פּובליציסטיק
מע שטעכט דורך די ליפּ בײַ אַ מיידל, אויף דער יערלעכער
מע שטעכט דורך די ליפּ בײַ אַ מיידל, אויף דער יערלעכער
Getty Images

איך שטיי בײַ דער קאַסע אינעם "פֿוד עמפּאָריום" סופּערמאַרק, און וואַרט צו באַצאָלן. די יונגע קאַסירערין אַרבעט פֿלינק. אָבער דערנאָך, ווען זי עפֿנט דאָס מויל מיר צו זאָגן דעם פּרײַז, דערזע איך אויף דער צונג אַ זילבערדיק צונג־רינגל. נישט ווילנדיק, רופֿט עס אַרויס אין מיר אַ מיגל. ערשט דעמאָלט באַמערק איך אויך אַ צווייט רינגל אויף דער לינקער ברעם, און אַ דריטס אויפֿן פּופּיק, וואָס ווינקט אַרויס אונטער איר קורץ העמדל.

מיידלווײַז בין איך אַליין געגאַנגען זיך דורכשטעכן די אויערן, און הגם די פּראָצעדור האָט געדויערט בלויז אַ צוויי סעקונדעס, האָב איך געוווּסט, אַז עס וועט וויי טאָן. קיין ברירה האָב איך נישט געהאַט, ווײַל איך האָב געהאַלטן, אַז אַ מיידל קאָן נישט אויסזען שיין אָן אויעררינגלעך; האָב איך זיך געשטאַרקט און אויסגעהאַלטן דעם ווייטיק. פֿונדעסטוועגן, האָט דאָס לעכערן די אויערן אויסגעזען זייער נאַטירלעך, ווײַל אויעררינגלעך (בײַ פֿרויען) זענען שוין פֿון לאַנג אַן אָנגענומענער טייל פֿון אונדזער שיינקייט־קולטור.

אָבער אין די 1980ער יאָרן האָבן געוויסע יונגע לײַט, מיידלעך און בחורים, אָנגעהויבן טראָגן צירונג, שיִער נישט אויפֿן גאַנצן לײַב: אין די נאָזלעכער (פֿריִער האָב איך דאָס בלויז געזען בײַ געוויסע אַפֿריקאַנער שבֿטים, פֿאָטאָגראַפֿירט אינעם זשורנאַל National Geographic), אין דער ליפּ, אין דער צונג, אָדער אין אַנדערע אבֿרים, וואָס איך שעם זיך אַפֿילו אַרויסצוזאָגן (דאָרטן, וווּ די הויט איז אַזוי סענסיטיוו, אַז עס נעמט אַמאָל חדשים לאַנג זיך אויסצוהיילן). אָנגעהויבן האָט זיך די "לעכער־באַוועגונג" בײַ די "פּאָנק־ראַק"־מוזיקער און זייערע אָנהענגער, וועלכע האָבן געוואָלט אויסדריקן זייער אַנטאַגאָניזם צו די געזעלשאַפֿטלעכע נאָרמעס. האָבן זיי זיך געמאַכט אויסטערלישע פֿריזורן (אָפֿט מאָל געפֿאַרבט די האָר, אָדער אַ טייל פֿון די האָר, גרין אָדער בלאָ), זיך באַשמירט מיט אַ סך קאָסמעטיק (יאָ, אַפֿילו די מענער האָבן געטראָגן ליפּן־פּאָמאַדע און מאַסקאַראַ), און זיך געלעכערט און טאַטויִרט דאָס לײַב.

איך געדענק דאָס ערשטע מאָל, וואָס איך האָב דערזען אַ נאָזרינג בײַ אַ ייִד. אַ חבֿרטע מײַנע האָט אָרגאַניזירט אַ פֿאַרקנסונג־שׂימחה לכּבֿוד איר טאָכטער. ווען איך בין אָנגעקומען, האָט זי מיך באַקענט מיטן שלאַנקן ייִדישן חתן, און ס׳איז מיר פֿינצטער געוואָרן פֿאַר די אויגן; פֿון די נאָזלעכער האָט בײַ אים אַראָפּגעהאָנגען אַ גאָלדענע רינג. איך ווייס נישט, צי דער בחור האָט געמיינט, אַז ער זעט אויס שיין אָדער "סעקסי" מיט אַזאַ זאַך; נאָר מיר האָט עס אויסגעזען, איר וועט מיר מוחל זײַן, ווי עס הענגט בײַ אים אַ קוזשעלע אָדער אַ סטרעמפּל פֿון דער נאָז. אַ גאַנצן אָוונט האָב איך אויסגעמיטן צו קוקן אויף אים.

דאָס לעכערן זיך דעם גוף איז מיט דער צײַט געוואָרן אַ גאַנצע מאָדע בײַם ייִנגערן דור. אין אָנהייב, האָט זיך מיר געדאַכט, אַז דאָס וועט אין גיכן איבערגיין. די בחורים און מיידלעך וועלן מיט דער צײַט זוכן אַרבעט, וווּ די באַלעבאַטים וועלן זיי דערקלערן, ווי מע דאַרף זיך אָנטאָן צו באַקומען אַ שטעלע.

נאָר וואָ׳דען? אַנשטאָט די יוגנטלעכע זאָלן זיך צופּאַסן צו די סטאַנדאַרטן פֿון דער געזעלשאַפֿט, האָט זיך אַרויסגעוויזן פּונקט דאָס פֿאַרקערטע. לשם טאָלעראַנץ, האָבן ס׳רובֿ אַרבעטגעבער, אַ פּנים, באַשלאָסן, אַז ס׳איז נישט כּדאַי צו מאַכן אַ צימעס וועגן דעם. קאָן זײַן, זיי האָבן זיך געשראָקן, אַז די יונגע לײַט וועלן עס פֿאַרטײַטשן ווי דיסקרימינאַציע, אויב מע הייסט זיי אויסטאָן זייערע "אויסדריק־מיטלען", און אַז די אַרבעטער וועלן גאָר אָרגאַניזירן מאַניפֿעסטאַציעס לטובֿת די רעכט פֿון די "געלעכערטע"... אַפֿילו אין אוניווערסיטעט האָב איך שוין געזען אַ לערערין מיט אַ נאָזרינג! איין זאַך איז זיכער: ווען איך וואָלט געדאַרפֿט זיצן אין אַ קלאַס מיט אַ לערער, וואָס טראָגט אַ נאָזרינג אָדער אַ צונגרינג, וואָלט איך זיך אויף אים באַקלאָגט צום דעקאַן: פֿאַר וואָס רעכנט מען זיך מיט דער פֿרײַהייט פֿון די "געלעכערטע", אָבער דערווײַל דיסקרימינירט מען די סטודענטן, וואָס קענען נישט קוקן דעם לערער אין פּנים אַרײַן?

אויך די טאַטוס — וואָס זענען אַרײַן אין דער מאָדע בערך אין דער זעלבער צײַט ווי דאָס טראָגן צירונג אויף די אומגעריכטע אבֿרים — זענען געבליבן פּאָפּולער בײַ דער יוגנט. און דאָס מאַכן אַ טאַטו, ווי איר ווייסט מסתּמא, טוט נאָך מער וויי ווי דאָס לעכערן אַן אבֿר, ווײַל כּדי צו שאַפֿן דאָס "בילד" אויפֿן אבֿר, דריקט די טאַטו־מאַשין די טינט־נאָדלען אַרײַן אין דער הויט צווישן 80 און 150 מאָל אַ סעקונדע. איך געדענק אַ צײַט ווען אַ טאַטו האָט מען נאָר געפֿונען בײַ די מיליטער־לײַט, באָקסער און פֿאַרברעכער — אָדער ווי מע פֿלעג זאָגן: "בלויז בײַ די שקצים". נאָר ניין — הײַנט האַלט עס אַפֿילו די ייִדישע יוגנט פֿאַר נאָרמאַל. מיט אַן אַכט יאָר צוריק האָב איך זיך באַקענט מיט אַ ייִדיש מיידל, אַ קלוגע, אַ סימפּאַטישע. שטעלט זיך פֿאָר מײַן דערשטוינונג, ווען איך האָב זי איין מאָל געזען אין אַ באָד־קאָסטיום, און אויף דער פּלייצע האָט זיך בײַ איר אַנטפּלעקט אַ פֿילפֿאַרביקע טאַטו פֿון אַ ריזיקן בוים, אונטערגעשריבן, אויף לשון־קודש, "עץ־חיים".

געוויסע ייִדן האָבן זיך דווקא אַ ביסל געזאָרגט וועגן דער "כּשרות" פֿון זייערע טאַטוס. בעת איך האָב איין זומער געאַרבעט אין אַ קינדער־לאַגער, איז צו מיר צוגעקומען אַן אויפֿפּאַסער מיט אַ טאַטו אויפֿן אָרעם און, אַ פֿאַרדאגהטער, מיך געפֿרעגט, צי ס׳איז אמת, אַז צוליב זײַן טאַטו וועט מען אים נישט קאָנען מקבר זײַן אויף אַ ייִדישן בית־עולם. איך האָב אים דערקלערט, אַז אין חומש שטייט טאַקע, אַז אַ ייִד טאָר זיך נישט מאַכן קיין טאַטו ("וכתבֿת קעקע לא תתנו בכם"), אָבער איך האָב קיין מאָל נישט געהערט פֿון אַ פֿאַל, אַז מע זאָל אָפּזאָגן צו באַערדיקן איינעם צוליב זײַן טאַטו. ווען יאָ, וואָלט געווען אַ גרויסע צרה פֿאַר די קאַצעטלער, וואָס האָבן, נעבעך, דאָס גאַנצע לעבן געטראָגן דעם נומער פֿונעם לאַגער אויף זייער אָרעם.

שטעלט זיך די פֿראַגע: פֿאַר וואָס גייען הײַנט די בחורים און מיידלעך ווײַטער זיך מאַכן די פּײַנלעכע פּראָצעדור פֿון לעכערן אַ סענסיטיוון אבֿר אָדער ווערן געשטאָכן פֿון הונדערטער נאָדלען? לויט אַן אַנקעטע פֿון 280 סטודענטן בײַם "אוניווערסיטעט פֿון פֿלאָרידע", פּובליקירט אין 1999, איז עס, בײַ אַ ממשותדיקער צאָל פֿון זיי, אַן אויסדרוק פֿון אינערלעכן ווייטיק. די פֿאָרשער האָבן אַנטדעקט, אַז די סטודענטן, וועלכע האָבן זיך געלעכערט אין מער ווי איין אבֿר, האָבן אַ סך מער געהאַט געליטן פֿון אַ לעבן־טראַומע (סעקסועלע אָדער פֿיזישע באַלעסטיקונג, טויט פֿון אַ נאָענטן קרובֿ, ערנסטע קראַנקייט, אאַז״וו) ווי די אַנדערע סטודענטן. עס דערמאָנט אַ ביסל אינעם סינדראָם, וווּ דעפּרעסיווע יונגע־לײַט, להבֿדיל, צעשנײַדן זיך די הויט מיט אַ גאָל־מעסערל. זייער ציל איז נישט זעלבסטמאָרד, דערקלערן די פּסיכאָלאָגן, נאָר איז אַן אופֿן צו אַנטלויפֿן פֿון זייער דעפּרעסיע, ווײַל דער פֿיזישער ווייטיק דערלויבט זיי צו פֿאַרגעסן, אויף דערווײַל, דעם צער. אין אַנדערע ווערטער, טראָגט דאָס לעכערן זיך אַ געוויסן מאַזאָכיסטישן עלעמענט.

בײַ יענע וואָס טענהן, אַז ס׳איז נישט מאַזאָכיזם, נאָר סתּם אַן אופֿן פֿון נישט קאָנפֿאָרמירן צו די נאָרמעס פֿון דער געזעלשאַפֿט, וויל איך פֿרעגן: פֿאַר וואָס איז עס זיי אַזוי שווער זיך צוצופּאַסן צו די נאָרמעס? פֿון וואַנען שטאַמט זייער געפֿיל פֿון להכעיס? אָדער איז עס, פֿאַרקערט, דווקא אַליין אַן עלעמענט פֿון קאָנפֿאָרמיזם? ("מײַנע פֿרײַנד האַלטן, ס׳איז ׳קול׳; אויב איך טו עס, וועל איך אויך זײַן ׳קול׳.")

די הויפּט־פֿראַגע בײַ מיר איז, וווּ זענען די עלטערן? כ׳שטעל זיך פֿאָר, אַז ס׳רובֿ פֿון זיי גייען נישט אַרום מיט אַ נאָזרינג אָדער אַ טאַטו אויפֿן האַלדז, און מסתּמא זענען זיי נישט צופֿרידן, אַז זייערע קינדער טוען עס יאָ. אָבער אַפֿילו אויב עס מאַכט זיי — די עלטערן — אומבאַקוועם, וועלן זיי מסתּמא גאָרנישט זאָגן די קינדער, ווײַל זיי שלינגען אַראָפּ די פּראָפּאַגאַנדע, אַז דאָס איז "קונסט" און אַ סימן פֿון "אויסדרוק־רעכט". וויפֿל מאָל האָב איך שוין געהערט דעם רעפֿרען פֿון אַ מאַמען: "וואָס מאַכט עס אויס וואָס איך טראַכט? זיי וועלן זיך דען צוהערן צו מיר?"

ס׳איז תּמיד טרויעריק צו זען ווי די ווערטן פֿונעם עלטערן דור ווערן אָפּגעוואָרפֿן פֿון די קינדער, אָבער בפֿרט דאָ, ווען די "געלעכערטע" און טאַטויִרטע יונגע־לײַט וועלן אפֿשר פֿאַרפֿעלן אָן אַ שיעור געלעגנהייטן (אַ שטעלע, אַ זיווג אָדער אַפֿילו אַ דירה אין אַ גוטן בנין) צוליב דעם וואָס זייערע עלטערן, די לערער און די אַרבעטגעבער — דאָס הייסט, זייער אמתדיקע אויטאָריטעטן — האָבן אַלע מורא זיי צו זאָגן ווי מאָדנע עס זעט אויס.

צום גליק, קומען געוויסע יונגע־לײַט אַליין צום אויספֿיר, אַז ס׳איז נישט כּדאַי. יענער ייִדישער חתן מיטן נאָזרינג, למשל, האָט עטלעכע יאָר נאָך דער חתונה באַשלאָסן, אַז ער וויל גיין אַרבעטן פֿאַר דער פּאָליציי. איידער ער איז אַוועק אויפֿן אינטערוויו האָט ער די נאָזרינג אַראָפּגענומען, און ס׳איז געבליבן בײַ אים אין שופֿלאָד ביזן הײַנטיקן טאָג.