רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

אויב איר האָט ליב לאַזאַניע אָבער זאָרגט זיך וועגן דעם הויכן פּראָצענט פֿעטס, אָט האָט איר אַ געשמאַקן רעצעפּט, וואָס פֿאַרבײַט דעם בוימל אויף יויך, און באַטעמט עס מיט סויע־סאָוס און באַלזאַמישן עסיק.

די גרעסטע מעלה פֿון דעם מאכל: מע דאַרף נישט באַזונדער אָפּקאָכן די לאָקשן. אַ דאַנק דעם יויך, ווערן די לאָקשן דורכגעקאָכט, בעתן באַקן.

שפּריצבוימל
1/2־3 טעפּלעך ווייניק־פֿעטיקע ספּאַגעטי־סאָוס
2 טעפּלעך ווייניק־פֿעטיקע פּאַרעווע יויך
2 אייער
2 ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט
1 טעפּל צעמאָלענע ווייניק־פֿעטיקע מאָצאַרעלע־קעז
2 טעפּלעך ווייניק־פֿעטיקע ריקאָטע־קעז
10 אונץ (280 גראַם) פֿאַרפֿרוירענער צעשניטענער שפּינאַט
1 ציבעלע, צעהאַקט
1 טעפּל צערעפֿטלטע שוועמלעך
1 לעפֿעלע סויע־סאָוס
2 לעפֿעלעך באַלזאַמישער עסיק
8 אונצן (225 גראַם) לאַזאַניע־לאָקשן
זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק

באַשפּריצט אַ בעקן מיט שפּריצבוימל. הייצט דעם אויוון ביז 350 גראַד (177 צעלזיוס).

מישט צונויף אין אַ שיסל 1 טעפּל יויך מיטן ספּאַגעטי־סאָוס. אין אַ באַזונדער שיסל קאָמבינירט דעם ריקאָטע־קעז, איי, 1 טעפּל מאָצאַרעלע, קנאָבל, זאַלץ און פֿעפֿער.

צעטאָפּעט דעם שפּינאַט אין דעם מיקראָכוואַלניק.

קאָכט די צעהאַקטע ציבעלע אין 1 טעפּל יויך ביז די ציבעלע ווערט דורכזיכטיק. שיט אַרײַן די שוועמלעך, סויע־סאָוס און עסיק, און קאָכט בערך 10 מינוט איבער אַ מיטעלן פֿײַער, ביז דאָס געמיש זאַפּט אײַן ס׳רובֿ פֿון דער גיסיקייט. מישט אַרײַן דעם שפּינאַט.

באַגיסט דעם בעקן מיט 4 לעפֿל ספּאַגעטי סאָוס. לייגט אויס אין בעקן אַ דריטל פֿון די לאַזאַניע־לאָקשן; דערנאָך, 4 לעפֿל פֿונעם ספּאַגעטי־סאָוס; אַ דריטל פֿונעם קעז־געמיש, און אַ דריטל פֿונעם שפּינאַט־געמיש. חזרט דאָס איבער צוויי מאָל, פֿאַרענדיקנדיק מיטן ספּאַגעטי־סאָוס.

באַקט, אָן אַ דעקל, 45 מינוט, ביז די גיסיקייט וועבט זיך אויס. באַשיט די לאַזאַניע מיטן איבעריקן מאָצאַרעלע־קעז און באַקט נאָך 15 מינוט.