו טאָן, וויבאַלד אַז דעמאָלט איז דער "זמן תּשובֿה" — יום־כּיפּור איז אַזאַ זמן וואָס פֿאָדערט תּשובֿה פֿון ייִדן. מיר געפֿינען ענלעך דערצו אין ספֿר "שערי תּשובֿה לרבינו יונה" (שער ב), אַז ס׳איז דאָ אַ מצות עשׂה פֿון דער תּורה, אַז אַ מענטש זאָל דערוועקן זײַן געמיט אומצוקערן זיך מיט תּשובֿה צום אויבערשטן אין יום־כּיפּור..."

מפֿרשים אויפֿן רמב״ם שטעלן זיך אויף אָט די ווערטער פֿון רמב״ם און זוכן צו דערקלערן, וואָס אייגנטלעך שטעלט מיט זיך פֿאָר אָט די תּשובֿה פֿון יום־כּיפּור. וואָרעם דאָ שטעלט זיך די שאלה בנוגע דעם חיובֿ פֿון תּשובֿה אין יום־כּיפּור — מיר ווייסן דאָך, אַז באַלד נאָך דעם ווי אַ מענטש באַגייט אַ זינד, ליגט שוין אויף אים אַ חיובֿ תּשובֿה צו טאָן. הײַנט, וואָס איז דער תּשובֿה־חידוש אין יום־כּיפּור?

און מ׳קען דאָך פֿרעגן: דער רמב״ם זאָגט דאָך קלאָר, אַז יום־כּיפּור איז אַ תּשובֿה־צײַט פֿאַר אַלע, פֿאַר יעדן איינעם — ס׳הייסט, אויך פֿאַר די וואָס האָבן שוין תּשובֿה געטאָן פֿאַר יום־כּיפּור — פֿאַר וואָס זאָלן זיי יום־כּיפּור נאָך אַ מאָל תּשובֿה טאָן?

עס זײַנען פֿאַראַן מפֿרשים וואָס דערקלערן, אַז דער אויפֿטו פֿון דער יום־כּיפּור־תּשובֿה איז פֿאַר די, וועלכע האָבן נישט תּשובֿה געטאָן פֿריִער אויף זייערע עבֿירות. דהײַנו: אמת טאַקע, אַז באַלד נאָכן באַגיין אַ חטא איז שוין דאָ אַ חיובֿ צו טאָן די מצוה פֿון תּשובֿה, אָבער כּל־זמן דער זינדיקער לעבט הייסט עס נישט, אַז ער האָט עובֿר געווען אויף דער מצוה פֿון תּשובֿה, וויבאַלד ער קען נאָך אַלץ תּשובֿה טאָן (סײַדן אַזאַ איינער וואָס איז געשטאָרבן אָן תּשובֿה). דאָס הייסט, אַז די אַלגעמיינע מצוה פֿון תּשובֿה איז נישט באַגרענעצט און אָפּהענגיק אין אַ באַשטימטער צײַט. דערקעגן דער חיובֿ פֿון תּשובֿה אין יום־כּיפּור איז אײַנגעראַמט אין דעם יום־כּיפּור־טאָג, און אויב ס׳איז אַוועק דער טאָג און דער ייִד האָט נישט תּשובֿה געטאָן, איז ער עובֿר אויף דער מצוה פֿון תּשובֿה. לויט דעם איז אין דער תּשובֿה פֿון יום־כּיפּור נישטאָ קיין אויפֿטו לגבי דער אַלגעמיינער תּשובֿה פֿון אַ גאַנץ יאָר.

אָבער ווען מ׳טראַכט זיך אַרײַן אין דעם לשון פֿון רמב״ם וועגן דער יום־כּיפּור־תּשובֿה, לאָזט זיך אַרויסדרינגען, אַז אין דער עצם תּשובֿה פֿון יום־כּיפּור איז פֿאַראַן אַ חידוש לגבי דעם אַלגעמיינעם חיובֿ פֿון תּשובֿה.

ווערט אַרויסגערעדט אין תּורת החסידות, אַז די תּשובֿה פֿון יום־כּיפּור האָט אין זיך אַ חידוש לגבי דער תּשובֿה, וואָס אַ ייִד איז מחוייבֿ צו טאָן צו יעדער צײַט נאָך אַ חטא — און דאָס קען מען אַרויסלערנען פֿון דער נאָכפֿאָלגנדיקער הלכה אין רמב״ם. דאָרט ווערט געזאָגט: "עבֿירות שהתוודה עליהן ביום הכּיפּורים זה, חוזר ומתוודה עליהן ביום הכּיפּורים אחר, אף־על־פּי שהוא עומד בתּשובֿה וכו׳" — עבֿירות (וואָס אַ ייִד איז באַגאַנגען) וואָס אַ ייִד האָט זיך אויף זיי "מתוודה" געווען (זיי אַרויסגעזאָגט מיט חרטה, מיט תּשובֿה) אין דעם יום־כּיפּור, דאַרף ער אויף זיי ווידער "מתוודה" זײַן אין אַן אַנדער יום־כּיפּור, הגם אַז ער האַלט זיך בײַ דער פֿריִערדיקער תּשובֿה.

זעט מען דערפֿון די אַנדערשקייט אין דעם חיובֿ פֿון תּשובֿה אין יום־כּיפּור, אַז אויך אויף די עבֿירות, וואָס ער האָט אויף זיי ווי געהעריק תּשובֿה געטאָן אין אַ פֿריִערדיקן יום־כּיפּור, דאַרף ער אויף זיי מתוודה זײַן (תּשובֿה טאָן) אויך דעם קומענדיקן יום־כּיפּור. עפּעס אַזוינס געפֿינט מען נישט בײַ דעם געוויינלעכן חיובֿ פֿון תּשובֿה אַ גאַנץ יאָר. אויב אַ ייִד האָט געזינדיקט, און דערנאָך חרטה געהאַט אויף דעם מיט אַן אמת און ער האָט זיך אויף דעם מתוודה געווען — אַזוי אַז ער איז שוין מער נישט געשטרויכלט געוואָרן אין אָט דער זינד — האָט אים דער אויבערשטער פֿולקאָם מוחל געווען. ער האָט נישט מער קיין חיובֿ תּשובֿה צו טאָן.

די גרונט־סיבה פֿונעם חידוש אין דער תּשובֿה פֿון יום־כּיפּור, האָט דער רמב״ם אָנגעדײַט אין זײַנע גענוי געמאָסטענע ווערטער: "יום הכּיפּורים הוא זמן תּשובֿה לכּל" (יום־כּיפּור איז אַ צײַט פֿון תּשובֿה פֿאַר אַלע). צו וואָס גיט דער רמב״ם אָט דעם אַרײַנפֿיר און זאָגט נישט באַלד די הלכה אַליין: "חייבֿים הכּל לעשׂות תּשובֿה ולהתוודות ביום הכּיפּורים", אַז אַלע זײַנען מחויבֿ תּשובֿה צו טאָן און זיך מתוודה זײַן אין יום־כּיפּור?

דערפֿאַר דאַרף מען זאָגן, אַז דערמיט דעפֿינירט דער רמב״ם דעם ספּעציפֿישן חידוש און דעם יום־כּיפּורדיקן חיובֿ פֿון תּשובֿה: די אַלגעמיינע פֿאַרפֿליכטונג צו טאָן תּשובֿה איז אַ תּוצאָה (קאָנסעקווענץ) פֿון דעם מענטשנס זינד־מצבֿ — די באַגאַנגענע זינד איז גורם און רופֿט אַרויס דעם חיובֿ צו טאָן תּשובֿה. און דעריבער, ווען דער מענטש האָט באמת חרטה געהאַט אויף די זינד און זיך מתוודה געווען, ווערט בטל די סיבה פֿון דער תּשובֿה.

אָבער דער חיובֿ פֿון תּשובֿה אין יום־כּיפּור — ווי מיר דרינגען אַרויס פֿון דעם רמב״מס ווערטער — איז געבונדן (נישט אַזוי מיט דעם זינדיקנס מצבֿ, ווי) מיטן זמן — דער זמן פֿון יום־כּיפּור איז די סיבה צום חיובֿ פֿון תּשובֿה.

און ס׳איז גוט פֿאַרשטאַנדיק וואָס דער רמב״ם איז אויסן צו באַטאָנען מיט די ווערטער, אַז יום־כּיפּור איז אַ "זמן תּשובֿה לכּל", די צײַט פֿון תּשובֿה פֿאַר אַלע: ס׳איז האָ בהאָ תּליא, איינס איז אָפּהעגיק פֿון צווייטן — וויבאַלד אַז דער זמן פֿון יום־כּיפּור איז די סיבה צו דער יום־כּיפּור־תּשובֿה, דערפֿאַר איז עס אַ צײַט פֿון תּשובֿה פֿאַר אַלע ייִדן, אויך פֿאַר די וואָס האָבן שוין תּשובֿה געטאָן ווי ס׳דאַרף צו זײַן. דער זמן פֿון יום־כּיפּור פֿאָדערט אַ תּשובֿה אויך אויף די עבֿירות וועלכע זײַנען אָפּגעווישט געוואָרן דורך אַ פֿריִערדיקער תּשובֿה.