פּובליציסטיק

עס האָט זיך געעפֿנט אינעם "ישיבֿה־אוניווערסיטעט־מוזיי" אין ניו־יאָרק אַ פֿאַרכאַפּנדיקע אויסשטעלונג פֿון אַלטע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון פּוילישע ייִדן. די אויסשטעלונג — "און איך זע נאָך זייערע פּנימער" — האָט מען צוגעגרייט לכתּחילה פֿון דער "שלום־פֿונדאַציע" אין וואַרשע; און די געשיכטע, ווי אַזוי מע האָט געזאַמלט די פֿאָטאָגראַפֿיעס איז אויך אַן אינטערעסאַנטע.

גאָלדע טענצער, די אַקטריסע און דירעקטאָרשע פֿונעם "אסתּר־רחל און אידאַ קאַמינסקאַ ייִדישן טעאַטער" אין וואַרשע איז אויך די איניציאַטאָרין און אָנפֿירערין פֿון דער "שלום־פֿונדאַציע", אַ פֿונדאַציע וואָס באַמיט זיך צו פֿאַרזיכערן, אַז די ייִדישע געשיכטע אין פּוילן זאָל נישט פֿאַרגעסן ווערן. מיט דעם ציל האָט די פֿונדאַציע, צווישן אַנדערן, געשאַפֿן דעם יערלעכן "יצחק־באַשעוויס זינגער־פֿעסטיוואַל" פֿון ייִדישער קולטור, אײַנגעפֿירט אַן עסיי־קאָנקורס פֿאַר פּוילישע גימנאַזיע־סטודענטן, געדרוקט ווערק פֿון יוליאַן טוּווים און וויסלאַוואַ סימבאָרסקאַ, געגרינדעט אַ "צענטער פֿאַר ייִדישער קולטור" מיט שפּראַכקלאַסן און וואַרשטאַטן אויף ייִדיש, דורכגעפֿירט טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען און פֿילמען וועגן פּוילישע ייִדן.

אין 1994, האָט גאָלדע טענצער אויף פּוילישער טעלעוויזיע, געבעטן בײַם עולם אַרײַנצושיקן פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון פּוילישע ייִדן, וואָס זיי פֿאַרמאָגן, כּדי צוזאַמענצושטעלן אַזאַ אויסשטעלונג און אַרכיוו. די סקעפּטיקער האָבן געטענהט, אַז טענצער מאַכט זיך נאַריש און קיין בילדער וועט מען נישט באַקומען. אָבער איר אויסרוף האָט, זעט אויס, יאָ געפֿונען אַן אָפּרוף, און עס האָט זיך אָנגעהויבן צו שיטן מיט בילדער און אַנדערע מאַטעריאַלן, וואָס האָבן זיך אָפּגעפֿונען בײַ די פּאָליאַקן. אַן ערך 4,000 בילדער זענען אינעם ערשטן חודש אַרײַנגעשיקט געוואָרן, און אין די חדשים און יאָרן נאָך דעם, האָט מען געשיקט נאָך טויזנטער בילדער און חפֿצים, נישט נאָר פֿון יעדן דאָרף און שטעטל אין פּוילן, נאָר אויך פֿון פּוילישע ייִדן צעוואָרפֿן אין אַלע עקן וועלט, וועלכע האָבן געהערט וועגן דער זאַמל־אַרבעט. פֿון די מאַטעריאַלן האָט מען אַרויסגעגעבן אַ פּרעכטיקן אַלבאָם מיטן זעלבן טיטל ווי די אויסשטעלונג.

אין איר פּאָעטישן אַרײַנפֿיר צום בוך שרײַבט גאָלדע טענצער: "אין די פֿאָטאָגראַפֿיעס, וועלכע ווערן אַרײַנגענומען אין דעם אַלבום, שפּילן זיך אָפּ סצענעס פֿון אַ טראַגישער דראַמע, וואָס די געשיכטע האָט געשריבן. אַ דראַמע וואָס איז מיט גוואַלד אַרײַן אין מענשטנס היימען, וואָס האָט צעשטערט דאָס אַמאָליקע באַשיידענע לעבן פֿון דורות פּוילישע ייִדן. זייערע אימאַזשן זענען געבליבן געשטעמפּלט אין זכּרון. אָביקעטן און צוגאָבן האָבן איבערגעלעבט, וואָס איינער אַ פֿילאָסאָף האָט אָנגערופֿן, ׳די טרערן פֿון זאַכן'. און ס׳רעדט זיך נישט בלויז פֿון טרערן פֿאַר אַ טעפּל מיט אַ צעבראָכענעם אויער, אַ קרומען פּלויט אין אַ גאַליציאַנער שטעטל, די שיך פֿון אַ וואַנדערער, דאָס היטל פֿון אַ דאָרפֿס־סוחר. ס׳איז אויך אַ קלאָגעניש פֿאַר אַ פֿאַרלוירענער וועלט וואָס קען הײַנט צוריקקומען בלויז אין די אַלטע בילדער."

די קוראַטאָרן פֿון די בילדער אין וואַרשע האָבן נישט נאָר קאַטאָלאָגירט די זאַמלונג, נאָר אויך געפּרוּווט איבערלייענען די אויפֿשריפֿטן אויף דער צווייטער זײַט פֿון די בילדער און צונויפֿשטעלן אַ מין געשיכטע פֿון ווער עס זענען די ייִדן אין בילד, אויב מעגלעך. אָפֿט מאָל האָבן די פּאָליאַקן צוגעשיקט מיט די בילדער אינפֿאָרמאַציע וועגן די מענטשן, אין אַנדערע פֿאַלן זענען געבליבן די מענטשן אומבאַקאַנט.

אַזוינע מוסטערן פֿון די בריוו פֿון פּוילישע שכנים אָדער פֿרײַנד קען מען לייענען אינעם אַרײַנפֿיר. למשל, מאַריאַ פֿיכאַלקאָווסקאַ האָט געשריבן: "איך האָב געטראַכט — זאָלן אַנדערע זען די פֿאָטאָגראַפֿיעס. אפֿשר געפֿינט זיך אין ישׂראל איינער פֿון לעזשײַסק און די בילדער וועלן אין אים אויפֿוועקן גוטע און זיסע זכרונות פֿון דער צײַט פֿאַר 1939. אַן אַנדערע סיבה וואָס איך שיק די בילדער איז וואָס איך האָב געטראַכט, אַז ׳איך וואָלט געדאַרפֿט׳".

יוסף קאַצמעריק האָט געשריבן: "מײַן מאַמע און די [ייִדישע] משפּחה זענען געווען פֿרײַנד. ווען די דײַטשן האָבן געהאַלטן אין אַוועקנעמען זיי פֿון אַפּט, האָבן זיי די בילדער געגעבן מײַן מאַמען צו האַלטן — אפֿשר וועט מען איבערלעבן און דאָס וועט בלײַבן ווי אַ זכר?".

די פּאָליאַטשקע אַננאַ מײַ האָט געשריבן: "איך האָב אין מײַן רשות אַ בילד פֿון אַ פֿרוי מיט אַ קליין קינד פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. זיי זענען ביידע אַנטלאָפֿן פֿון דער געטאָ אין לויוויטש און גענעכטיקט בײַ אונדז איין נאַכט. זי האָט מיר געלאָזט די פֿאָטאָגראַפֿיע".

אין דער אויסשטעלונג ווערט דער טראָפּ געלייגט אויפֿן וויזועלן אַספּעקט פֿון די בילדער און די קעפּלעך לעבן בילד דערציילן נישט פֿון די דאָזיקע לענגערע ׳געשיכטעס׳ וואָס מע קען לייענען אינעם אַלבאָם. אָבער אַפֿילו ווי אַן אויסשטעלונג פֿון אימאַזשן פֿון פּוילישע ייִדן אָן דער אינפֿאָרמאַציע איז "און איך זע נאָך זייערע פּנימער" אַ שטאַרקע איבערלעבונג פֿאַרן צוקוקער.

די אויסשטעלונג הייבט זיך אָן מיט אַן אויסקלײַב פֿון פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון דער טראַדיציאָנעלער וועלט — רביים, ישיבֿה־בחורים, ייִדן אין שיל, ייִדן בײַם לערנען. דערנאָך אינעם גרעסערן צווייטן טייל פֿון דער אויסשטעלונג זעט מען משפּחה־בילדער, ייִדן אין געשעפֿט, אויף דער גאַס, אויף שׂימחות, בילדער פֿון סאַציאַלע און געזעלשאַפֿטלעכע גרופּעס. אַזוי אַרום באַקומט זיך אַן אַרומנעמיק בילד פֿון די פּוילישע ייִדן פֿון אַמאָל, און די טראַגעדיע פֿון זייער חורבן רײַסט בײַם האַרצן.

דער "ישיבֿה־אוניווערסיטעט־מוזיי" געפֿינט זיך אינעם "צענטער פֿון ייִדישער געשיכטע", 15 וועסט 16טע גאַס אין מאַנהעטן. דער אַרײַנגאַנג צו דער אויסשטעלונג איז פֿרײַ.